די הײַנטיקע פּרשה, „מקץ‟, פֿאַלט יעדעס יאָר אויס אין מיטן חנוכּה. צוליב זײַנע נבֿיאיִשע עצות, איז יוסף הצדיק באַפֿרײַט געוואָרן פֿון תּפֿיסה. אַדרבה, ער איז געוואָרן דער שני־למלך און האָט חתונה געהאַט מיט אָסנת בת פּוטי־פֿרע. די חז״ל דערקלערן, אַז זײַן ווײַב איז געווען די טאָכטער פֿון אשת־פּוטיפֿר — די פֿרוי, וועלכע האָט אײַנגעזעצט יוספֿן אין תּפֿיסה צוליב פֿאַלשע באַשולדיקונגען.
די מעשׂה קאָן אַרויסרופֿן אַ סך פּסיכאָלאָגישע און אַפֿילו פּאָליטישע אַסאָציאַציעס אין דער הײַנטיקער וועלט. צי מעגן די ריכטער גלייבן אַ פֿרוי אויפֿן וואָרט, אויב זי טענהט, אַז אַ געוויסער מאַן האָט זי סעקסועל באַלעסטיקט, און ברענגט אַפֿילו אַ ראַיה דערצו — אַ צעריסן שטיק מלבוש פֿונעם כּלומרשטיקן באַלעסטיקער? אין דער הײַנטיקער פּרשה זעען מיר, אַז דער אומיושרדיק אַרעסטירטער האָט צום סוף נישט בלויז געוווּנען, נאָר באַקומען פֿאַר אַ ווײַב די טאָכטער פֿון דער זעלבער פֿרוי, וועלכע האָט אויסטראַכט דעם בילבול קעגן אים.
ווי אַ סעקסועלע אַוואַנטוריסטקע, האָט אשת־פּוטיפֿר אינספּירירט אומצאָליקע קונסטווערק. אַפֿילו אין דער מוסולמענישער וועלט, וווּ בילדער פֿון מענטשן זענען נישט אַלעמאָל אָנגענומען, האָבן די אָרטיקע קינסטלער כּסדר געמאָלט זייערע פֿאַנטאַזיעס וועגן איר. וועגן אָסנת, דער צדיקת, וועלכע איז געוואָרן די אורמוטער פֿון יוספֿס צוויילינג־קינדער, אפֿרים און מנשה, ווייסן מיר אָבער ווייניק. מיר ווייסן יאָ, אַז צווישן די סירישע קריסטן האָט פֿון קדמונים אָן צירקולירט אַן אַפּאָקריף — אַ מין מדרש אויף אַראַמיש — וווּ יוספֿס משפּחה־לעבן ווערט פּטרימדיק אָפּגעשילדערט, און עס ווערן אַפֿילו געבראַכט תּפֿילות, וועלכע אָסנת האָט געזאָגט, ווען זי האָט זיך מגייר געווען. אַ טייל פֿאָרשער האַלטן, אַז דער דאָזיקער טעקסט — „דער ווידוי און תּפֿילה פֿון אָסנת בת פּוטיפֿרע‟ — שטאַמט טאַקע פֿון זייער אַלטע ייִדישע מדרשים.
אין דער ייִדישער טראַדיציע זענען באַקאַנט און פּאָפּולער לעגענדעס וועגן אַן אַנדער פֿרוי, וועלכע פֿיגורירט אין געוויסע מדרשים און אַפּאָקריפֿישע טעקסטן, און ווערט פֿעסט אַסאָציִיִרט מיט חנוכּה — חנה מיט אירע זיבן קינדער. אין דער וועלט איז זי באַקאַנט ווי אַ העלדין פֿונעם צווייטער „ספֿר מכּבים‟ — אַ טייל פֿון דער גריכישער ביבל, וועלכער איז נישט אַרײַן אינעם ייִדישן קאַנאָן פֿון תּנ״ך. פֿון דעסט וועגן, זענען אַ טייל מעשׂיות פֿונעם דאָזיקן אוראַלטן ספֿר אָנגענומען געוואָרן בײַ ייִדן ווי אויטענטישע און ווערן דערציילט אין באַקאַנטע מדרשים. אינעם „ספֿר מכּבים‟ שטייט נישט געשריבן דער נאָמען פֿון דער פֿרוי, אָבער לויט דער ייִדישער מסורה האָט זי געהייסן חנה, הגם אינעם „מדרש רבה‟ שטייט געשריבן אַן אַנדער נאָמען: מרים בת תּנחום.
ווען דער גריכישער מלך אַנטיוכוס האָט געפֿאָדערט בײַ חנה, זי זאָל זיך בוקן צו דער גריכישער עבֿודה־זרה און עסן חזיר־פֿלייש, האָבן אירע זיבן קינדער זיך אָפּגעזאָגט און אומגעקומען נאָך שרעקלעכע פּײַניקונגען על־קידוש־השם. חנה אַליין האָט זיך דערנאָך גענומען דאָס לעבן: אַראַפּגעשפּרונגען פֿון אַ הויכן דאַך.
צי די מעשׂה האָט אַ היסטאָרישן מקור, צי נישט, איז עס אַן אינטערעסאַנטער בײַשפּיל פֿון אַ העלדישער ייִדישער פֿרוי, וועלכע איז הײַנט באַקאַנט ווי אַ גרויסע צדיקת אי אין דער ייִדישער, אי אין דער קריסטלעכער טראַדיציע. הגם על־פּי הלכה טאָר מען נישט, חלילה, באַגיין אַ זעלבסטמאָרד, האָט זי דאָס געטאָן לשם־שמים — ווײַל ס׳איז בעסער צו שטאַרבן, איידער צו דינען קיין עבֿודה־זרה.
די אַמעריקאַנער ייִדישע פֿירמע The Mench on a Bench („דער מענטש אויפֿן בענטש‟) פֿון סינסינעטי, אָהײַאָ, לייגט פֿאָר פּלאַסטישע ליאַלקעס מיטן נאָמען „חנה די העלדין‟ לכּבֿוד חנוכּה. וואָס קען מען זאָגן… צום באַדויערן, זעען זיי אויס זייער אומגעלומפּערט אין פֿאַרגלײַך מיט דער אייראָפּעיִשער נישט־ייִדישער קונסט. די העלדין, וועלכע האָט זיך גענומען דאָס לעבן נאָכן טראַגישן אומקום פֿון אירע קינדער, גייט אַרום אין אַ קורץ מאָדערן קליידל און קוקט מיט אַ גרויסן לוסטיקן שמייכל. אַנשטאָט אַזעלכע נישטיקע שפּילעכלעך, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז אויב אַפֿילו די קאָנקרעטע מעשׂה פֿון דער אומגעקומענער פֿרוי איז אַן אויסטראַכטעטיש, זענען בעת דער מלחמה פֿון די חשמונאָים קעגן די גריכן זיכער געווען גענוג העלדישע ייִדישע פֿרויען, וועלכע האָבן געקאָנט דינען ווי חנהס היסטאָרישע פּראָטאָטיפּן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.