מנשהס אויטאָביאָגראַפֿיע שילדערט אַ חסידיש קינד אויף הפֿקר

Menashe's Autobiography Reveals A Hasidic Child Ignored

פֿון שלום בערגער

Published November 21, 2018.
Menashe Lustig

אויטאָביאָגראַפֿיע — פֿערציק קאַפּיטלען פֿון מײַן לעבן
מנשה לוסטיג
2018

װעגן דעם לץ זאָגט די װעלט אַז ער לאַכט פֿון דרױסן און װײנט אינעװײניק. מכּל־שכּן אַזאַ אײנער װי מנשה לוסטיג, װעלכער האָט זיך קונה־שם געװען װי אַ הומאָריסט, אַ שאַפֿער פֿון לאַכערײַקעס (קאָמישע סקיצעס), נאָר אױך ווי אַן עפֿנטלעכע פֿיגור פֿאַרן חרידישן ציבור, װאָס בײַ אים איז װאָס אױף לונג איז אױף דער צונג.

אין 2017 האָט ער געשפּילט די הויפּטראָלע אינעם פֿילם „מנשה‟. װער עס האָט געזען דעם פֿילם קען נישט פֿאַרגעסן די האַרץ־רײַסנדיקע פּערזענלעכקײט פֿון זײַן העלד, אַ גוטע נשמה װאָס קען זיך עפּעס נישט אַרײַנפּאַסן אין אַ געזעלשאַפֿט װוּ ער װיל און מוז זיך אײַנגלידערן.

אַן אַלמן מיט אַ בן־יחיד, אַ פּראָסטער חי־וקים, סײַ ער שעפּט חיות און אינספּיראַציע פֿון זײַן קהילה, סײַ ער מוז זיך סוף־כּל־סוף קעגנשטעלן קעגן אירע האַרבע תּקנות. ער איז אַ געטרײַער חסיד, און דערפֿאַר מעג דער „מנשה‟ אין דעם פֿילם אַרױסװײַזן ספֿקות װעגן זײַן גורל.

דאָס זעלבע איז אױך חל אױף דעם דאָזיקן בוך, „אױטאָביאָגראַפֿיע‟, פֿונעם אַזױ־גערופֿענעם „מנשה לוסטיג‟ — דער בינע־נאָמען פֿון מרדכי לעפֿפֿלער. ער איז סײַ אַרײַנגעטאָן מיט לײַב און לעבן אין דער חסידישער קהילה, סײַ אױך, צום טײל, אַ שלימזל, אַ פֿינפֿטע ראָד צום װאָגן, װאָס צוליב זײַן טשודאַקישקײט זעט ער די געזעלשאַפֿט מיט דרױסנדיקע אױגן בשעת ער אַליין איז פֿאָרט אַן אינעװײניקסטער.

אַזאַ אײנער איז מנשה לוסטיג, און זײַנע זכרונות זײַנען אַ װיכטיקער גבֿית־עדות פֿאַר די וועלכע װילן פֿאַרשטײן די חסידישע געזעלשאַפֿט מיט אַלע פּישעװקעס, סײַ אירע מעלות סײַ די חסרונות.

מנשה זשאַלעװעט נישט די פּיטשעװקעס. דאָס דאַרף מען באַלד זאָגן בײַם אָנהײב: דאָס בוך, וואָס איז אָנגעשריבן אויף ייִדיש, האָט אַ בױך, באַטרעפֿט מער װי 500 זײַטלעך. ס׳איז כּדאַי צו דערקלערן די סיבות פֿאַר אַזאַ אַריכות, און װאָס דאָס מײנט פֿאַרן בעל־מחבר און פֿאַר דער ייִדיש־אַרױסגעבערײַ װי אַ פֿענאָמען בײַ חסידים.

שױן פֿון אַזאַ פֿאַקט אַז דאָס בוך איז 500 זײַטלעך איז אַרױסצודרינגען, אַז קײן רעדאַקטאָר האָט נישט געהאַט קיין האַנט אין דעם כּתבֿ־יד. קײן קריטיק איז דאָס נישט, ס׳איז סתּם טשיקאַטע צו באַמערקן, אַז די לענג פֿון בוך גײט האַנט־בײַ־האַנט מיט זײַן טאָן. דאָס איז נישט קיין רבֿ וואָס זײַן דרשה איז געװױגן און געמאָסטן; נישט קיין פּאָליטיקער אָדער דיקטאַטאָר מע זאָל אים פֿאָלגן, נײַערט: סתּם אַ ייִד װאָס װיל זיך טײלן מיט זײַנע איבערלעבונגען.

