די געשיכטע פֿון ייִדן בעת דער חורבן־תּקופֿה װערט אָפֿט צעטײלט אין צװײ זאָנעס: די ייִדישע זאָנע, װאָס נעמט אַרײַן געטאָס און לאַגערן אין די לענדער אונטער די דײַטשן און זײַנע אַליִיִרטע, און די „פֿרײַע‟ זאָנע, די טעריטאָריעס װאָס זײַנען געװען פֿרײַ פֿון דער נאַציסטישער שליטה.
די דאָזיקע בינאַרע סכעמע נעמט אָבער ניט אין באַטראַכט אַ װיכטיקע דריטע זאָנע, װוּ עס האָבן זיך געפֿונען הונדערטער טױזנטער ייִדן בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה: די סאָװעטישע תּפֿיסות, לאַגערן און „ספּעציעלע ייִשובֿים‟ אין סיביר, דעם װײַטן מיזרח און צפֿון פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. צו רופֿן דאָס „פֿרײַ‟ איז אַװדאי ניט ריכטיק. דאָרט זײַנען פֿאַרשיקט געװאָרן כּלערלײ „שׂונאים‟ פֿונעם סאָװעטישן רעזשים פֿון יענע שטחים, װאָס דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט לױטן אָפּמאַך מיט דײַטשלאַנד אַנעקסירט נאָכן אױסבראָך פֿון דער מלחמה: די מיזרחדיקע טײלן פֿון פּױלן, ליטע, לעטלאַנד, און רומענישע בעסאַראַביע און בוקאָװינע. װי שװער און ביטער דאָס לעבן אין סיביר זאָל ניט זײַן, איז דער גורל פֿון ייִדן אין יענעם גלות פֿאָרט געװען בעסער אײדער אין דער הײם, אונטער דער דײַטשישער און רומענישער אָקופּאַציע.
דעם 14טן יוני 1941, אײן װאָך איידער דײַטשלאַנד איז באַפֿאַלן דעם סאָװעטן־פֿאַרבענד, האָט די סאָװעטישע געהײם־פּאָליצײ אַרעסטירט און דעפּאָרטירט סך־הכּל אַרום הונדערט טױזנט מענטשן פֿון אַלע „נײַע‟ סאָװעטישע טעריטאָריעס. צװישן זײ זײַנען געװען „קאַפּיטאַליסטן‟, װאָס האָבן אפֿשר פֿאַרמאָגט אַ קראָם אָדער אַ קלײן פּריװאַט געשעפֿט; פּאָליטישע כּלל־טוער, בפֿרט מיטגלידער פֿון ציוניסטישע פּאַרטײען, װי אױך די אָרטיקע אינטעליגענץ, אַדמיניסטראַציע און כּלי־קודש. אַ היפּשע צאָל פֿון די קרבנות פֿון דער דאָזיקער כװאַליע רעפּרעסיעס זײַנען געװען ייִדן, כאָטש הײַנט װערט דער דאָזיקער פֿאַקט אָפֿט מאָל פֿאַרשװיגן אין אוקראַיִנע, ליטע, לעטלאַנד און מאָלדאָװע. הײַנט באַשולדיקן די נאַציאָנאַליסטן דװקא ייִדן אין מיטהעלפֿן דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ, און אױף אַזאַ אופֿן פּרוּװן זײ רײנװאַשן די אײגענע קאָלאַבאָראַנטן מיט די נאַציסטן, װאָס האָבן כּלומרשט גענומען „נקמה‟ אױף ייִדן פֿאַר זײער מיטהילף די סאָװעטן.
יענטע מאַש איז געװען אַ יונגע פֿרױ פֿון נײַנצן יאָר אַלט װען איר גאַנצע משפּחה איז דעפּאָרטירט געװאָרן פֿון זײער שטעטל זגוריצע אין בעסאַראַביע. די סאָװעטן האָּבן געשיקט מענער אױף עבֿודת־פּרך אין די אוראַלער בערג, און די פֿרױען טיף אין סיביר אױף צו װױנען אין „ספּעציעלע ייִשובֿים‟. דאָס לעבן אין סיביר איז געװען זײער שװער פֿאַר בעסאַראַבער ייִדן: קנאַפּ עסנװאַרג; מען האָט געמוזט שװער האָרעװען און װינטערס זײַנען געװען לאַנג און ביטער־קאַלט.
