אין קראָקע איז אַוועק אין דער אייביקייט צו 110 יאָר צעסיליע מאַריע ראָזשאַק, אַ פּוילישע מאָנאַשקע וואָס האָט צוויי יאָר בשעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿאַרבאַהאַלטן צענדליקער ייִדן אין איר ווילנער מאָנאַסטיר.
ראָזשאַק און עטלעכע פֿון די אַנדערע שוועסטער אינעם פֿראַנצויזישן מאָנאַסטיר האָבן ניט בלויז ריזיקירט מיטן לעבן דורכן פֿאַרבאַהאַלטן ייִדישע ציווילע־לײַט, איבערהויפּט יתומים, נאָר האָבן אויך עטלעכע מאָל געהאָלפֿן אַ גרופּע ייִדישע פּאַרטיזאַנער פֿאַרבונדן מיט „השומר־הצעיר‟ אָנגעפֿירט פֿון אַבאַ קאָוונער. כאָטש די 17 ציוניסטישע קעמפֿער זענען געווען פֿאַרברענטע אַטעיִסטן, זענען זיי געוואָרן זייער נאָענט מיט זייערע קריסטלעכע ראַטירער. די מאָנאַשקעס האָבן אַליין געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער אונטערערדישער באַוועגונג. זיי האָבן אָפּגעדרוקט צענדליקער קאָפּיעס פֿונעם באַרימטן מאַניפֿעסט וואָס קאָוונער האָט אָנגעשריבן, רופֿנדיק די ייִדן צום קאַמף קעגן די דײַטשן. נאָך דעם וואָס קאָוונער און זײַנע מיטקעמפֿער זענען צוריק אַרײַן אין געטאָ, האָבן עטלעכע פֿון די מאָנאַשקעס אפֿילו געהאָלפֿן אַרײַנשמוגלען גראַנאַטן און זיי איבערגעגעבן קאָוונערן. דאָס זענען געווען די סאַמע ערשטע וואָפֿנס, וואָס מע האָט אַרײַנגעשמוגלט אין געטאָ.
אין 1943 האָט מען די מאָנאַשקעס חושד געווען אין העלפֿן די סאָוועטן און מע האָט זיי אַרעסטירט און פֿאַרשיקט קיין פּוילן. די דײַטשן האָבן אָבער קיינמאָל ניט אַנטדעקט וויפֿל די דאָזיקע פֿרויען האָבן געהאָלפֿן ייִדן, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז זיי האָבן אונטערגעשטיצט זייער ווידערשטאַנד. דערפֿאַר זענען אַלע מאָנאַשקעס געבליבן לעבן.
אין 1984 האָט דער „יד־ושם‟ אָנערקענט זיבן פֿון די מאָנאַשקעס ווי חסידי אומות העולם. קאָוונער איז געפֿאָרן קיין פּוילן, כּדי זיי צוצוטיילן דעם כּבֿוד.
אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי זי האָט דערגרייכט אַזאַ בכּבֿודיקן עלטער, האָט ראָזשאַק דערקלערט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, אַז זי האָט שטענדיק געשאַרפֿט איר מוח דורכן לערנען זיך שפּראַכן. אַחוץ פּויליש האָט זי געקענט ענגליש, דײַטש, ליטוויש, פֿראַנצייזיש און לאַטײַניש. אינעם זעלביקן אינטערוויו האָט זי, צו 106 יאָר, אויסגעדריקט די מיינונג אַז „דאָס לעבן איז שיין, אָבער ווײַט צו קורץ.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.