ס׳איז שוין געווען דאָס דריטע מאָל וואָס מע קלינגט מיר פֿון דער זעלבער ייִדישער אָרגאַניזאַציע. וואָס ווילן זיי? נישט געלט ווי אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, נאָר צײַט! „וואָס הייסט?‟ וועט איר פֿרעגן. וועל איך אײַך זאָגן. ס׳איז אַ בילדונגס־אָרגאַניזאַציע וווּ כּמעט ווער עס זאָל נישט זײַן מעג האַלטן אַ רעדע אָדער פֿירן אַ וואַרשטאַט אויף וואָסער טעמע עס זאָל נישט זײַן, אַבי עס האָט צו טאָן מיט ייִדישקייט. איינער, למשל, קען פֿירן אַ דיסקוסיע וועגן דער שאַטירונג פֿון אסתּר המלכּהס הויט: ווײַל זי הייסט הדסה אויף לשון־קודש מיינט עס טאַקע אַז זי האָט געהאַט גרינע הויט? איז זי באמת געווען 73 יאָר אַלט ווען מע האָט זי אויסגעקליבן ווי די שענסטע אין לאַנד? און ווען מע וויל וויסן ווי צו מאַכן אַ מגן־דוד פֿון שוועבלעך אָנצוהענגען אויף אַ האַלדזקייטל קען מען זיך דאָס אויך דאָרטן אויסלערנען.
די יערלעכע פֿאַרזאַמלונג פֿון דער אָרגאַניזאַציע קומט יעדעס מאָל פֿאָר אין אַן אַנדער שטאָט. יעדערער וואָס באַטייליקט זיך אין דער קאָנפֿערענץ מוז באַצאָלן פֿאַר דער פּריווילעגיע צו האַלטן אַ רעדע אָדער פֿירן אַ וואַרשטאַט און אַוודאי פֿאַרן האָטעל, עסן און די פֿאָר־הוצאָות. דער סוף־וואָך, האָב איך אויסגערעכנט, קען אָפּקאָסטן אַן ערך אַכט הונדערט דאַלאַר — און נאָך מער ווען מע רעכנט אַרײַן די טאַקסיס הין־און־קריק פֿון פֿליפֿעלד אין האָטעל.
דאָס אַלץ האָב איך אויסגעפֿונען די ערשטע צוויי מאָל וואָס מע האָט מיך פֿאַרבעטן אויף דער קאָנפֿערענץ. כ׳האָב אָבער נישט צו פֿיל געלט צו פּטרן, האָב איך זיך אָפּגעזאָגט. אָבער מיט אַ יאָר שפּעטער איז עמעצן אײַנגעפֿאַלן, אַז מע זאָל אָרגאַניזירן אַ גאַנצן סוף־וואָך איבערגעגעבן צו ייִדיש. „יאָ, איך בין מסכּים. זייער פֿײַן. ווער וועלן זײַן די לערערס?‟ האָב איך געפֿרעגט.
„נו, מיר האָבן געהאָפֿט אַז איר וועט דאָס טאָן פֿאַר אונדז. וועלן מיר זיך טרעפֿן אין סאַן־אַנטאָניאָ, טעקסאַס אין זייער אַ פֿײַנעם האָטעל און… הײַיאָר האָבן מיר אַ מעצענאַט, זענען מיר גרייט צו באַצאָלן אַלע אײַערע הוצאָות.“
ווען כ׳האָב דערהערט אַז זיי וועלן זיך טרעפֿן אין סאַן־אַנטאָניאָ און אַז ס׳וועט מיר נישט קאָסטן קיין סך געלט האָט דאָס מיך טאַקע פֿאַראינטערעסירט. אמת, פֿאַר דער אַרבעט וועלן זיי מיך נישט באַצאָלן, אָבער אַלע מאַטעריאַלן האָב איך שוין סײַ־ווי און עס וועט דערבײַ אויך זײַן אַ פֿרײַע וואַקאַציע אין סאַן־אַנטאָניאָ.