געװײנטלעך װאָלט אַ רעדאַקטאָר געשניטן, אױסגעפֿורעמט דאָס בוך, כּדי אַ סאָלידער נאַראַטיװע פֿאָדעם, אַן אױסגעהאַלטנקײט, זאָל זיך פֿילן אין יעדן אָפּטײל. בײַ מנשהן איז נישט אַזױ. מע באַגעגנט לאַנג רשימות לערערס פֿון אַלע לערן־אַנשטאַלטן װוּהין מנשה האָט איבערגעטראָטן דעם שװעל.

מע הערט װעגן יעדן געשעעניש פֿון זײַנע קינדעריאָרן, פֿון די באַלײדיקונגען װאָס ער האָט געדאַרפֿט אױסשטײן. און יעדער פּרט אַזעלכער איז דווקא װיכטיק. דעם לײענער דאַכט זיך, אַז ער זיצט מיט אַ חבֿר און זיפּט אַ טעפּל קאַװע, הערט אױס זײַנען מעשׂיות װאָס זײַנען אײַנגעקריצט בײַ אים אין האַרצן. מנשה פֿאַרטרױט אונדז די עיקר־מאָמענטן פֿון זײַן לעבן. אַ ליגן װיל איך נישט זאָגן: נישט יעדע רגע האָט געדאַרפֿט פֿאַרצײכנט װערן לױט די שטרענגע כּללים פֿון דער עסטעטיק אָדער דער ליטעראַטור. אָבער בײַ די וועלכע װילן פֿאַרשטײן די ריטמען פֿון טאָגטעגלעכן לעבן פֿון אַ חסיד אין 2018, איז יעדע מעשׂה דאָ אַ פּערל.

דער געװײנטלעכער לײענער, זיך באַקענענדיק מיט מנשהן צום ערשטן מאָל אױף די זײַטן פֿון זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע, װעט טרעפֿן אַן אייגנאַרטיקע פּערזענלעכקײט.

ווי אַ ייִנגל צווישן אַנדערע ייִנגלעך האָט ער זיך תּמיד געפֿונען אויסגעשלאָסן פֿון קרײַז. דאָס ברױט איז אים אַלע מאָל געגאַנגען מיט דער פּוטער אַראָפּ. אַוודאי האָט יעדער איינער אַדורכגעמאַכט אַזעלכע קלײנע חרפּות און בושות װאָס װאַרפֿן אַ שאָטן אױף אַ גאַנצן לעבן, און ערשט צוריקקוקנדיק אױף דער עלטער, אָדער אַפֿילו אין די מיטעלע יאָרן כאַפּט מען זיך אַז אַפֿילו די געװײנטלעכע קלײנע בושות זײַנען טאַקע גאָר נישט געװען אַזױ קלײן.

מנשה דערצײלט אַ צאָל רירנדיקע, אין פֿלוג קלײנטשיקע, פֿאָרט טונקעלע מעשׂיות װוּ ער װערט אױסגעשטעלט אױף זײַטיקע באַלײדיקונגען, זײַן טעגלעכע ברױט אין דער חסידישער חינוך־סיסטעם. ווי זײַנע מיטשילער גיט אים דער רבי איבער די הענט. ער ווערט פֿון אים אױסגעשײגעצט, אױסגעזידלט. ער כאַפּט זיך אַרױס מיט אַ נאַרישן זאָג כּדי צו מאַכן אַ וויץ (ער האָט, למשל געזאָגט: „מוחל טובֿות!‟ װען דער רבי האָט אים געגעבן אַ נײַ זמירותל), בעת דער רבי האט דאָס געהאַלטן פֿאַר א חוצפּה; װערט ער פֿאַר דעם אויך אָנגעשלאָגן פֿונעם רבין. ער װאַרט אין אַ קאַלטן טאָג אַרױפֿצוגײן אױפֿן לאַנגן װעג אַלײן פֿון חדר. אַ קאַר שטעלט זיך אָפּ - הוראַ! יענעמס פֿאָטער דערקענט מנשהן, נאָר, פֿאַרפֿאַלן, מע האָט זיך נאָר אָפּגעשטעלט אים צו זאָגן, אַז מע קען אים נישט מיטנעמען. הייסט עס, אַפֿילו די עלטערן פֿון זײַנע מיט־תּלמידים האָבן חוזק געמאַכט פֿון אים.

