נישט לאַנג צוריק איז אינעם שטאַט־אוניווערסיטעט פֿון מאָנטקלער, ניו־דזשערזי, פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע, צום ערשטן מאָל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿונעם מוזיקל „אַטועי: געדענקט דאָס פֿײַער‟, געזונגען אויף אַ געמיש פֿון שפּאַניש, ענגליש און ייִדיש. דער פֿאָרווערטס האָט טאַקע געשריבן וועגן דעם אָבער ווייניק לייענער ווייסן מסתּמא וועגן דער עצם־פֿאַרבינדונג צווישן ייִדיש און קובע.
לאָמיר קודם דערמאָנען דעם תּוכן פֿונעם מוזיקל, געשאַפֿן דורך פֿראַנק לאָנדאָן, דער טרומייטער פֿון דער באַקאַנטער כּלי־זמרישער גרופּע „קלעזמאַטיקס‟. איינער פֿון די צענטראַלע פּערסאָנאַזשן אין דער מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג איז דער ייִדישער פּאָעט אָשר פּען, וואָס האָט געשאַפֿן אַ לאַנגע פּאָעמע וועגן דעם נאַציאָנאַלן קובאַנער העלד אַטועי, וועלכער איז פֿאַרברענט געוואָרן אינעם יאָר 1512 אויף אַ שײַטער דורך די קאַטוילישע קאָלאָניזאַטאָרן, וועלכע האָבן אים געפּרוּווט צווינגען אָנצונעמען די קריסטלעכע רעליגיע.
ווען איך האָב אין 2014 באַזוכט קובע, און בפֿרט די האַוואַנער אַשכּנזישע אָרטאָדאָקסישע שיל „עדת ישׂראל‟, האָבן עטלעכע מתפּללים געשמועסט מיט מיר אויף אַ גאַנץ גוטן ליטעראַרישן ייִדיש און דערציילט, אַז זיי האָבן זיך געלערנט אין די 1950ער אין דער האַוואַנער ייִדיש־שפּראַכיקער סאָציאַליסטישער שול. אין 1931, ווען אָשר פּען האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן עפּיש ווערק אויף 136 זײַטלעך, איז קובע געווען אַן אָנגעזעענער צענטער פֿון ייִדיש־קולטור.
אינעם יאָר 1928 איז אינעם האַוואַנער ליטעראַרישן זשורנאַל „אויפֿגאַנג‟ אָפּגעדרוקט געוואָרן מ. גוטשטיינס שפּאַסיק ליד פֿון 1928, וואָס הייבט זיך אָן אַזוי:
אויפֿן אינדזעלע וואָס הייסט קובע
די זון ברענט דאָ הייס,
גייען פּעדלערלעך מיט די קעסטעלעך
אויסגעווייקט אין שווייס.
דאָס ליד האָט מען געזאָלט זינגען מיט דער מעלאָדיע פֿונעם ליד „אויפֿן פּריפּעטשיק‟. ווען די ערשטע כוואַליע ייִדישע מיזרח־אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן זענען אָנגעקומען אויפֿן קאַריבישן אינדזל, האָבן זיי טאַקע געמוזט זיך צוגעוווינען צום הייסן קלימאַט. אין גיכן האָבן זיי זיך צוגעפּאַסט און די אָרטיקע פּאָעטן האָבן אָנגעהויבן שרײַבן לויבגעזאַנגען וועגן זייער נײַער היים און אירע תּושבֿים. אין פֿאַרגלײַך מיט אייראָפּע, בלײַבט קובע וואַרעם אַ גאַנץ יאָר אי אינעם בוכשטעבלעכן, אי אינעם פֿיגוראַטיוון זינען. דער עולם איז אויסערגעוויינטלעך פֿרײַנדלעך און קיין אַנטיסעמיטיזם איז אין גאַנצן נישטאָ.
אָשר פּינעס (1912-1979) איז געבוירן געוואָרן אין הײַסין, אוקראַיִנע. נאָכן אימיגרירן קיין קובע, האָט ער צוזאַמען מיט אַ צאָל אַנדערע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן געשאַפֿן די ליטעראַרישער גרופּע „יונג־קובע‟. זײַנע ווערק האָט ער געחתמעט אונטערן פּסעוודאָנים אָשר פּען אין דרײַ האַוואַנער ייִדישע זשורנאַלן: „יונגע שפּראָצונגען‟, „אויפֿגאַנג‟ און „האַוואַנער לעבן‟.
