דאָס לעבן פֿונעם רוסיש־ייִדישן שרײַבער לעװ לונץ (1901 - 1924) איז געװען קורץ, אָבער ער האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע און װיכטיקע ליטעראַרישע ירושה. ער איז געבױרן געװאָרן און אױפֿגעװאַקסן אין פּעטערבורג, דער הױפּשטאָט פֿון דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. דעמאָלט איז פּעטערבורג געװען פֿאַרמאַכט פֿאַר ייִדן. די צאַרישע רעגירונג האָט געמאַכט אַן אױסנאַם בלױז פֿאַר געװיסע קאַטעגאָריעס ייִדן: קודם־כּל פֿאַר רײַכע געשעפֿטסלײַט, אַדװאָקאַטן, דאָקטױרים און אַנדערע ספּעציאַליסטן. לונצעס מוטער איז געװען אַ פּיאַניסטקע און דער פֿאָטער אַן אַפּטײקער, און אין זײַן זכות האָט די משפּחה באַקומען אַ װױנרעכט אין דער רוסישער הױפּטשטאָט. צו דער צײַט װען לעװ איז געװען גרײט צו שטודירן אין אוניװערסיטעט, איז שױן די צאַרישע מלוכה מער ניט געװען, און די נײַע מאַכט האָט אָפּגעשאַפֿן אַלע אַנטי־ייִדישע באַגרענעצונגען.
לעװ לונץ האָט שטודירט מערבֿ־אײראָפּעיִשע ליטעראַטורן און שפּראַכן, און אײנצײַטיק האָט ער געשריבן ליטעראַרישע װערק. צו צװאַנציק יאָר איז ער געװאָרן אײנער פֿון די גרינדער פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „סעראַפּיאָן־ברידער‟, װאָס פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין דער רוסישער ליטעראַטור־געשיכטע. זײ האָבן גענומען זײער נאָמען פֿונעם ראָמאַן פֿונעם דײַטשישן שרײַבער ערנסט טעאָדאָר אַמאַדײ האָפֿמאַן, און זײער כּװנה איז געװען צו שאַפֿן ליטעראַרישע װערק מיט בולטע כאַראַקטערן און אַ געשפּאַנטן סיפּור־המעשׂה.
אַ צאָל פֿון די „סעראַפּיאָן־ברידער‟ זײַנען געװען ייִדן, צװישן זײ — מיכאל סלאָנאָמסקי, אַן אײניקל פֿונעם באַרימטן משׂכּיל חײם־זעליק סלאָנימסקין. אָבער בלױז לונץ האָט געהאַט אַן עכטן אינטערעס צו ייִדישע ענינים. אַ פּאָר יאָר פֿאַר זײַן פֿריצײַטיקן טױט האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ דערצײלונג, „הײמלאַנד‟, אינעם לעצטן נומער פֿון דער רוסישער צײַטשריפֿט „ייִדישער אַלמאַנאַך‟. דאָס איז אַ מין משל, װאָס שפּיגלט אָפּ דעם מחברס פּראָבלעמאַטישע באַציִונג צו ייִדישקײט. די דערצײלונג הײבט זיך אָן אין אַ הײסן זומערדיקן ערבֿ־שבת אין פּעטערבורג. דער מחבר מיט זײַן חבֿר בנימין קאַװערין (אַ צווייטער ייִדישער מיטגליד פֿון דער גרופּע) טרינקען בראָנפֿן און שמועסן װעגן ייִדן. קאַװערין זאָגט: „איך האָב פֿײַנט ייִדן. זײ זײַנען שמוציק.‟ דער מחבר װיל אים װײַזן אַן אַנדער מין ייִדן, און זײ גײען אין דער שיל. דאָרט עפֿענען זײ אַ קלײן טירל און טרעטן אַרײַן אין אַן אַנדער װעלט. לעװ װערט מגולגל אין יהודה, אַ יונגן און שײנעם ייִד אין דער אוראַלטער שטאָט בבֿל. בבֿל איז אַ ריזיקער קאָסמאָפּאָליטישער מעטראָפּאָליס, אַ מין פּעטערבורג פֿון דער אוראַלטער תּקופֿה. אײן מאָל גײט יהודה אין דער ייִדישער געגנט פֿון בבֿל צו הערן אַ דרשה פֿונעם נבֿיא בנימין, װעלכער רופֿט ייִדן זיך אומצוקערן אין זײער לאַנד ארץ־ישׂראל.
