ישׂראלים קריגן אַ טעם פֿון ייִדישן לעבן אין וואַרשע פֿאַרן חורבן

Israelis Get Taste of Vibrant Jewish Life in Prewar Warsaw

פֿון דניאלה מאַוער

Published November 28, 2018.
סמאָטשע־גאַס.
Bundesarchiv
סמאָטשע־גאַס.

סמוצ’ה: ביוגרפיה של רחוב יהודי בוורשה
בני מער
(בית שלום עליכם: הוצאת ספרים ע”ש י”ל מאגנס, האוניברסיטה העברית ,ירושלים, 2018), 258 זז’.

איז פֿאַר וואָס עפּעס דווקא די סמאָטשע גאַס? פֿרעג איך זיך.

זייער פּשוט, דערקלערט בני מער מיט זײַן נײַעם בוך אויף העברעיִש, „סמאָטשע: אַ ביאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישער גאַס אין וואַרשע‟. מער דערציילט ווי זײַן אינטערעס צו דער גאַס איז אינספּירירט געוואָרן פֿון בינעם העלערס ליד „מײַן שוועסטער חיה‟, וווּ ער באַשרײַבט מיט חן ווי „די שוועסטער חיה האָט מיך דערצויגן אויף דער סמאָטשע גאַס, אין הויז מיט קרומע טרעפּ‟. (בינעם העלער, „דורך שאָטן און שײַן‟, וואַרשע: ייִדיש בוך, 1948, זז’ 21-22).

בפּועל־משש באַשרײַבט מער די סמאָטשע גאַס פֿון די 1930ער יאָרן ווי דער מיקראָקוסמוס פֿון אַ גאַנץ לעבן, בפֿרט וועגן דעם ייִדישן לעבן אין וואַרשע צווישן ביידע וועלט־מלחמות. די גאַס איז טאַקע נישט געווען די שענסטע און אויך נישט קיין חשובֿע, אָבער מער פֿירט אונדז אויף אַ שפּאַציר מיט דער הילף פֿון מאַפּעס, צייכענונגען, בילדער און קאַריקאַטורן. אוי, איז דאָס געווען אַ גאַס!

מע קען לייענען וועגן די ייִדן אין וואַרשע בײַ די ביכער פֿון י. י. טרונק, יעקבֿ שאַצקי, בנימין דווידזון, יוסף קרמיש אָדער מרדכי צאַנין — שרײַבער וואָס דער מחבר דערמאָנט טאַקע אינעם בוך, ווי אויך מאַטעריאַלן פֿון אַ סך ייִדישע צײַטונגען ווי „אונזער עקספּרעס‟, „מאָמענט‟, „הײַנט‟, „נײַע פֿאָלקסצײַטונג‟, „דער יוד‟, „די צוקונפֿט‟, און נאָך אַנדערע, וווּ מיר באַקומען ממש אַ קאַלײַדאָסקאָפּ פֿון די פֿאַרשידענע ייִדישע טיפּן, זייער טאָגטעגלעכן לעבן און באַשעפֿטיקונגען אויף דער סמאָטשע גאַס.

מער נעמט אונדז פֿון הויז נומער 1 ביזן לעצטן, אויף נומער 62. די געבײַדעס באַשטייען פֿון זייער קליינע דירות און נישט אַלע האָבן געהאַט רינענדיק וואַסער און אַ קלאָזעט אין הויז.

די גאַס איז געווען באַקאַנט פֿאַר איר דלות, אַן אָרט וווּ קינדער לויפֿן אַרום הונגעריק. ס’זײַנען דאָ געווען קראָמען מיט פֿלייש, פֿיש, מילך, פּוטער, קעז, קאַווע־שטיבלעך, קאָנדיטאָריעס און עס האָבן דאָרט געאַרבעט שנײַדערס, אַדוואָקאַטן, דאָקטוירים און גאָלדשמידן. די בעלי־מלאכות האָבן אויף דער סמאָטשע־גאַס סײַ געאַרבעט סײַ געוווינט.