סאַן־אַנטאָניאָ! דער נאָמען אַליין האָט מיר געקלונגען זייער עקזאָטיש און דערצו בין איך נאָך קיין מאָל נישט געווען אין טעקסאַס. טעקסאַס, וואָס גרענעצט זיך מיט מעקסיקע האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דאָרטן איז דער „אַלימאָ‟; יאָ, דאָס וואָרט „אַלימאָ‟ באָמבלט זיך מיר אין קאָפּ, אָבער וואָס ס׳האָט דאָרטן פּאַסירט האָב איך בשום־אופֿן נישט געקענט געדענקען.
אין קאַלעדזש, מוז איך אײַך זאָגן, איז געשיכטע, ספּעציעל אַמעריקאַנער געשיכטע, מיר זייער ווייניק אָנגעגאַנגען. ווען דער לערער האָט אָנגעהויבן רעדן באַריכות און אויפֿן טאָוול שרײַבן דאַטעס… אַ סך דאַטעס… זייער אַ סך דאַטעס… זענען בײַ מיר די אויגן־לעדלעך געוואָרן זייער שווער און כ׳האָב געמוזט קעמפֿן מיט די לעצטע כּוחות נישט אַנטשלאָפֿן צו ווערן. אַ מאָל האָב איך געוווּנען דעם קאַמף און, איך שעם זיך יעצט זיך מודה צו זײַן, אַז אַ מאָל נישט. איך לאַך יעצט אָבער אַמעריקאַנער געשיכט איז פֿאַר מיר געווען ווי אַ נאַרקאָטיק. אַ דאַנק דעם אייבערשטן וואָס דער קלאַס איז געווען אין אַ גרויסן לעקציע־זאַל, און עס האָט קיינעם נישט געאַרט וואָס איך כאַפּ אַ מאָל (נו, אָפֿט!) אַ דרעמל. ווען דער לערער האָט צומאָליק געוויזן אַ פֿילם, פֿאַרשטייט זיך מיט אַן היסטאָרישן אינהאַלט, בין איך נאָך געשמאַקער געשלאָפֿן ווײַל ס׳איז געווען פֿינצטער. כ׳האָב זיך נאָר אויפֿגעכאַפּט ווען ס׳איז ליכטיק געוואָרן און די סטודענטן האָבן געמאַכט אַ רעש, אַרויסלויפֿנדיק פֿון זאַל.
פֿאַרוואָס דערצייל איך אײַך דאָס? ווײַל ס׳האָט געמוזט זײַן בשעת איינס פֿון מײַנע געשמאַקע דרעמלעך ווען דער פּראָפֿעסאָר האָט אונדז געלערנט וועגן דעם „אַלימאָ‟.
דאָס דערמאָנען זיך אין דעם אַלץ האָט נישט גענומען אַזוי לאַנג ווי דאָס שרײַבן און ווען כ׳בין צוריקגעקומען צו דער איצטיקער צײַט האָט די פֿרוי אויפֿן טעלעפֿאָן נאָך גערעדט. זי האָט געהאַלטן אין מיטן לייענען די רשימה קאָכקלאַסן: „…לאָקשן מאַכן, די עקן טייג קלעפּן ווען מע מאַכט קרעפּלעך…‟ און איך האָב איר איבערגעהאַקט.
„יאָ,‟ האָט זי געזאָגט. „איך פֿאַרשטיי. אַלע זענען די טעג פֿאַרנומען. איז קען איך פֿאַשרײַבן אַז איר קומט?‟
איך האָב געפֿרעגט נאָר צוויי זאַכן: צי דאָס עסן וועט זײַן כּשר און צי די לערערס מעגן זיך צוהערן צו וואָסער קלאַסן זיי ווילן.
