מע וועט ווײַטער זינגען „לחיים‟ — „פֿידלער‟ גייט „אַוף־בראָדוויי‟

Yiddish Fiddler on the Roof Going Off Broadway

סטיווען סקײַבעל (אין מיטן) אין דער ראָלע פֿון טבֿיה.
Victor Nechay / ProperPix
סטיווען סקײַבעל (אין מיטן) אין דער ראָלע פֿון טבֿיה.

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 15, 2018.

נאָך אַ ריי קלאַנגען און אַפֿילו אַרטיקלען וועגן אָט די קלאַנגען אינעם „ניו־יאָרק פּאָסט‟, האָט מען לעצטנס אָפֿיציעל געלאָזט וויסן, אַז דער ייִדיש־שפּראַכיקער נוסח פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ בײַ דער „פֿאָלקסבינע‟ וועט אין פֿעברואַר אַריבער צו אַ טעאַטער „אַוף־בראָדוויי‟. דער באַנײַטער „ייִדלער,‟ ווי די צײַטונגען רופֿן אים אָן, וועט מען אָנהייבן שפּילן דעם 11טן פֿעברואַר בײַם טעאַטער „Stage 42‟ אין צענטער שטאָט, מאַנהעטן. אינעם זאַל געפֿינען זיך 499 זיצפּלעצער, אַן ערך צוויי מאָל אַזוי פֿיל ווי בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה.‟

די פּיעסע, אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון שרגא פֿרידמאַן און רעזשיסירט דורכן אַקטיאָר דזשאָעל גריי, איז געוואָרן אַן אומדערוואַרטער שלאַגער, דער גרעסטער וואָס די „פֿאָלקסבינע‟ האָט געהאַט במשך פֿון די לעצטע 25 יאָר. שוין 4 מאָל פֿאַרלענגערט, קען די פּיעסע מער ניט פֿאָרגעשטעלט ווערן בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ און מע האָט דערפֿאַר געדאַרפֿט פֿאַר איר געפֿינען אַ נײַע היים. די שטערן פֿונעם אויפֿפֿירונג, סטיווען סקײַבל (טבֿיה) און דזשעקי האָפֿמאַן (יענטע), וועלן ווײַטער שפּילן זייערע ראָלעס. מע ווייסט נאָך ניט וויפֿל פֿון די אַנדערע אַקטיאָרן וועלן קענען ווײַטער בלײַבן בײַ דער פֿאָרשטעלונג. צוויי פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן וואָס זענען באַקאַנט דעם פֿאָרווערטס־לייענער, דניאל קאַהן (פּערטשיק) און מיכל יאַשינסקי (מרדכי), זענען שוין ביידע אַוועק צוליב אַנדערע אַחריותן.

דער טערמין „אַוף־בראָדוויי‟ באַטײַט אַ פּראָפֿעסיאָנעלער טעאַטער, וואָס באַשטייט פֿון מער ווי 100 — און ווייניקער ווי 500 — זיצערטער. כאָטש דער זאַל בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ באַשטייט פֿון מער ווי הונדערט זיצערטער, באַטראַכט מען אים ניט ווי „אַוף־בראָדוויי‟, ווײַל ס׳איז ניט קיין פֿולצײַטיקער טעאַטער. דערפֿאַר איז עס אַ גרויסער כּבֿוד, אַז אַ פּיעסע פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟ זאָל אַריבער אין אַן „אַוף־בראָדוויי‟־טעאַטער.

דער לעצטער ייִדישער מיוזיקל, וואָס איז געווען ממש אויף „בראָדוויי‟ גופֿא, איז געווען Those Were The Days מיט מינע בערן און ברוס אַדלער, רעזשיסטירט דורך עלינאָר ריסאַ און מיט מוזיק פֿון זלמן מלאָטעק. די אויפֿפֿירונג האָט זיך פֿאַרענדיקט אין 1992.