„שיר המעלות‟ — אַ נאַציאָנאַל מאַרש־ליד?

"Shir Ha-Maalos" As a National Marching Song?

פֿון רמי נוידאָרפֿער

Published November 16, 2018.
אַ גאַס אין קאָוונער געטאָ/ די מוזיק פֿונעם מאַרש.
Rami Neudorfer/Forverts Collage
אַ גאַס אין קאָוונער געטאָ/ די מוזיק פֿונעם מאַרש.

וויליאַמפּּאָלע איז אַ פֿֿאָרשטאָט פֿֿון קאָװנע, ליטע, באַקאַנט בײַ ייִדן ווי סלאָבאָדקע. צווישן אויגוסט 1941 און יולי 1944 איז דאָ געשטאַנען די קאָוונער געטאָ.

אין זומער 1964, בשעת אַ בויפּראָיעקט אין דער פֿֿאָרשטאָט, האָט אַן עקסקאַװאַטאָר געפֿונען אַ הילצערנעם קאַסטן באַשלאָגן מיט בלעך. אין קאַסטן איז געלעגן דער אַרכיוו פֿון דער װיליאַמפּאָלער ייִדישער געטאָ־פּאָליציי. דעם קאַסטן האָט מען איבערגעגעבן דער „קאַ־גע־בע‟, דער סאָוועטישער געהיים־פּאָליציי, און פֿון דאָרטן אין ליטווישן צענטראַלן מלוכישן אַרכיוו אין ווילנע.

נאָך דעם פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿֿאַרבאַנד, האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט דעם ליטווישן אַרכיוו פֿון די וועלט־מלחמה דאָקומענטן; ניט נאָר די וויליאַמפּּאָלער געטאָ־דאָקומענטן אָבער אַ סך אַנדערע דאָקומענטן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, פֿון דײַטשע, ליטווישע און ייִדישע מקורים.

דער אַרכיוו פֿֿון דער װיליאַמפּאָלער ייִדישער געטאָ־פּאָליצײ איז אָבער ניט נאָר אַן אַרכיוו פֿֿון פּּאָליציייִשע ענינים. עס איז אויך זייער אַ וויכטיקע זאַמלונג פֿון בערך 30,000 דאָקומענטן, וואָס באַשרײַבן פּרטימדיק דאָס אינערלעכע לעבן פֿון געטאָ: פּראָטאָקאָלן פֿֿון די זיצונגען פֿֿונעם יודענראַט, סטאַטוטן, אינסטרוקציעס, רעװיזיע־אַקטן און באַפֿעלן גענומען פֿון ייִדישע, דײַטשע און ליטווישע מקורים. ס’זענען דאָרט אויך פֿאַראַן אַ סך דאָקומענטן וועגן חתונות, קבֿורות, קולטור־לעבן, געזונט, היגיענע און אַ סך אַנדערע טעמעס.

איינער פֿֿון די וויכטיקסטע דאָקומענטן איז די „געשיכטע פֿֿון דער וויליאַמפּּאָלער ייִדישער געטאָ־פּאָליציי‟. דער דאָקומענט איז אָנגעשריבן אויף ייִדיש דורך אַנאָנימע מחברים און פֿאַרנעמט 253 זייטן, אויסגעקלאַפּט אויף אַ ייִדישער שרײַבמאַשין. ער באַשרײַבט די געשעענישן אין געטאָ „דורך פּאָליצײיִשע ברילן‟ און איז דערפֿֿאַר אַ גאָר וויכטיקער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן דער סלאָבאָדקער געטאָ בפֿרט, און פֿֿונעם חורבן בכלל.

אַ ספּעציעל רירנדיקער טייל פֿון דעם דאָקומענט איז די באַשרייַבונג פֿֿון דער פֿֿײַערלעכער שבֿועה־צערעמאָניע פֿֿון אַלע פּאָליציי־באַאַמטע צום יודענראַט און צו דער ייִדישער קהילה, וואָס איז פֿֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 1טן נאָוועמבער 1942 כ”א חשוון תש”ג. אָט איז דער באַריכט:

זונטיק, דעם 1טן נאָוועמבער, איז דורכן טאָגבאַפֿעל געמעלדעט געוואָרן, אַז אַלע פּאָילציסטן מוזן זיך פֿאַרזאַמלען 14.20 אַ זייגער אין רוים פֿון דער געוועזענער סלאַבאָקער ישיבֿה צו דער פֿײַערלעכער שבֿועה־צערעמאָניע.