„יאָ,‟ האָט זי געענטפֿערט אויף ביידע פֿראַגעס. האָב איך באַלד געענטפֿערט: „גוט, קום איך. איך וויל זען דעם אַלימאָ.‟
„וואָס? וואָס האָט איר געזאָגט? איר קומט?‟
„איך קום. שיקט מיר אַ בילעט. אויב אײַך איז אַלץ איינס וויל איך קומען מיט אַ טאָג פֿריִער און בלײַבן אַ טאָג שפּעטער. לערנען וועל איך מיטוואָך, דאָנערשטיק און אַ האַלבן טאָג פֿרײַטיק.“ זי האָט אַ גליקלעכע באַשטאַנען און איך האָב זיך געפֿרייט, כאָטש איך האָב נישט געוווּסט פֿאַר וואָס. נו, וועל איך האָבן נאָך איינע פֿון מײַנע אַווענטורעס. זאָל זײַן ווי עס וועט זײַן. דינסטיק אין דער פֿרי, באַלד נאָכן אָנקומען, וועל איך גיין זען דעם באַרימטן „אַלימאָ‟ און נאָך דער קאָנפֿערענץ וועל איך זען דעם קונסטמוזיי אין סאַן־אַנטאָניאָ.
מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָב איך זיך געכאַפּט, אַז איך וועל זײַן אין סאַן־אַנטאָניאָ איבער אַ שבת. כאָטש מע האָט געזאָגט אַז דאָס עסן וועט זײַן כּשר האָב איך נישט געוווּסט צי סע וועט זײַן אַ שיל אין האָטעל אָדער אַרום דעם האָטעל און אויב יאָ — וואָסער נוסח וועט זײַן. איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז איך זאָל קלינגען דעם רבֿ פֿון אַן אַנדער שיל אין סאַן־אַנטאָניאָ און אים פֿרעגן צי ער וואָלט געוואָלט אַ גאַסט־רעדנערין אויף שבת. ער האָט זיך געהאַלטן אַן עצה מיט דער רביצין און זיי האָבן באַשלאָסן אַז איך זאָל בײַ זיי אײַנשטיין דעם שבת וואָס איך וועל זײַן אין סאַן־אַנטאָניאָ און איך זאָל רעדן וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש. כ׳וואָלט בעסער געוואָלט רעדן וועגן ייִדישן הומאָר ווײַל זיי האָבן געוואָלט איך זאָל רעדן נאָכן גרויסן פֿליישיקן קידוש, און איך ווייס אַז ווען דער עולם עסט זיך אָן נאָכן דאַווענען דאַרף מען זיי פֿאַרווײַלן מיט עפּעס לעבעדיקס.
דער רבֿ האָט זיך אָבער אײַנגעשפּאַרט: „זייער זעלטן וואָס מיר האָבן אַזאַ געלערנטן גאַסט וואָס קען רעדן וועגן דעם. אַנדערע קענען רעדן וועגן הומאָר־שמומאָר. כע, כע, כע…‟ נו, האָב איך זיך געטראַכט: זאָל זײַן ווי ער וויל. איך בין אַ לעבעדיקע רעדנערין, וועל איך אַרײַנמישן אין דער רעדע פֿון געשיכטע אַ ביסל הומאָר. אַלץ וועט זײַן גוט. ווי דער לובאַוויטשער רבי פֿלעגט זאָגן: „טראַכט גוט און עס וועט זײַן גוט.‟
איך ווייס באמת נישט וואָס איך האָב געמיינט אַז איך וועל זען ווען איך זע דעם „אַלימאָ‟ אָבער ס׳איז געווען גאָרנישט מיט אַ נישט! איך האָב וועגן דעם געהאַט געלייענט אין וויקיפּעדיע, און דאָרט שטייט געשריבן אַז דאָס איז דאָס העט וויכטיקסטע אָרט אין גאַנץ טעקסעס. איך בין געווען זייער אַנטוישט. וואָס איך האָב געזען איז נישט געווען אַפֿילו אַזוי שיין ווי אַ שטאַל: עטלעכע לאַנגע צוזאַמענגעקלאַפּטע ברעטער אויפֿצוהאַלטן אַן עקראָן די גרייס פֿון אַ גרויסן טעלעוויזאָר און צוויי לאַנגע, קרומע הילצערנע בענק פֿאַרן עקראַן. ס׳איז אויך געווען אַ וויטרינע וווּ מ׳האָט געקענט זען אַ פּאָר אַלטע ביקסן מיט אַ זשמעניע אַלטע קוילן.