יענטע מאַש האָט דעמאָלט פֿאַרלױרן בײדע עלטערן. דער פֿאָטער איז געשטאָרבן אין אוראַל, און די מאַמע, װי יענטע מאַש דערמאָנט אין דער דערצײלונג „ברױט‟, „איז אַװעקגעגאַנגען דעם 20טן אױגוסט 1943 צונױפֿקלײַבן אַ ביסל יאַגעדעס און פֿאַרבליבן אין דער טײַגע אױף אַלע אײביקײטן.‟ זי האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט אינעם װאַלד און מען האָט זי ניט געקאָנט געפֿינען. נאָכן אומקערן זיך קײן בעסאַראַביע נאָך דער מלחמה האָט זיך יענטע באַזעצט אין קעשענעװ, װוּ זי האָט געאַרבעט װי אַ בוכהאַלטערין. אָנהײב 1970ער יאָרן, װי נאָר עס איז געװאָרן מעגלעך, האָט זי עולה געװען קײן ישׂראל, װוּ זי האָט אָנגעהױבן שרײַבן אירע דערצײלונגען.
מאַשס ליטעראַרישע קאַריערע אויף ייִדיש איז געװען גאַנץ דערפֿאָלגרײַך. זי האָט געדרוקט אירע װערק אין די װיכטיקסטע ייִדישע זשורנאַלן, װי „די גאָלדענע קײט‟, אַרױסגעלאָזט עטלעכע ביכער און באַקומען בכּבֿודיקע פּרעמיעס. אָבער ערשט איצט, מיט דער הילף פֿון דער באַגאַבטער איבערזעצערין עלען קעסעדי, זײַנען מאַשס װערק צוטריטלעך געװאָרן פֿאַרן ענגליש־רעדנדיקן עולם אין דער פֿאָרם פֿון אַ בוך. דאָס בוך, באַטיטלט לױט מאַשס דערצײלונג „אױפֿן פּריסטאַן‟, נעמט אַרײַן זעכצן דערצײלונגען, אױסגעקליבן פֿון פֿיר זאַמלביכער. זײ פֿאָלגן בערך דעם כראָנאָלאָגישן סדר פֿון דער מחברינס לעבן, פֿון סיביר צוריק קײן בעסאַראַביע און װײַטער קײן ישׂראל.
מאַש שילדערט דעם גלות-סיביר אין אַן עפּישן סטיל װאָס דערמאָנט אָן אַן אַלטן מעשׂה־בוך: „צעזײטע און צעשפּרײטע איבער די הרי־חושך האָט אין אָט דער ביטערער צײַט אָפּגעריכט גלות־סיביר, פֿאַר אײגענע אָדער פֿאַר טאַטע־מאַמעס נישט געשטױגענע און נישט געפֿלױגענע זינד, דער פֿאַרלױרענער שבֿט - די ‘אַרױסגעשיקטע’‟ (די דערצײלונג “ברױט”). אױף ענגליש קומט עס אַרױס ניט אַזױ געהױבן און װײניקער אידיאָמאַטיש אײדער אױף ייִדיש: „אין יענע ביטערע טעג, זײַנען מיר געװען צעזײט ביזן עק־װעלט, אַרױסגעשיקט קײן סיביר פֿאַר אונדזערע אָדער פֿאַר אונדזער עלטערנס משמעותדיקע פֿאַרברעכנס. מיר זײַנען געװען אַ פֿאַרלױרענער שבֿט, די אַרױסגעשיקטע.‟ קעסעדיס איבערזעצונג מאַכט מאַשס אײגנאַרטיקן סטיל מער הײמיש, אָבער דערבײַ פֿאַרלירט מאַשס פּראָזע דעם חױכן עפּישן גאַנג. מסתּמא, האָט די איבערזעצערין געװאָלט אױסמײַדן פּאַטעטישקײט אױף ענגליש.
די ענגלישע בוך־אױסגאַבע פֿון יענטע מאַש איז אַ װיכטיקער בײַטראָג צוליב לכל־הפּחות דרײַ טעמים: ערשטנס, איז דאָס אַ מוסטער פֿון גוטער אױפֿריכטיקער ליטעראַטור; צװײטנס, אַנטפּלעקן מאַשס אױטאָביאָגראַפֿישע דערצײלונגען אַ קאַפּיטל פֿון דער חרובן־געשיכטע װאָס פֿאַרבלײַבט עד־היום װײניק באַקאַנט אַפֿילו צװישן די היסטאָריקער; און דריטנס, איז דאָס אַ װיכטיקער בײַטראָג צו דער װאַקסנדיקער ביבליאָטעק פֿון פֿרױען־ליטעראַטור אױף ייִדיש. מען דאַרף אָפּגעבן אַ האַרציקן ייִשר־כּוח דער איבערזעצערין עלען קעסעדי, איר מיטאַרבעטערין דזשעסיקאַ קירזײן, דעם אוניװערסיטעט־פֿאַרלאַג פֿון צפֿון־אילינױ, און דעם ייִדישן ביכער־צענטער פֿאַר שטיצן זײער אַרבעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.