בני מער באַלעבט דאָס אַלץ מיט דער הילף פֿון אַנאָנסן וואָס ער האָט געפֿונען אין די צײַטונגען ווי, למשל: „אין אַ נײַ [געעפֿנטן] באַזאַר איז דאָ צו פֿאַרדינגען אַ גרויסע ליאַדאַווניע קאַנאַליזירט. דער באַזאַר אַנטהאַלט ביז 40 יאַטקעס… אויך ערטער פֿאַר פֿישהענדלער, פֿיל געוועלבן און ערטער צום פֿאַרקויפֿן פּוטער, קעז, מילך און אַנדערע פּראָדוקטן…סמאָטשע 29 — פּאַוויאַ 74‟ [געדרוקט אין „דער פֿרײַנד‟, דעם 1טן יאַנואַר 1904].

„וויכטיק פֿאַר קאַווע־טרינקער!‟ רופֿט אויס אַ צווייטער אַנאָנס, דאָסמאָל וועגן דער באַרימטער „האַג‟־קאַווע וואָס מע קען איצט באַקומען אויף דער סמאָטשע גאַס 21, געדרוקט אין „מאָמענט‟, 23סטן מאַרץ 1928.

אויך אַ שיינעם אײַנדרוק האָט אויף מיר געמאַכט די מעלדונג: „די בעסטע רעקלאַמע איז אויף דעם טעלער! … רעסטאָראַן פֿון י. עלקענבוים … די קיך פֿון אַ באַוווּסטן קאָכער פֿון וואַרשעווער פּובליקום … עס ווערט אַרויסגעגעבן פֿרישטיק, מיטאָג און אָוונטברויט … פֿון די פֿײַנסטע און געשמאַקסטע שפּײַזן צו ביליגע פּרײַזן … איין מיטאָג פֿון 3 שפּײַזן מיט געפֿליגל: 1.50 זלאָטעס; אַ קרופּניק מיט פֿלייש: 0.60 זלאָטעס; וועמפּלעך מיט קישקע: 1.00 זלאָטעס; גערשטלעך מיט פֿיסלעך: 0.90 זלאָטעס; קלאָפּסלעך מיט פֿערפֿל: 0.90 זלאָטעס […] דער בופֿעט איז רײַך … מיט די פֿײַנסטע צובײַסן ווי אויך מיט די געשמאַקסטע געטראַנקען. שבת באַקומט מען טשאָלענט …‟ (פֿון דער פּוילישער נאַציאָנאַל־ביבליאָטעק).

דער באַקאַנטער שרײַבער מלך ראַוויטש האָט געוווינט אין וואַרשע פֿון 1921 ביז 1934. אין זײַן ליד „גיטעלע: אַ באַלאַדע פֿון וואַרשעווער קינדער‟, פֿון 1932, האָט ער געשריבן וועגן די קינדער פֿון דער סמאָטשע גאַס. איך ברענג דאָ נאָר אַ טייל פֿונעם ליד כּדי זיך אײַנצואָטעמען די קאַרטינע:

אין וואַרשע, אויף דער סמאָטשע־גאַס
זענען די קינדער קרעציק און בלאַס,
און בעטן בײַ די מאַמעס ברויט,
און עס וואַרפֿט זיי פֿון קעלער אַרויס דערפֿאַר
די מאַמע — אין די לעכער פֿון טראָטואַר.

קוועטשן זיי די נעז צו די פֿענצטער מיט שפּײַז,
זעען געלע פּוטער און ווײַסן רײַז,
און לאָזן זיך פֿון הונגער — איבער דער שטאָט.
זיי טשעפּען זיך אָן אויפֿן בופֿער פֿון טראַמווײַ,
וואָס לויפֿט דאָ צום הויפּטוואָקזאַל פֿאַרבײַ.

[מלך ראַוויטש, „די לידער פון מיינע לידער: אַ כּינוס, אויפֿגעקליבן פֿון דרײַצן זאַמלונגען 1954-1909‟ (ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל), ז’226.]