מע האָט געוויזן אַ קורצן פֿילם וווּ אַקטיאָרן שפּילן איבער די קריג פֿונעם „אַלעמאָ‟, וווּ אין 1836 האָבן 189 טעקסאַנער 13 טעג לאַנג אָפּגעהאַלטן די גרויסע מעקסיקאַנער אַרמיי. די מעקסיקאַנער האָבן אַלע טעקסאַנער קעמפֿער דערהרגעט. די צוויי צדדים האָבן געפֿירט מלחמה ביז אין 1849 איז טעקסעס געוואָרן אַ טייל פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דער גאַנצער ווידעאָ איז געווען אפֿשר צוואָנציק מינוט פֿון שיסן און שרײַען. ס׳איז געווען אַזאַ גערודער אַז כ׳האָב נישט געקענט אַפֿילו אַן אויג פֿאַרמאַכן. איך האָב געזען אַז מײַן באַציִונג צו אַמעריקאַנער געשיכטע האָט זיך נישט מיט קיין האָר געענדערט. כ׳האָב זיך געקענט אײַנברענגען די צײַט.
די קלאַסן וואַס איך האָב געלערנט זײַנען, ב״ה, זייער גוט געגאַנגען.
ווען איך בין אָנגעקומען אין שיל און זיך באַקענט מיטן רבֿ און דער רביצין האָבן זיי זיך מיט עפּעס געפֿרייט. צופֿירנדיק מיך צו מײַן צימער האָט די רביצין מיר דערציילט אַז צופֿעליק האָבן זיי דעם שבת אויך אַן אַנדער גאַסט — אַ פֿרוי וואָס שרײַבט הומאָריסטישע אַרטיקלען און וויצן פֿאַר אַ ייִדישן וועבזײַטל און אַזוי ווי זי איז אַ באַרימטע ווילן זיי, אַז זיי זאָל אויך קענען זאַגן אַ וואָרט. װאָס האָב איך צו דעם געקענט זאָגן? כ׳בין געבליבן פֿאַרגאַפֿט. כ׳האָב נישט געקענט זאָגן ניין, כאָטש דאָס איז מיר אויסגעקומען זייער מאָדנע. בשעתן צוגרייטן זיך אויף שבת האָב איך זיך באַרויִקט. מע האָט מיר פֿריִער געהאַט געזאָגט אַז מע גיט מיר אַ שעה צײַט און יעצט איז דאָ אַן אַנדער רעדנער… וועל איך האָבן אַ האַלבע שעה? דאָס איז זייער ווייניק. נו, די גאַנצע זאַך איז שוין אַרויס פֿון מײַנע הענט. ווי עס וועט זײַן וועט זײַן גוט. אַזוי האָב איך זיך געפּרוּווט אײַנרעדן. הײַנט וועל איך זיך אָפּרוען און מאָרגן נאָכן דעווענען און נאָכן קידוש וועלן מיר זען וואָס וועט זײַן.
איך בין אַרײַן אינעם צימער פֿון דער שיל וווּ מע האָט שוין געהאַט צוגעגרייט וועקסענע בענטשליכט אַרײַנגעשטעקט אין זאַמד. כ׳בין געבליבן שטיין ווי פֿאַרגליווערט. צום מערסטן האָב איך געזען ווי שיינע מעקסיקאַנערינס, מיט פֿינקלענדיקעֿ שוואַרצע אויגן און פּעך־שוואַרצע האָר בענטשן ליכט פּונקט ווי איך בענטש ליכט אין דער היים — זיי מאַכן דדײַ מאָל מיט די הענט איבער די ליכט, פֿאַרדעקן זיך די אויגן, זאָגן די ברכה און מורמלען זייערע געבעטן צום אייבערשטן. און איך האָב זיך דערפֿרייט: אַאַאַ, די זענען מסתּמא בעלי־תּשובֿות און אפֿשר גאָר אָנוסים. ווי אינטערעסאַנט!