דאָס איז נישט קיין בוך פֿון װאַרעמע, סענטימענטאַלע דערמאָנעונגען, נאָר גיכער מאָמענטן פֿון פּערזענלעכע טראַװמע, װאָס זײַנען עד־היום (אַזױ זאָגט דער בעל־מחבר) אײַנגעקריצט בײַ אים, שוין אַ דערוואַקסענעם, אין זכּרון. דער נימשל דאָ: יענע געזעלשאַפֿט, מיט אַלע גמ״חס און חסד־אָרגאַניזאַציעס, קען אַפֿילו נישט באַשיצן אירע אײגענע קינדער.

די דאָזיקע געשעענישן חזרן זיך איבער אָבער און װידער אין די ערשטע 100 זײַטלעך פֿון דער אױטאָביאָגראַפֿיע, און כאָטש די טאָג טעגלעכע ריטמען פֿון חסידישן לעבן זײַנען אינטערעסאַנט, און דאָס הײַנטיקע חסידיש לשון איז מלא־חן (באַזונדערש װען באַאַרבעט אַזױ געניט װי בײַ דעם מחבר), איז טאַקע אַ רחמנות אױף דעם דאָזיקן ייִנגל פֿון אַמאָל, מיט אַן אַלטן קאָפּ, אַ קלוגער נשמה און אָן אַ צאָל באַלײדיקונגען.

און װײַטער װערט אַ ביסל בעסער. עס באַװײַזט זיך אַ שטראַלכל ליכט װען אַ לערער לאָזט פֿאַלן אַ װאָרט, גלאַט אַזױ, כּלאַחר יד, אַז „לעפֿפֿלער איז אַ גוטער בדחן‟. שױן! ער האָט אַן אידענטיטעט, ער איז נישט אַבי אַ שלימזל װאָס מע קען צעבױקערן און דערדריקן.

(אױך איז כּדאַי צו פֿאַרצײכענען דעם פּאַראַדאָקסאַלן פֿאַקט אַז אַ טאַלאַנטירטער פּראָזאַיִקער קען פֿאַרװאַנלדען די טונקעלע, טרױעריקע מאָמענטן אין אַ שטאָף פֿאַרפלאָכטן מיט גאָלד. דאָס ייִנגל זיצט אין שיל, למשל, פֿאַרכּישופֿט פֿון די טריבע שאָטנס דורך די בײמער. אָדער װידער — אַ חבֿר זײַנער קאַראַפּקעװעט זיך אַדורך דורך די אונטערשטע פֿענצטער פֿון שיל, און מנשה, נישט באמת װיסנדיק פֿאַר װאָס, גלאַט אַזױ שטיפֿנדיק, גיט אים אַ זעץ מיט אַ ציגל איבערן קאָפּ. יענער אימאַזש פֿון אַ פֿאַרבלוטיקטן ייִנגל אין אַ שיל קלינגט שיִער נישט ווי אַ קאַפּיטל אין שלום אַשס אַ ראָמאַן, װאַרפֿט־אָן אַן אימה, און װעט בײַ מיר בלײַבן אױף לאַנג.)

איך דאַרף זיך מודה זײַן אַז די קינדער־יאָרן (מער װײניקער די ערשטע 150 זײַטלעך) זײַנען בײַ מיר געװען די סאַמע אינטערעסאַנסטע טײלן פֿון דער אױטאָביאָגראַפֿיע, װײַל מיט זײ קען יעדער זיך אידענטיפֿיצירן אױף אַן אוניװערסאַלן אופֿן. יעדער זעט זיך אַ מאָל װי אַ דרױסנדיקער. יעדער דאַרף געפֿינען זײַנע אייגענע שפּילצײַגן װען יענער האָט מערערע און אינטערעסאַנטערע צאַצקעס.