אַחוץ אָרעמקייט זײַנען אויך פֿאָרגעקומען פֿאַלן פֿון רויבערײַ און מערדערײַ. יאָ, וואָס קען מע טאָן אַז אויך צווישן די ייִדן זיינען געווען קליינע און גרויסע פֿאַרברעכער? אין דער צײַטונג „דער פֿרײַנד‟, אונטער דעם טיטל „דאָס לעבן אין וואַרשע‟ שטײט געשריבן:

וועגן דעם רעטזעלהאַפֿטן מאָרד: אין געגענוואַרט פֿון אויספֿאָרשונגס־ריכטער האָט מען געפּאַלמעסט דעם קערפּער פֿונעם הויז־ווירטע נאָוואַקאָווסקי, וועלכען מען האָט געפֿונען אַן אָנגעהרגעטען אין זײַן וווינונג אויף סמאָטשע 38. אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם מאָרד האָט די פּאָליציי שוין אַרעסטירט דרײַ מענסלײַט און איין פֿרוי. די פּאָליציי איז שוין אויפֿן וועג צו ענטדעקען די מערדער. („דער פֿרײַנד‟, 1טער יולי 1912).

און וווּ ס’איז דאָ עלנט און געוואַלד איז דאָ אויך טעאַטער און קולטור, אַן אָרט וווּ מע קען אַ ביסל פֿאַרגעסן די שווערע טאָגטעגלעכע ליידן. בני מער דערציילט אַז אין דער סמאָטשע גאַס זײַנען צווישן די יאָרן 1930־1935 געשטאַנען נישט ווייניקער ווי דרײַ טעאַטערס. אַ סך האָט מען געשריבן וועגן דעם אין די צײַטונגען און דער ליטעראַטור. איין טעאַטער וואָס האָט געהייסן „בראָדוויי‟ איז געבויט געוואָרן אין 1930 און האָט פֿאָרגעשטעלט קינאָבילדער פֿון דער גאַנצער וועלט, צווישן דעם — אויך דער פֿילם „די היגיענע פֿון סעקסועלן לעבן‟, וואָס מע ווייסט פֿון אַ מעלדונג געדרוקט אין אונזער עקספּרעס, 15טן אַפּריל 1930.

אַ פּאָר מאָנאַטן שפּעטער זעט מען אין דער צײַטונג „גראָדנער מאָמענט עקספּרעס‟ די מעלדונג: „אויך סמאָטשע האָט אַ ייִדישן טעאַטער!‟ (19טן אויגוסט 1930). דער נײַער טעאַטער האָט געהייסן “אייראָפּאַ‟. דער „הײַנט‟ דערציילט אַז „דער דערפֿאָלג פֿון נײַעם ייִדישן טעאַטער ווערט פֿון טאָג צו טאָג אַלץ שטאַרקער, ס’איז שוין דערגאַנגען אַזוי ווײַט, אַז בײַ די לעצטע פֿאָרשטעלונגען זענען הונדערטער מענטשן אַוועק פֿון דער קאַסע, ווײַל די בילעטן זײַנען געווען אויספֿאַרקויפֿט. דאָס טעאַטער איז אויסגעאָרדנט לויט די לעצטע מאָדערנע אײַנריכטונגען, פֿערמאָגט 1,000 פֿײַנע באַקוועמע פֿאָטעלן, איז וואַרעם און ליכטיג. הײַנט און מאָרגן אָוונט ווערט געגעבן אַ פּרעמיערע ‘די ייִדישע שיקסע’ און שבת בײַטאָג — אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס ‘שולמית’.‟

אמת, דאָס בוך איז אָנגעשריבן אויף העברעיִש אָבער עס שמעקט מיט ייִדיש אום און אום. פֿון די ייִדישע פּרנסות, פֿונעם אומראַסיקן עולם בײַם טעאַטער און פֿונעם גיכן אָטעם־אָפּכאַפּ אין אַ ייִדישן רעסטאָראַן מיט ייִדישע קולות און היימישע ריחות. מיט אַ סך כּוחות און לײַדנשאַפֿט האָט דער מחבר מצליח געווען צונויפֿצושטיקעווען די ציגל און שטיינער פֿונעם פֿאַרלוירן־געגאַנגענעם ייִדישן לעבן אויף אַ וואַרשעווער גאַס.