באַלד נאָכן ליכטבענטשן איז צו מיר צוגעקומען אַ שיינע פֿרוי אפֿשר אין די מיטל פֿערציקער יאָרן, זייער אַ פֿײַנע און האָט מיט אַ רוסיש אַקצענטירטן ענגליש געזאָגט: „איך וואָלט געוואָלט אַז איר זאָלט זיצן לעבן מיר. איז דאָס גוט?‟ קיינער האָט מיך נישט געוויזן וווּ איך מוז זיצן בשעת דער סעודה האָב איך מיט פֿרייד אײַנגעשטימט. ס׳איז גוט צו האָבן אַ פֿרײַנדלעכן מענטש לעבן זיך אין אַ פֿרעמד אָרט. און זי, די פֿרוי איז געווען זייער וואַרעם און סימפּאַטיש. און דאָס אַליין איז מיר געווען אַ וווּנדער נאָך דעם וואָס זי האָט מיך דערציילט איר מעשׂה אין פֿופֿצן מינוט — נישט מער ווי עס האָט מיך גענומען צו עסן די געפֿילטע פֿיש.
זי און זיבן פֿון איר משפּחה זענען אָנגעקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן נאָר מיט פֿיר יאָר צוריק. דער „הײַאַס‟ האָט זיי אַלעמען — דעם טאַטן, דער מאַמען, אַ ברודער, זי, איר מאַן און צוויי זין — אײַנגעאָרדנט אין צוויי קליינע דירות אין סאַן־אַנטאָניאָ. אין רוסלאַנד האָבן זיי כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן אַז זיי זענען ייִדן און אַוודאי נישט געווען רעליגיעז. ווי אַנדערע רוסישע ייִדן האָבן זיי געהאַט אַ טענענבוים, נישט אויף ניטל נאָר אויף סילוועסטער צו פֿײַערן דעם אָנהיים פֿונעם נײַעם סעקולערן יאָר. ווען די עמיגריר־געזעצן האָבן זיך געביטן און מע האָט געקענט באַקומען אַ וויזע צו פֿאָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט זיך בײַם זיידן פּלוצלינג אויפֿגעפֿלאַקערט דאָס התלהבֿות פֿאַר ייִדישקייט וואָס איז בײַ אים אַזוי לאַנג געווען פֿאַרשטיקט, און ער האָט זיך דערמאָנט אין די אַלטע טראַדיציעס און מינהגים פֿון ראָש־השנה און פּסח. כאָטש ער האָט אַלע מאָל געפֿאַסט יום־כּיפּור, האָט ער עס געטאָן שטילערהייט, אַז קיינער זאָל נישט דערפֿון וויסן און פֿון אים נישט אָפּלאַכן. ווען ער האָט איין מאָל פֿאַרגעסן די ריכטיקע דאַטע, ווײַל קיין צײַטיקן לוח האָט ער נישט געהאַט, האָט ער געפּרוּווט פֿאַסטן צוויי טעג נאָכאנאַנד און מע האָט אים דעם דריטן טאָג געפֿונען אַ טויטן. צי צופֿעליק אַזוי, צי פֿון עגמת־נפֿש איז די באָבע נישט לאַנג נאָך אים אויך ניפֿטר געוואָרן. מיט דרײַ חדשים שפּעטער זענען זיי אָנגעקומען אין סאַן־אַנטאָניאָ.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלץ דאָ אין אַמעריקע איז זיי געווען פֿרעמד. אָבער די מענטשן זענען געווען פֿרײַנדלעך, ספּעציעל דער רבֿ און די רביצין פֿון חב״ד. מע האָט איר משפּחה און אַנדערע געגעבן אַלץ וואָס זיי דאַרפֿן: מעבל, קליידער, שפּײַזפּראָדוקטן… און מע האָט זיי אויך יעדן שבת פֿאַרבעטן צו זיך אויף די שבתדיקע סעודות. ס׳איז פֿאַר זיי געווען אַ חידוש ווי פֿרומע מענטשן לעבן דאָ און פֿירן אַ ייִדיש לעבן און ס׳איז זיי טאַקע געפֿעלן.
אָבער איך בין דאָ אַ ביסל אַראָפּ פֿון די רעלסן. כ׳מוז אײַך גיך דערציילן וואָס איז געוואָרן שבת בײַ טאָג מיט דער לעקציע מײַנע וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישע שפּראַך. אין איין וואָרט — גאָרנישט.