אין די 1930ער יאָרן איז ער געווען דער קובאַנער קאָרעספּאָנדענט פֿון „פֿאָרווערטס‟. אַחוץ זײַן עפּאָס „אַטועי‟, איז אין האַוואַנע אַרויס פּענס לידער־זאַמלונג „דער גאָלדענער פֿאָנטאַן‟. שפּעטער איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע; אָנהייבנדיק פֿון 1964 האָט ער געאַרבעט ווי אַ נײַעס־רעדאַקטאָר אינעם „פֿאָרווערטס‟־ביוראָ. זײַן דיכטונג־ציקל „שיפֿבויערס לידער‟ איז אַרויס אין ניו־יאָרק אינעם פֿינצטערן יאָר 1943.
די אַנדערע ייִדישע שרײַבער האָבן ווײַטער געלעבט אין קובע און געשטיצט די רעוואָלוציע. אַדרבה, פֿון 1942 ביז 1950 איז אין האַוואַנע אַרויס די קאָמוניסטישע צײַטונג „קובאַנער ייִדיש וואָרט‟ – לכתּחילה צוויי מאָל אַ חודש, און שפּעטער צוויי מאָל אַ וואָך.
פּען איז נישט געווען דער איינציקער מחבר פֿון אַ לאַנגער עפּישער פּאָעמע אויף אַ ספּעציפֿיש קובאַנער טעמע. זײַן חבֿר אליעזר אַראָנאָפֿסקי, אויך אַ מיטגרינדער פֿון „יונג־קובע‟, האָט אָנגעשריבן די פּאָעמע „מאַרטי‟, וואָס פֿאַרנעמט בערך אַזויפֿיל זײַטן, ווי פּענס „אַטועי‟. אַראָנאָפֿסקיס ווערק איז געווידמעט אַן אַנדער באַקאַנטן קובאַנער העלד, כאָסע מאַרטי — אַ הויפּטפֿיגור אין דער קובאַנער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה.
אונטער דער השפּעה פֿון דער שפּאַנישער ליטעראַטור, האָבן די פּאָעטן פֿון „יונג־קובע‟ אויסגעאַרבעט אַן אייגנאַרטיקן חנעוודיקן עפּיש־ראָמאַנטישן סטיל, שטעלנדיק דעם טראָפּ אין זייער דיכטונג נישט אויף ייִדישע טעמעס, נאָר דווקא אויף דער קובאַנער געשיכטע, לעבן און נאַטור. אָט אַזוי ראָמאַנטיש, מיט אַ פֿינצטערן חן, שילדערט קובע אַן אַנדער דיכטער פֿון דער זעלבער גרופּע, אָשר־חיים שטשושטשינסקי:
ס׳כוואַליעט זיך דער קאַראַיִבישער ים,
ער רײַסט זיך אויס ווי פֿון זײַן ערדישער ראַם,
ער וואַרפֿט אויף מיר אָן אַ מין אימה, אַ שרעק,
אָ, זאָל ער נאָר ניט פֿאַרטרענקען מײַן שטעג.
די קובאַנער רעוואָלוציאָנערן האָבן קיינמאָל נישט אַרויסגעוויזן קיין אַנטיסעמיטישע טענדענצן, אָבער די פֿאַרמעגלעכע שטיצער פֿון די ייִדישע אינסטאַנצן אינעם לאַנד זענען על־פּי רובֿ אַוועקגעפֿאָרן נאָך דער רעוואָלוציע. צוליב דעם, איז די ייִדיש־טעטעקייט אינעם לאַנד במשך פֿון די 1960ער יאָרן ביסלעכווײַז אונטערגעגאַנגען. ווער ווייסט אָבער, ווי עס ווײַזט דער איצטיקער מוזיקל… אפֿשר האָט זיך דער קובאַנער קאַפּיטל פֿון ייִדיש־געשיכטע נאָך נישט פֿאַרענדיקט. ווי עס זאָל נישט זײַן, פֿאַרנעמט דאָס דאָזיקע לאַנד אַ בכּבֿודיק אָרט אין אונדזער ליטעראַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.