אין עטלעכע ערטער גיט אונדז די תּורה צו וויסן, אַז יוסף הצדיק און יהודה זענען געווען היפּוכדיקע פּערזענלעכקייטן. יוסף האָט געוואָלט פֿירן אַ שטיל לעבן, אָבער זײַנע נבֿיאישע חלומות האָבן אים צוגעפֿירט צו דעם, וואָס זײַנע אייגענע ברידער האָבן אים פֿאַרקויפֿט אין מצרים. להיפּוך, איז יהודה געווען אַ כאַריזמאַטישער פֿירער, וועלכער האָט זיך פֿון צײַט צו צײַט פֿאַרלאָזט אויף זײַן אייגענער אינטויִציע. אין דער הײַנטיקער פּרשה – „ויגש‟ – ווערט דערציילט, ווי יוסף און יהודה האָבן זיך פֿאָרט איבערגעבעטן.
דעם הײַנטיקן שבת, דעם 7טן טבֿת, פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿון רבי מרדכי־יוסף ליינער (1854-1801) – דער איזשביצער רבי, איינער פֿון די אינטערעסאַנטסטע דענקער אין ייִדישקייט. לכתּחילה אַ פֿלײַסיקער תּלמיד פֿונעם באַרימטן רבין שׂימחה־בונים פּשיסכער, איז דער יונגער מרדכי־יוסף שפּעטער צוגעצויגן געוואָרן צום קאָצקער רבין און געוואָרן זײַן הויפּט־תּלמיד און שותּף. אינעם יאָר 1839 האָט ער זיך אָבער צעקריגט מיט זײַן רבין און געגרינדעט זײַן אייגענעם חסידישן הויף אינעם קליינעם פּוילישן שטעטל איזשביצע.
די סיבה פֿונעם מחלוקת בלײַבט אומקלאָר; אין דער חסידישער וועלט איז דער קאָצקער געווען באַקאַנט ווי אַ קאָנטראָווערסאַלע אומגעוויינטלעכע פֿיגור. לויט דער מסורה פֿון די בעלזער חסידים, האָט ער אַמאָל אין אַ טיפֿער מרה־שחורה מחלל־שבת געווען פֿרײַטיק בײַנאַכט; לויט אַנדערע ווערסיעס, האָט ער בלויז אָנגעהויבן שרײַען אויף זײַנע חסידים.
אין זײַן ספֿר „מי השילוח‟ פֿאַרנעמט די טעמע פֿונעם קאָנפֿליקט צווישן יהודה און יוסף גאָר אַ גרויסע ראָלע; ס׳איז איינער פֿון די צענטראַלע לייטמאָטיוון פֿונעם מחברס געדאַנקען־גאַנג. דער איזשביצער רבי האָט געהאַלטן, אַז אַלע זאַכן אין דער וועלט, אַפֿילו עבֿירות, זענען באַשערט מן־השמים. די מענטשלעכע פֿרײַהייט באַשטייט, דער עיקר, נישט אין וואָס מע טוט, נאָר וואָס מע טראַכט און פֿילט אינעם מוח און האַרצן. דער מענטש דאַרף זיך אין גאַנצן פֿאַרלאָזן אויף דעם אייבערשטן און פֿאַרשטיין, אַז זײַן פֿרײַער ווילן איז בלויז אַן אילוזיע. דעמאָלט, דערקלערט דער איזשביצער, ווערט ער אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן דווקא פֿרײַ אינעם גײַסטיקן זין, פֿאַראייניקט מיטן געטלעכן רצון.
יוסף און יהודה רעפּרעזענטירן בײַם איזשביצער רבין צוויי היפּוכדיקע אויסדרוקן פֿונעם דאָזיקן פּרינציפּ. יוסף וויל נישט גיין קיין מצרים, אָבער ווערט אַהין געפֿירט על־פּי השגחה־פּרטית. ער איז מוחל זײַנע ברידער, ווײַל נישט זיי זענען שולדיק אינעם פֿאַרקויפֿן אים ווי אַ שקלאַף: אַזוי האָט טאַקע געדאַרפֿט זײַן! יהודה דערפֿילט אַ שטאַרקע תּאווה צו תּמר, און ער איז נישט בכּוח זי גובֿר צו זײַן. פֿאַרשטייט ער, אַז ס׳איז אים באַשערט מיט איר צו פֿאַרברענגען. צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂים פֿון פֿאַרשיידענע תּנ״כישע פּערסאָנאַזשן ווערן כּסדר אָפּגעטײַטשט אין „מי השילוח‟ ווי באַשערטע פֿון הימל.
פֿון איין זײַט, קאָן דעם איזשביצער רבינס אָפּלייקענונג פֿון דער מענטשלעכער בחירה־חפֿשית קלינגען פֿאַטאַליסטיש און אַפֿילו מרה־שחורהדיק. פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן אַזאַ צוגאַנג גרינג ברענגען צו אַ סכּנותדיקן הפֿקר. אין זײַן ספֿר וואָרנט דער רבי כּסדר, אַז כּדי צו פֿאָלגן דעם געטלעכן ווילן מחוץ די אָנגענומענע נאָרמעס, מוז מען זיך קודם אויסרייניקן, אויף וויפֿל עס גיט זיך אײַן, פֿון תּאוות און פּערזענלעכע אינטערעסן.
רבי מרדכי־יוספֿס קינדער, אייניקלעך און תּלמידים האָבן ווײַטער אַנטוויקלט און פֿאַרברייטערט זײַנע געדאַנקען אין צענדליקער ספֿרים, וועלכע זענען זייער אינטערעסאַנט אויך פֿונעם מאָדערנעם פּסיכאָלאָגישן, פֿילאָסאָפֿישן און סאָציאַלן קוקווינקל. אויף ענגליש שרײַבן וועגן דעם פּראָפֿ׳ שאול מגיד, דר׳ אַלען בריל, פּראָפֿ׳ רבֿקה שאַץ־אופֿענהיימער און אַנדערע פֿאָרשער. אין דער פּאָפּולערער קולטור האָט די איזשביצער תּורה שטאַרק משפּיע געווען אויפֿן באַקאַנטן זינגער שלמה קאַרלעבאַך.
ווי אַ טשיקאַוון פּראַקטישן בײַשפּיל פֿונעם אַמאָליקן איזשביצער צוגאַנג קאָן מען דערציילן אַ מעשׂה וועגן רבי יהודה־לייב (לייבעלע) אייגער – אַן אייניקל פֿונעם באַרימטן פּוסק רבי עקיבֿא אייגער און אַ געטרײַער תּלמיד פֿון רבי מרדכי־יוסף ליינער. אַמאָל האָבן די מתנגדים באַמערקט, אַז ר‘ לייבעלע דאַוונט אין אומגעוויינטלעכע אומהלכהדיקע זמנים. ר‘ לייבעלע האָט זיי דערקלערט מיט פֿאַרשיידענע תּירוצים, פֿאַרוואָס ער מעג טאָן אַזוי. זײַנע חסידים האָט ער אָבער אַנדערש געזאָגט: ער ווענדט זיך דאָך צום באַשעפֿער, נישט צו דער זון אָדער צו דער לבֿנה, דערפֿאַר קוקט ער נישט אויפֿן זייגער!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.