הגם עס איז מער ניט ווי אַ צופֿאַל, אָבער דער פֿאַקט, אַז די שׂבֿועה־צערעמאָניע האָט געדאַרפֿט פֿאָרקומען אין רוים פֿון דער באַרימטער געוועזענער סלאַבאָדקער ישיבֿה האָט פֿילעוודיקע מענטשן גערירט. די סלאַבאָדקער ישיבֿה איז באַרימט אין דער וועלט. עס זײַנען אַרויס פֿון איר אין משך פֿון צענדליקער יאָרן גרויסע פּערזענלעכקייטן. מענטשן, וועלכע האָבן געשפּילט אַ ראָלע אין דער ייִדישער וועלט. שפּעטער באַרימט־געוואָרענע דאָקטוירים, פּראָפֿעסאָרן, ייִדישע פֿירער, קולטור־טרעגער — אַ סך פֿון זיי זײַנען געוועזענע חניכים פֿון דער סלאַבאָדקער ישיבֿה.

עס איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די „שבועה‟, וואָס ווערט אָנגעגעבן אויף ייִדיש און העברעיִש, נוצט ניט דעם טערמין „שבֿועה‟, נאָר די ווערטער „פֿֿאַרפֿליכטונג‟ און „התחייבֿות‟, ווײַל לויט דער ייִדישער טראַדיציע טאָר מען נישט שווערן.

אָט איז די שבֿועה וואָס די פּאָליציי האָבן געדאַרפֿט דעקלאַרירן:

פֿאַרפֿליכטונג
איך, באַאַמטער פֿון דער אידישער געטאָ־פּאָליציי, וויליאַמפּאָלע, נעם אויף זיך פֿײַערלעך איבער אין בײַזײַן און פֿאָרזיצער פֿון עלטסטן־ראַט און שעף פֿון דער געטאָ־פּאָליציי די פֿאַרפֿליכטונג:
צו ערפֿילן געוויסנהאַפֿט און אָן שום חנאים אַלע אופֿגאַבן און באַפֿעלן, ניט קוקנדיק אויף צײַט, פּערזאָן און געפֿאַר;
צו ערפֿילן די פֿליכטן ניט קוקנידק אויף פּערזענלעכע נצן, אויף קרובֿהשאַפֿט, פֿריינטשאַפֿט אָדער באַקאַנטשאַפֿט;
האַלטן שטרענג געהיים אַלע דינסטלעכע סודות און ידיעות;
איך פֿאַרפֿליכטע זיך צו ווידמען מײַנע כּוחות און די גאַנצע דערפֿאַרונג פֿאַרן וויל פֿון דער אידישער געמיינדע אין געטאָ
איך פֿאַרפֿליכטע זיך.

נאָך דער חתימה־צערעמאָניע קומט דער רירנדיקסטער מאָמענט פֿונעם באַריכט:

„נאָכן אונטערשרײַבן דעם טעקסט האָט די גאַנצע מאַנשאַפֿֿט זיך אויסגעשטעלט צוריק אויף אירע ערטער. עם איז געגעבן געװאָרן די אַרויסמאַרש־קאָמאַנדע, דער אָרקעסטער האָט אַ דונער געטאָן מיטן באַקאַנטן האַרציקן נאַציאָנאַלן מאַרשליד, „בשובֿ ה׳‟ (שיר המעלות, תּהילים קכ”ו). די טענער פֿון דעם מאָטיוו האָבן די פּאָליציי־מאַנשאַפֿֿט און טייל פֿֿון דעם פֿֿאַרזאַמלטן עולם ווי אָנגעצונדן. עס האָבן אויפֿגעברויזט די באַהאַלטענע געפֿילן, אויפֿגעפֿלאַמט הערצער און מוחות, אונדזערע פֿֿאַרטעמפּטע און אַטראָפֿירטע חושים צוליב די גאַנצע פּעק מיט צרות, און ווי צונויפֿֿגערעדט האָט פֿֿון די העלדזער פֿֿון הונדערטער מענטשן אַ דונער געטאָן צוזאַמען מיטן אָרקעסטער:

בְּשׁוּב יְהוָה, אֶת־שִׁיבַת צִיּוֹן הָיִינוּ, כְּחלְמִים
אָז יִמָּלֵא שְׂחוֹק, פּינוּ וּלְשׁוֹנֵנוּ רִנָּה:..
הַזּרְעִים בְּדִמְעָה בְּרִנָּה יִקְצֹרוּ.

