הגם מע האָט שוין אַ סך געשריבן וועגן דעם וואַרשעווער געטאָ, האָט מען ביז איצט ווייניק גערעדט וועגן אַן אויסערגעוויינטלעכן פּאָרפֿאָלק וואָס איז דאָרט אומגעקומען: דער אָנגעזעענער ייִדישער קולטור־טוער און הויפּט־שומר פֿונעם באַהאַלטענעם „עונג־שבת‟־אַרכיוו — ישׂראל ליכטנשטיין, און זײַן פֿרוי, די טאַלאַנטירטע מאָלערין — געלע זאַקשטיין.
אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך באַשריבן געלע זאַקשטיינס פּרעכטיקע בילדער וואָס נעמען אַרײַן פּאָרטרעטן פֿון באַרימטע שרײַבער און פּערזענלעכקײטן, ווי אויך קינדער פֿון דער וואַרשעווער אָרעמקייט. דערבײַ האָב איך אויך דערציילט וועגן מײַן טרעפֿונג מיט זייער פּלימעניצע, רות להבֿ (לאַהאַוו), אַן אַרכיטעקטין וואָס וווינט אין ישׂראל. פֿרוי להבֿ האָט בײַם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין וואַרשע געהאַט געפֿונען די צוואות פֿון ביידע עלטערן, אָנגעשריבן אויף ייִדיש, און זי האָט מיר געבראַכט קאָפּיעס דערפֿון כּדי איך זאָל זיי איבערזעצן אויף העברעיִש.
דאָס וואָס ביידע עלטערן אירע האָבן איבערגעלאָזט צוואות איז אַן אומגלייבלעכע זאַך. ווער האָט דעמאָלט, אין אָנהייב פֿערציקער יאָרן, אין וואַרשע, געהאַט קאָפּ צו שרײַבן אַ צוואה? צוליב דעם וואָס ביידע דאָקומענטן זענען גאַנץ לאַנג, וועל איך דאָ ברענגען בלויז אויסצוגן דערפֿון.
דעם 1טן אויגוסט 1942, שרײַבט געלע זאַקשטיין אַז זי האָט צען יאָר לאַנג שווער געאַרבעט צו שאַפֿן אירע מאָלערײַען. זי האָט געהאָפֿט זיי פֿאָרצושטעלן פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט — בעיקר אירע פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע קינדער. עס זענען בײַ איר אויך געווען צענדליקער אויל־מאָלערײַען, פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע שרײַבער און סקיצעס. זי האָט נאָר געבעטן, מ’זאָל זי פֿאַרגעדענקען און אויך אָפּהיטן דעם אָנדענק פֿון איר טעכטערל מרגלית, וואָס האָט שוין בײַם יונגן עלטער פֿון צוויי יאָר אַרויסגעוויזן אַ טאַלאַנט צו מאָלערײַ און שוין גערעדט אַ שיינעם ייִדיש.
געלע זאַקשטיין שרײַבט אַז זי גיט איבער אירע קונסטווערק דעם ייִדישן מוזיי, וואָס וועט האָפֿנטלעך אויפֿקומען נאָך דער מלחמה, מיטן ציל צו רעסטאַוורירן דאָס ייִדישע לעבן פֿונעם פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן. געלע גיט איבער איר לעצטן גרוס צו אירע קרובֿים אין בוענאָס־אײַרעס און תּל־אָבֿיבֿ, און אויך צו אירע באַקאַנטע וועלכע זענען אַנטלאָפֿן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און קיין אַמעריקע. צווישן זיי — דעם שרײַבער י. י. זינגער וועלכער איז געווען דער ערשטער אָפּצושאַצן איר טאַלאַנט.
ישׂראל ליכטנשטיינס צוואה איז שוין גאָר אַנדערש. זי ווערט באַגלייט פֿון אַ באַריכט זײַנעם מיטן שרײַיִקן קעפּל: „זיי האָבן אונדז פֿאַרראַטן!‟ ליכטנשטיין באַשרײַבט די צען טעג פֿון דער איבערזידלונג־אַקציע פֿונעם וואַרשעווער ייִדנטום, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ערבֿ־תּשעה באָבֿ 1942. ס’איז גאַנץ קלאָר וועמען האָט ער געמיינט מיט אָט דער באַשולדיקונג: די מיטגלידער פֿונעם יודענראַט וועלכער האָט קאָלאַבאָרירט מיט די דײַטשן, האָפֿנדיק, אַז זיי אַליין וועלן אַזוי אַרום אויסמײַדן דעם טויט. ישׂראל ליכטנשטיין איז געווען צווישן די ערשטע, וועלכע האָבן בפֿירוש גערופֿן צו אַן אַקטיוון ווידערשטאַנד קעגן דעם נאַצי־אָקופּאַנט. אַזוי שרײַבט ער:
מײַן מיינונג איז געווען און איז, אַז די געמינע האָט זיך באַדאַרפֿט אָפּזאָגן פֿון דער (קאָלאַבאָראַציע)־אַרבעט און גלײַכצײַטיק אַרויסגעבן אַ באַפֿעל… זיך צו פֿאַרטיידיקן און וואַרפֿן זיך אויף דער זשענדאַרמעריע. במשך פֿון איין אָוונט האָט באַדאַרפֿט אונטערגעצונדן ווערן דער ייִדישער געטאָ. יעדער הויז־קאָמיטעט האָט באַדאַרפֿט אונטערצינדן זײַן הויז, דעם בוידעם און קעלער, און דערנאָך אַרויס אין גאַס מיט אַ מעסער, האַק־שטעקן און שטיין. וואַרפֿן זיך אויף די מויערן… אין ווידערשטאַנד קעגן די דײַטשן. זאָלן זיי אונדז אויסשיסן צוזאַמען מיט אונדזערע פֿרויען און קינדער, אָבער מיר וואָלטן באַוויזן אייניקע פֿון זיי אַוועקצולייגן. זאָל ברענען דער געטאָ. איין גרויסע שׂריפֿה. זאָלן קנאַלן מאַשין־געווער, זאָלן פֿאַלן באָמבעס. וועמען אַרט עס. אין פֿרייד און טריומף זאָלן מיר גיין דעם טויט אַנטקעגן. אויב שטאַרבן — איז ווי העלדן און נישט ווי פּחדנים. אַריבערגיין די געטאָ־מויערן און זאָלן אונדז שפּעטער דאַרפֿן באַגראָבן אונדזערע שכנים, די פּאָליאַקן.
אין זײַן צוואה גופֿא, דריקט ישׂראל ליכטנשטיין אויס ענלעכע געפֿילן ווי זײַן פֿרוי געלע. פֿאַר זײַן מסוכּנדיקער אויפֿגאַבע אָפּצוהיטן די אַלע מאַטעריאַלן פֿונעם „עונג שבת‟־אַרכיוו דערוואַרט ער ניט אַ וועלכע־עס־איז אָנערקענונג. ער וויל נאָר מ’זאָל אָפּהיטן דעם אָנדענק פֿון זײַן טאַלאַנטירטער פֿרוי און דרײַ־יעריק טעכטערל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.