דאָס ייִנגל װערט אַ בחור, אַ חתן און דערנאָך אַ יונגערמאַן. מע לײענט כּסדר װעגן די פּערזענלעכקײטן װאָס ציִען־צו מנשהן, מיר דאַכט װײַל זײ זײַנען אױך אַזעלכע דרױסנדיקע טיפּן, „אַלײנע‟. דער ספֿרדישער ייִד װאָס די ייִנגלעך רופֿן אים „כאַכאַם‟. דער אָפּגעשליסענער װאָס לײענט כּסדר תּהילים. (מערסטנס מענער — מע װאָלט געהאָפֿט אַז אױך אַ חסידישע פֿרוי זאָל נעמען אַ פּען אין דער האַנט צו שרײַבן זכרונות, װײַל דאָ באַװײַזן זיך װײניק פֿרױען, און ווען יאָ זענען זיי „צעשװוּמען‟, װי אױף די שפּאַלטן פֿון דער סאַטמערער צײַטונג, „דער איד‟.)

מע לײענט אױך די נעמען פֿון לערערס און חשובֿע לײַט װאָס האָבן משפּיע געװען אױף מנשהס לעבן. אַזעלכע עפּיזאָדן זײַנען אפֿשר אינטערעסאַנט פֿאַר די, װאָס קענען די נעמען (נישט דער שרײַבער פֿון די שורות. צוריקגערעדט, בין איך נישט דער לײענער װאָס דער שרײַבער צילט דערױף).

מע מוז אַרױסהײבן אַ טראַגעדיע װאָס איז שװער אַרומצורעדן, די פֿריצײַטיקע פּטירה פֿון זײַן פֿרױ. אַזאַ אומגליק, און מנשה גיט דאָס איבער מיט עכטע געפֿילן, די רױע צעמישונג װאָס יעדע משפּחה פֿון אַ קרובֿ װאָס איז נוטה למות האָט אַדורכגעמאַכט, די פֿראַגמענטירטע ידיעות װאָס װערן אומחשקדיק אָדער צופֿעליק איבערגעגעבן דורך די געזונט־אַרבעטער, די לעצטע רגעס װאָס אַנטדעקן זיך פּלוצעם אײדער מע ריכט זיך אױף זײ.

דאָס אָרנטלעכע ייִנגל װאָס מע האָט אים באַקענט אױף דער ערשטער זײַט, אין זײַנע קינדער־יאָרן, אַרומגערינגלט מיט אַ געזעלשאַפֿט װאָס נישט ער פֿאַרשטײט זי און נישט זי פֿאַרשטײט אים, װערט אַ דערװאַקסענער װאָס מוז זיך ספּראַװען, אָן חשק, מיט גאָטס אומברחמנותדיקער מיסטעריע פֿון טױט. ער כאַפּט זיך אַז זי גיט אַ שטאַרב אַװעק, און אײדער זי הױכט אױס איר נשמה, גיט ער זיך אַ לאָז אין איר צימער אַרײַן און לײגט אַראָפּ אַ פֿײַערדיקע תּפֿילה, פֿול מיט האַרץ־רײַסנדיקן פּײַן.

דערנאָך מוז ער װידער זיך אָנטאָן אַ כּוח כּדי אױפֿצוהאָדעװען זײַן פֿאַריתומט ייִנגל. מע װאָלט אפֿשר געװאָלט זען מער פּרטים, װי אַזױ מע האָט אויפֿן ייִנגל אַכטונג געגעבן.

פֿול מיט טרױעריקע פּרטים און אױפֿריכטיקע דאַנקװערטער צום ייִדישן חינוך, לוויות און שׂימחות, און אַן אױטענטיש חסידיש לשון פֿון אַ געניטן, שפּאַנענדיקן מעשׂה־פֿאַרפֿלעכטער, איז „אױטאָביאָגראַפֿיע‟ ממש אַ „װערטער־סעלפֿי‟ װאָס װעט בלײַבן בײַ אײַך אין קאָפּ לאַנג נאָך דעם, װי איר לעשט אױס דעם סמאַרטפֿאָן.