וועלטלעכע ייִדישקייט האָט אָנגעכאַפּט דאָ אין אַמעריקע, אָבער נישט אין גאַנצן. דאָס הייסט, פֿאַראַן נאָך אַלץ די „טעמפּל‟־גייענדיקע ייִדן, דער עיקר —ראש־השנה און יום־כּיפּור, ווען ווײַבער פּוצן זיך אויס ווי יענטל צום גט, באַדעקט מיט בליציק גלאַנצנדיקע רינגעלעך אויף די פֿינגער, אָבער ווי נאָר דאָס דאַווענען מיט דער דרשה ענדיקט זיך, איז „זאַץ מיר און האָץ מיר‟ ביז איבעראַיאָר. אָפּגעטאָן דעם חובֿ פֿאַרן רבונו של עולם, איז צוריק צו דער אויסגעליידיקטער ייִדישער קולטור־קאַסע — פּוסטע קוואַלן פֿון ייִדיש וויסן, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם פֿאַרלוסט פֿון דער גאָלדענער קייט וואָס האָט אונדז געבונדן דורות לאַנג.
פֿאַרן חורבן זײַנען מיר געווען אַ פֿאָלק וואָס איז באַשטאַנען פֿון וועלטלעכע און פֿרומע ייִדן. די מזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן אין די גרויסע שטעט זײַנען אַדורכגעגאַנגען אַ גײַסטיקע דערוואַכונג — נעמלעך, בלײַבן געטרײַ דעם טאַטנס הויז און דעם רבינס שטרענגן אָנזאָג נאָכצופֿאָלגן די 613 תּרי״ג מצוות; זיך נישט לאָזן פֿאַרכּישופֿט ווערן פֿון דער דרויסנדיקער וועלט. אַנדערע ייִדן האָבן געמאַכט אַ ויברח פֿון רעליגיע און איבערגעריסן די פֿעדעם וואָס בינדט דיך צו דער ייִדישער רעליגיעזער טראַדיציע אָבער זיי זענען פֿאָרט פֿאַרבלײַבן גאַנצע ייִדן, האַלבע ייִדן אָדער פֿערטל ייִדן.
נאָכן חורבן איז די ייִדישע וועלט אָבער געוואָרן צעשפּאָלטן אין פֿרומע, וועלטלעכע אָדער אונטער אַ שירעם פֿון אַטעיִזם, אָדער ווי איינער זאָגט: זאָל די וועלט גיין אין דר׳ערד, די הימלען זײַנען ליידיק.
ס’איז אָבער נישט אַזוי לײַכט אויסלײדיקן זיך פֿון אונדזער ייִדישן מהות. די פֿרומע ייִדן שעפּן זייער ייִדישקייט פֿון אונדזערע הייליקע ביכער און גלויבן, בעת די סעקולערע ייִדן האָבן זיך אויסגעליידיקט פֿון די ייִדישע אוצרות אָן אַפֿילו צו פֿילן אַז זיי האָבן עפּעס אָנגעוווירן, בשעת די פֿרומע זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין זעלבן ליידיקן ברונעם, און זיך אויסגעליידיקט פֿון זייער אייגענער ייִדישער שפּראַך. מע בעבעט שוין אויף דער לאַנדשפּראַך, מע טײַטשט דעם חומש אויף דער לאַנדשפּראַך און מע דינט שוין די גאָלדענע קאַלב.
דער דורכפֿאַל פֿון דער סעקולערער ייִדישקייט באַשטייט פֿון אַ טייל חסרונות. סעקולערע ייִדישקייט קען פֿאַרגליכן ווערן צו אַ רעשעטע וואָס דורך איר שיטן זיך אַוועק די פֿרומקייט, די ייִדישע קולטור, ביידע ייִדישע שפּראַכן, מנהגים, טראַדיציעס, ריטואַלן, ווי זאַלץ פֿון אַ זאַלצמעסטל. וואָס פֿאַרבלײַבט יאָ: אַסימילאַציע, אַ פֿאַרלוסט פֿון אונדזער ייִדישער ירושה און אַ „ברוך הבא וועלטלעכקייט‟, אַן אַמעריקאַניזאַציע אין לאַנד פֿון פֿרײַהײַט אין דער היים פֿון די בראַווע. עפּעס טויג דאָ נישט. און וואָס ס׳טויג דאָ נישט איז דער עול און דער באַגאַזש פֿון אונדזער ביבלישער טראַדיציע, מינהגים, ריטואַלן און קולטור. ס׳איז געוואָרן צו שווער צו שלעפּן דעם עול, זײַנען מיר פּטור געוואָרן פֿון דעם הויקער און געוואָרן סעקולערע ייִדן, אָן דער מינדסטער אַנונג וואָס מע האָט דאָ אָפּגעטאָן, מיט איין וואָרט: מ’איז געבליבן מיט אַ לאָך אין אונדזער הלכה.
אַ סך פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן מיינען אַז האַלטן כּשר מיינט אַז אין דעם באַשטייט זייער ייִדישקייט. אַ סך מיינען אַז מע טוט זיך מנדבֿ זײַן פֿאַר ישׂראל, מיינט אַז אין דעם באַשטייט זייער ייִדישקייט, און יענע וואָס גייען איין מאָל אַ יאָר אין שיל און טוען דעם רבונו של עולם אַ טובֿה, צאָלט מען זיך אויס פֿון דעם עול פֿון ייִדישקייט.
חבֿרה, וואַכט אויף! ייִדישקייט — צי וועלטלעכע צי פֿרומע — מוז באַשטייט פֿון אַ סכום פֿון ייִדיש וויסן, פֿון זײַן באַהאַוונט אין אונדזער לאַנגער געשיכטע, און נישט פֿאַרגעסן אַז גאָטס באַשאַף האָט זיך אָנגעהויבן מיט ווערטער, די צען געבאָט — מיט הייליקע ווערטער. ייִדישקייט איז אַ המשך פֿון אונדזער פֿינף טויזנט־יעריקן באַשאַף, איז לאָמיר אַראָפּ פֿונעם באַרג אָלימפּוס, וואָס הייסט בײַ אונדז וועלטלעכקייט, און אפֿשר וועלן מיר דערגיין צום ריינעם קוואַל פֿון אונדזער אָבֿותדיקער ירושה. נאָך אַלעמען זײַנען מיר דאָך אַן עם־הספֿר, אַ שײנדל צווישן פֿעלקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.