דעם 8טן נאָוועמבער האָט די נאַציאָנאַלע בריטישע ביבליאָטעק איבערגעגעבן, אַז זי האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אינטערנעץ ס׳רובֿ פֿון אירע פּערסיש־ייִדישע כּתבֿ־ידן— 34 פֿון בערך 60. אין די קומענדיקע חדשים פּלאַנירט די ביבליאָטעק צו פֿאַרוואַנדלען אין אַן עלעקטראָנישער פֿאָרמע און אויסשטעלן אויף דער וועבזײַט דאָס איבעריקע פֿון איר פּערסיש־ייִדישן אוצר.
אין פֿאַרגלײַך מיט דער ריזיקער קאַיִרער גניזה, וואָס איז אין אַ גרויסער מאָס שוין צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ, אָדער די באַרימטע מגילות־ים־המלח, קלינגט עס ווי אַ רעלאַטיוו קליינער פּראָיעקט. די ביבליאָטעק־אַדמיניסטראַציע דערקלערט אָבער גאַנץ ריכטיק, אַז אַ גרויסע מעלה פֿונעם אוצר באַשטייט פֿון זײַן אוניקאַלן כאַראַקטער און דעם לאַנגן צײַט־פֿאַרנעם. דער עלטסטער פּערסיש־ייִדישער כּתבֿ־יד, אַ בריוו פֿון אַ סוחר, שטאַמט פֿונעם 8טן יאָרהונדערט און שטעלט מיט זיך פֿאָר איינעם פֿון די עלטסטע מוסטערן פֿון דער נײַ־פּערסישער שפּראַך בכלל. דעם דאָזיקן דאָקומענט האָט מען אַנטדעקט אין כינע — אויף אַן אָרט, וווּ עס האָט אַמאָל געבליט אַ וויכטיקער בודיסטישער האַנדל־צענטער אויפֿן גרויסן זײַדענעם וועג.
די ערשטע אויפֿשריפֿטן אויפֿן אוראַלטן פּערסיש, פֿאַרשריבן מיט אַ וואַריאַנט פֿון פֿלעקל־שריפֿט, שטאַמען בערך פֿון 2,600 יאָר צוריק. מע האָט זיי אַנטדעקט אויף עטלעכע ערטער איבער דער וועלט, אין עגיפּטן און אַפֿילו רומעניע. די פּערסישע אימפּעריע, אַ גרויסע און אַ מעכטיקע, האָט איבערלאָזט שפּורן ווײַט פֿונעם הײַנטיקן איראַן. יענע שפּראַך האָט זיך אָבער שטאַרק אונטערגעשיידט פֿונעם מאָדערנעם פּערסיש; אַ הײַנטיקער איראַנער קען עס אין גאַנצן נישט פֿאַרשטיין. מיטל־פּערסיש, באַקאַנט פֿונעם 3טן ביזן 7טן יאָרהונדערט, איז מער פֿאַרשטענדלעך, אָבער פֿאָרט אַן אַנדער לשון. די מאָדערנע פּערסישע שפּראַך איז אויפֿגעקומען אונטער דער שטאַרקער איסלאַמישער השפּעה. אינעם ייִדישן בריוו, איצט צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ, איז אָפּגעהיט געוואָרן די עלטסטע שפּראַך־פֿאָרעם, וווּ קיין אַראַבישע עלעמענטן זענען נאָך נישטאָ.
ווי אַן אַנדער גאָר אינטערעסאַנטן טעקסט אין דער אינטערנעץ־ביבליאָטעק דאַרף מען דערמאָנען די גרויסע עפּישע פּאָעמע „פֿאַטך־נאַמע‟ [דאָס בוך פֿון מלחמה־נצחון] פֿונעם ייִדישן פּאָעט עמרני, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן יהושע בן נון, דעם נבֿיא שמואל, רות און אַנדערע תּנ״כישע העלדן. אָנגעשריבן אינעם 17טן־18טן יאָרהונדערט, איז דער 670־זײַטיקער כּתבֿ־יד באַגלייט מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס; דער מחבר אַליין האָט געלעבט אינעם 16טן יאָרהונדערט.