נאָכן קידוש האָט מען פֿאָרגעשטעלט די באַוווּסטע פּערזענלעכקייט פֿון ניו־יאָרק, די וואָס האָט געשריבן אַ בוך וויצן און האָט איר אייגן ראַדיאָ־פּראָגראָם. מיך האָט מען אַפֿילו נישט דערמאָנט.
זי האָט טאַקע זייער אויסגענומען בײַם עולם! מע האָט זיך געקאַטשעט פֿון געלעכטער. איך האָב אויך זייער הנאה געהאַט. די קאָמעדיאַנטקע האָט כּמעט אַ גאַנצע שעה פֿאַרווײַלט דעם עולם. ווען דער רבֿ האָט איר איבערגעריסן די פּראָגראַם זענען אַלע צוגעלאָפֿן צו רעדן מיט איר, און מיך האָט מען אין גאַנצן פֿאַרגעסן. דער רבֿ איז זיי נאָכגעלאָפֿן אָבער ס׳איז געווען אומזיסט זײַן מי. ער האָט מיך אָנגעקוקט מיט טרויעריקע אויגן.
איך בין צוריקגעגאַנגען צו מײַן צימער און געטראַכט צו זיך: אויף אַלץ וואָס פּאַסירט איז דאָ אַ סיבה. ערשט שפּעטער האָב איך אויסגעפֿונען וואָס דער תּירוץ איז דאָ געווען.
זונטיק האָב איך זיך אײַנגעפּאַקט און מלכּה איז מיר געקומען נעמען צו זיך אויף וועטשערע, און די גאַנצע צײַט האָט זי מיך געטרייסט: „איך האָב זיך געפֿילט אַזוי שלעכט ווען די צײַט איז אויסגערונען,‟ האָט זי געזאָגט. „וועסט קומען צוריק אַן אַדערט מאָל.‟ און בײַ זיך אין דער היים האָט זי ממשיך געווען די סאַגע פֿון איר לעבן.
איר דירה איז געווען ריין אָבער אָן קיין שום איבעריקע זאַכן. און פֿון דעם וואָס זי האָט סערווירט האָב איך געזען אַז זי האָט זייער ווייניק געלט, ווײַל ביידע אונדזערע פּאָרציעס וואָלטן קוים געווען גענוג פֿאַר איין מענטש.
בקיצור, אויף איין פֿוס, זענען במשך פֿון די צוויי יאָר נאָך דער פֿאַמיליעס אָנקומען קיין אַמעריקע געשטאָרבן פֿיר פֿון די מענטשן אין איר משפּחה. כ׳האָב נישט געקענט גלייבן מײַנע אויערן. ווי קען אַזאַ זאַך געמאָלט ווערן? דער טאַטע האָט נעבעך געליטן פֿון אַן אומאָפּערירלעכן ראַק: די מאַמע איז געשטאָרבן פֿון אַ שרעקלעכער אינפֿעקציע וועלכן מע מיינט זי האָט באַקומען אין שפּיטאָל ווײַל זי איז מיט איר מאַן דאָרט געזעסן טאָג און נאַכט. מיט אַ יאָר שפּעטער איז אַ משׂא־אויטאָ איבערגעפֿאָרן דעם ברודער בשעת ער איז געגאַנגען אין מיטן גאַס. דער מאַן אירער, וואָס האָט געהאַט אַ גוטע אַרבעט אויף אַ בויער, איז אַראָפּגעפֿאַלן צוויי שטאָק ווען די הילצערנע רישטאָוואַניעס זענען אײַנגעפֿאַלן און ער — מיט זיי. די שווערע אייבערשטע ברעטער זענען געפֿאַלן אויף אים און ווען מע האָט אים אַרויסגענומען איז ער שוין אויך געווען טויט.