מיט פֿֿולע אויגן האָט דער גאַנצער עולם מיטגעזונגען די ווערטער פֿֿון דער נבֿואה וועגן פֿֿרײַהײט און באַפֿֿרײַונג, וועגן דער דערפֿֿילונג פֿֿון אונדזערע אויסגעחלומטע און הייליקסטע האָפֿענונגען, וואָס הײַנט זײַנען זײ נאָר פֿאַנטאַזיעס און מאָרגן קענען זיי אפֿשר אַ ווירקלעכקייט זײַן.

אונטער די קלאַנגען פֿֿון אָרקעסטער און געזאַנג פֿֿון די פּּאָליציסטן און פֿֿאַרזאַמלטע זײַנען זיך אַלע, אונטערן טיפֿֿן אײַנדרוק פֿֿון [דער] דעמאָנסטראַציע פֿון נאַציאָנאַלן ווילן פֿֿונאַנדערגעגאַנגען.

אָבער וואָס פֿֿאַר אַ באַקאַנטער מאַרשליד איז „בשובֿ ה’”?

אַשכּנזים זינגען דאָס ליד ווי אַ טייל פֿון „שיר המעלות‟ בײַם בענטשן נאָכן עסן שבת און יום־טובֿ. די טראַדיציאָנעלע מעלאָדיע פֿֿון „שיר המעלות‟ איז בשום־אופֿן ניט קיין מאַרש. גיכער וואָלט דער דאָזיקער ניגון געווען אַ מעלאָדיע צו באַגלייטן דעם שפּאַציר נאָכן שבתדיקן טשאָלנט.

איך האָב אויסגעזוכט אַלטערנאַטיווע נוסחאָות — מעלאָדיעס וואָס קלינגען מער ווי אַ מיליטערישער מאַרש אָבער האָב גאָרנישט געפֿונען.

וואָס טוט מען? רופֿט מען אַ מומחה: ר’ אליהו הכּהן, אַ באַוווּסטער פֿאָרשער פֿֿון העברעיִשע לידער און זייערע מקורים, וואָס איז שוין אַלט אין די הויכע אַכציקער.

האָב איך געשיקט אליהון אַ בליצבריוו. תּיכּף ומיד האָב איך באַקומען אַן ענטפֿער: דאָס איז „בשובֿ השם‟, קאָמפּּנירט דורך זיידל ראָוונער. ער האָט מיר געשיקט די פּאַרטיטור, און דאָרט שטייט בפֿירוש געשריבן: Tempo di marcia!

Rami Neudorfer

איך האָב גלײַך געפֿונען דאָס ליד אויף דער וועבזײַט „זמרשת‟ וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט אַלטע, אָפֿֿט מאָל פֿֿאַרגעסענע לשון־קודשדיקע און העברעיִשע לידער און האָב דערקענט דעם ניגון פֿונעם „שיר המעלות‟ וואָס מײַנע טאַטע־מאַמע פֿלעגן זינגען בײַם שבתדיקן און יום־טובֿדיקן טיש.

און ווער איז געווען דער מחבר, זיידל ראָוונער?

לויט וויקיפּעדיע שטייט געשריבן אַז זיידל ראָוונער איז געבוירן געוואָרן אין ראַדאָמישל, ניסן ה’תש”ג; זײַן אמתער נאָמען איז געווען יעקבֿ שמואל מאַראַגאָווסקי. ער איז געווען אַ חזן און אַ קאָמפּאָזיטאָר. מען האָט אים גערופֿן זיידל ווײַל ער האָט שטאַרק אויסגעזען ווי זײַן זיידע, און ראָוונער — ווײַל ער איז געווען חזן אין דער שטאָט ראָוונע, וואָלין.

און ווי איז ראָוונערס מעלאָדיע פֿֿון „בשוב ה’‟ בכלל אָנגעקומען אין דער קאָוונער געטאָ? דער קאָמפּאָזיטאָר און דיריגענט חנינא קראַטשעווסקי, א תּלמיד מובֿהק פֿֿון ראָוונערן, האָט געבראַכט דעם ניגון פֿֿון פּּוילן קיין ארץ־ישׂראל, וווּ ער איז געוואָרן אַזוי פּאָפּולער בײַ דער ציוניסטישער יוגנט, אַז פֿֿון ארץ ישׂראל האָט מען עס צוריקגעבראַכט קיין קאָוונע.