אינעם אינטערנעץ־אוצר טרעפֿן זיך אויך ווערק פֿון קלאַסישע פּערסישע פּאָעטן, פֿאַרשריבן מיטן ייִדישן אַלף־בית.
אין פֿאַרגלײַך מיטן גרויסן, גוט אַנטוויקלטן געביט פֿון העברעיִשע און ייִדישע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען, פֿאַרנעמען זיך בלויז געציילטע מומחים אין דער וועלט מיט דער ייִדיש־פּערסישער ליטעראַטור און די ייִדישע דיאַלעקטן פֿון פּערסיש. אַ סך ענינים אינעם דאָזיקן געביט בלײַבן דערווײַל אַ רעטעניש אָדער נישט אויסגעפֿאָרשט ווי געהעריק.
הגם די אומגאַנג־דיאַלעקטן פֿון איראַנישע ייִדן האָבן זיך אונטערגעשיידט אין אַ געוויסער מאָס פֿונעם מוסולמענישן אַרום, האָבן זיי געוויינטלעך געשריבן אויף דער זעלבער ליטעראַרישער שפּראַך, אָבער פֿאַרשריבן מיט די ייִדישע אותיות און באַשפּרענקלט מיט לשון־קודשדיקע ווערטער. דער תּוכן פֿון פּערסיש־ייִדישע ווערק איז אַליין גאָר אינטערעסאַנט. די לאַנגע עפּישע פּאָעמעס פֿון איראַנישע ייִדן דערמאָנען אין אַזעלכע אַלט־ייִדישע ווערק ווי „שמואל־בוך‟ און „מלכים־בוך‟. זיי טראָגן פֿאַקטיש די זעלבע נעמען: למשל, „חנוכּה־נאַמע‟ אָדער „עזרא־נאַמע‟. דאָס וואָרט „נאַמע‟ איז טײַטש אַ בוך אויף פּערסיש.
ד״ר דזשעראָלד פֿרייקס, אַ באַקאַנטער בקי אינעם מיטל־עלטערלעכן ייִדיש, באַמערקט זייער אַן אינטערעסאַנטן מאָמענט אין זײַן בוך „פֿריִיִקער ייִדישער עפּאָס‟. בלויז בײַ צוויי ייִדישע עדות אַרום דער וועלט האָט זיך אַנטוויקלט אַ רײַכע טראַדיציע פֿון לאַנגע עפּישע פּאָעמעס: בײַ די אַשכּנזים און איראַנישע ייִדן. ביידע פּאָעטישע טראַדיציעס האָבן זיך צעבליט בערך אין דער זעלבער צײַט, 14טער — 16טער יאָרהונדערט. פֿון וואַנען נעמט זיך אַזאַ ענלעכקייט? ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז די אַמאָליקע ייִדיש־שרײַבער אין דײַטשלאַנד האָבן געהאַט אַ שײַכות צו זייערע קאָלעגן אין איראַן, הגם סוחרים פֿון ביידע לענדער האָבן זיכער געהאַט אַ קאָנטאַקט איינער מיטן צווייטן. פֿון פּערסיע האָט מען דאָך אימפּאָרטירט קיין אייראָפּע געווירצן, זײַד, טעפּעכער און אַנדערע מינים סחורה.
פֿון דער צווייטער זײַט, זענען די היסטאָריקער זיך משער, אַז די פּערסישע פּאָעזיע האָט ממשותדיק משפּיע געווען אויף די מיטל־עלטערלעכע אייראָפּעיִשע ריטערישע ראָמאַנען. בעת די קרייצצוגן האָבן די אייראָפּעער זיך אַקטיוו פֿאַראינטערעסירט מיט דער קולטור פֿון זייערע מוסולמענישע שׂונאים. אַ דאַנק דעם וויכטיקן דיגיטאַליזאַציע־פּראָיעקט קאָנען מיר גרינגער פֿאַרגלײַכן די פּאָעטישע טראַדיציעס פֿון אַמאָליקע דײַטשישע און איראַנישע ייִדן. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז די אַלט־ייִדישע ווערק וועלן אויך צוטריטלעך ווערן צו יעדן איינעם. צום באַדויערן, זענען אַ סך פֿון זיי נאָך נישט אויף דער אינטערנעץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.