דערציילענדיק מיר די געשיכטע האָט זי ווי איבערגעלעבט די גאַנצע טראַגעדיע און אַליין נישט געקענט גלייבן. מיט אומזעיִקע אויגן האָט זי געשאָקלט דעם קאָפּ הין און קריק און געפּרוּווט צוריקהאַלטן די טרערן. „יעצט בין איך אַליין, איינע אַליין. אָבער דער אייבערשטער פֿירט די וועלט.‟
איך האָב מלכּהן אָנגעקוקט מיט נײַע אויגן. סאַראַ צדיקות זי איז, האָב איך געטראַכט צו זיך. דורכגעמאַכט אַזאַ גיהנום, פֿאַרלוירן כּמעט איר גאַנצע משפּחה איינער נאָכן אַנדערן אין אַזאַ קורצער צײַט, און דאָס אַלץ האָט נאָך פֿאַרשטאַרקט איר אמונה. זי האָט אָנגעהויבן עסן נאָר גלאַט כּשר פֿלייש. זי האָט אָנגענומען אויף זיך צו האַלטן חלבֿ ישׂראל און מער נישט געגאַנגען מיטן הוילן קאָפּ נאָר אַלע מאָל געטראָגן אַ היטל ווען זי איז אַרויס פֿון הויז. פֿריִער האָט זי געהאַט אַ גוטע אַרבעט אין אַ געזונטספּאַ ווי אַ מאַסאַזשיסטקע און אירע קליענטן זענען געווען סײַ מענער סײַ פֿויען אָבער איצט האָט זי אויפֿגעהערט אַרבעטן אויף מענער. ווען מ׳האָט איר פֿאַר דעם אָפּגעזאָגט האָט זי געזאָגט: „נו, וועל איך באַקומען אַן אַנדער אַרבעט.‟ אָבער קיין אַנדער אַרבעט האָט זי דערװײַל נישט באַקומען.
ס׳איז שוין שפּעט געווען. קיין וועטשערע האָבן מיר נישט געוואָלט עסן. רעדנדיק אַזוי האָבן מיר געהאַט אויסגעטרונקען עטלעכע טעפּעלעך טיי.
אין דער פֿרי האָט זי מיך געפֿירט צום פֿליפֿעלד אַ ביסל פֿרי ווײַל מיר האָבן זיך געכאַפּט אַז אַלע מוזייען זענען מאָנטיק פֿאַרמאַכט. ווען מיר האָבן זיך געזעגנט האָבן מיר ביידע זיך אַרומגענומען און איינע די אַנדערע צוגעזאָגט אַז מיר ווען אָנהאַלטן דעם קאָנטאַקט: „יאָ, יאָ, אַוודאי! מיר וועלן זיך דורכשרײַבן, רעדן טעלעפֿאָניש,‟ און זיך שיִער נישט צעוויינט.
כ׳מיין אַז אפֿשר האָב איך איר טאַקע יאָ איין מאָל געקלונגען, און אפֿשר נישט. איר ווייסט ווי עס גייט. דאָס לעבן גייט אויף רעדער און ס׳איז נישט דאָ קיין פֿרײַע מינוט. ס׳קומט שבת בענטש איך די ליכט, נעם עפּעס אין מויל אַרײַן און פֿאַל ווי אַ זאַק קאַרטאָפֿל אין אַ פֿאָטעל וווּ איך דרעמל אײַן ביז איך קען אַרויפֿגיין אויבן זיך לייגן שלאָפֿן.
עס קען זײַן אַז גאַנצע צוויי יאָר זענען אַזוי אַוועק ביז אין איינעם אַ שיינעם טאָג אַרבעט איך אויפֿן קאָמפּיוטער, מאַכנדיק שידוכים, זע איך אויפֿן עקראַן אַ שיינע פֿרוי אין די מיטעלע יאָרן אין אַ שיינעם הוט וואָס הייסט מלכּה. הממם… האָב איך צו זיך געטראַכט: זי דערמאָנט מיך אין מײַן פֿרײַנד פֿון סאַן־אַנטאָניאָ און זי האָט דעם זעלבן נאָמען, מלכּה: די פֿאַמיליע נאָמען, פֿאַלט מיך אײַן, האָב איך קיין מאָל נישט געוווּסט. זי קען עס נישט זײַן. די פֿרוי וווינט גאָר אין וואַשינגטאָן. און איך דערמאָן זיך אין אירע צוויי זין. איינער איז געוואָרן אַ משׂא־אויטאָ פֿירער, ווײַל ער האָט בײַ דעם פֿאַרדינט גוט געלט. און דער אַנדערער… דער אַנדערער האָט זיך געמאַכט אַ קאַריערע אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי. עס קען זײַן אַז ער איז באַזירט אין וואַשינגטאָן און זי, די מאַמע זײַנע, האָט זיך אַהין איבערגעצויגן ווײַל זי האָט זיך אַליין שוין נישט געקענט אויסהאַלטן. וואָס האָב איך דאָ צו פֿאַרלירן, האָב איך איר אָנגעקלונגען. די מינוט וואָס זי האָט געזאָגט „העלאַ‟ האָב איך איר קול באַלד דערקענט: „מלכּה, ס׳איז חנה־פֿײַגל…‟ יאָ, זי איז די זעלבע פֿרוי. מיר האָבן זיך ביידע דערפֿרייט אָבער צו לאַנג האָב איך נישט געקענט רעדן ווײַל כ׳האָב אין גאַנצן געהאַט פֿאַרגעסן אַז איך מוז גיין לערנען אַ קלאַס. „מלכּה, איך מוז גיין, אָבער איך וועל דיר אין גיכן צוריקקלינגען.‟
נאָכן קלאַס בין איך באַלד צוגעלאָפֿן צום קאָמפּיוטער און געזוכט פֿאַר דער מלכּהן אַ פּאַסיקן שידוך. ס’איז מיר אין זינען געקומען אַן אַלמן פֿון קאַנאַדע, פֿון וויניפּעג, און איך האָב זיך געפֿרייט ווען איך האָב אים איבערגעשיקט מלכּהס שידוך־פּראָפֿיל. ווען כ׳האָב איר געזאָגט וועגן אים האָט זי כיכיקעט ווי אַ יונג מיידל. זי האָט געלייענט זײַן פּראָפֿיל און באַלד געזאָגט אַז זי וואָלט גערן מיט אים גערעדט.
די ערשטע וואָך האָט ער איר נישט געקענט קלינגען, ווײַל ס׳איז אין זײַן שטאָט געווען אַ פֿאַרפֿלייצונג און ער האָט געמוזט צוראַמען דאָס הויז: נו, ס׳איז אַ גוטער תּירוץ. די צווייטע וואָך איז זײַן טעלעפֿאָן געווען צעבראָכן, אָבער ב״ה די דריטע וואָך האָבן זיי גערעדט אַ לאַנגע צײַט. ווען איך האָב נישט געהערט פֿון איר אָדער פֿון אים עטלעכע וואָכן לאַנג האָב איך שוין מורא געהאַט זיי צו קלינגען. אָבער ווען איך בין צוריקגעקומען פֿון מײַן זומער־וואַקאַציע האָב איך שוין געהאַט צײַט און מנוחת־הנפֿש און האָב מלכּהן טעלעפֿאָנירט. ווען זי האָט זיך דערוווּסט אַז איך בין עס, האָט זי געגעבן אַ שיס אַרויס: „ס׳קומט אונדז אַ מזל טובֿ!‟ מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער האָבן זיי חתונה געהאַט. ס׳איז געווען אַ קליינע באַשיידענע חתונה.
ערשט דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען דעם ענטפֿער צו מײַן קשיא: פֿאַר וואָס האָב איך גאָר געמוזט זײַן דענצמאָל אין סאַן־אַנטאָניאָ? כּדי אָט דעם שידוך דורכצופֿירן. דאָס איז געווען מיט דרײַצן יאָר צוריק און זינט דעמאָלט הער איך פֿון מלכּהן יעדן ראָש־השנה, און יעדעס מאָל ווען איך פֿרעג זי: „ווער איז דאָס?‟ כאָטש איך דערקען שוין דעם נומער, ענטפֿערט זי: דער קלונג איז פֿונעם בעסטן שידוך וואָס איר האָט אַ מאָל געמאַכט.
פֿאַראַיאָרן האָט זי געזאָגט אַז זיי האָבן געפֿײַערט די „בת־מצווה‟ פֿון זייער חתונה־טאָג, און הײַיאָר — זייער „בר־מצווה‟. זעט איר שוין, דער אייבערשטער פֿירט די וועלט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.