מיט יאָרן שפּעטער באַשליסט יהודה צו פֿאָלגן בנימינס רוף און פֿאַרלאָזט בבֿל. אױפֿן װעג דורכן מדבר טרעפֿט ער בנימין מיט אַ חבֿרה יהודים, װאָס קומען פֿון ארץ־ישׂראל. יהודה האָפֿט, אַז זײ װעלן אים העלפֿן, אָבער אַנשטאָט דעם — באַשולדיקן זײ אים אין בוגד זײַן אין זײַן פֿאָלק, װײַל ער האָט זיך אָפּגעגאָלט די באָרד. ווי אַ פּועל־יוצא הרגענען זײ אים.
אין דעם מאָמענט כאַפּט זיך לעװ אױף פֿון זײַן שיכּורן קאָשמאַר און געפֿינט זיך װידער אין פּעטערבורג. ער באַקוקט זײַן אָפּשפּיגלונג אין אַ װיטרינע פֿון אַ קראָם און קלערט: „דאָס בין איך. אַ שמוציקער און אַ מיאוסער. און דאָ האָב איך פֿאַרשטאַנען: אַלץ, װאָס איז געװען שײן און אוראַלט אין מיר, מײַן הױכער שטערן און מײַנע פֿאַרכּישופֿטע אױגן, דאָס אַלץ איז פֿאַרבליבן אױף יענעם װעג צום הײמלאַנד װאָס פֿירט קײן ירושלים.‟ ער באַטראַכט דעם הימל איבער פּעטערבורג, „װאָס איז אַן אײגענער און אַ פֿרעמדער‟.
„הײמלאַמד‟ אַנטפּלעקט לונצעס ספֿקות װאָס שײך זײַן פּאָזיציע װי אַ ייִד אין דער רוסישער קולטור. אין 1922 האָט ער געשריבן דעם באַרימטן רוסישן שרײַבער מאַקסים גאָרקי: „בין איך געװען גערעכט װען איך בין אַרײַן אין ליטעראַטור? עס גײט ניט אין מײַנע כּוחות: איך גלױב אין זיך. אָבער איך בין אַ ייִד, אַ געטרײַער און אַן איבערגעגעבענער, און איך פֿרײ זיך דערמיט. אָבער איך בין אַ רוסישער שרײַבער, און רוסלאַנד איז מײַן הײמלאַנד, און איך האָב ליב רוסלאַנד. װי אַזױ קאָן מען דאָס משװה זײַן? פֿאַר מיר איז דאָס אַלץ קלאָר און גלאַט, אָבער אַנדערע האַלטן, אַז אַ ייִד קאָן ניט זײַן קיין רוסישער שרײַבער.‟ חוץ „הײמלאַנד‟ האָט לונץ אָנגעשריבן נאָך צװײ דערצײלונגען אױף דער תּנ”כישער טעמע, אָבער זײַנע אַנדערע װערק האָבן גאָר ניט צו טאָן מיט דער ייִדישער טעמאַטיק.
לעװ לונץ איז געשטאָרבן אין דײַטשלאַנד אינעם עלטער פֿון 23 יאָר, און האָט ניט באַװיזן צו לײזן די פּראָבלעם פֿון זײַן אידענטיטעט אין דער רוסישער ליטעראַטור. אין דער סאָװעטישער תּקופֿה האָט מען זײַנע װערק פֿאַרשװיגן, און ערשט מיט אַ יאָר צװאַנציק צוריק האָט מען זיך ערנסט אונטערגענומען צו פֿאָרשן זײַנע שריפֿטן. אין 2016 איז אַרױס די ערשטע אַרומנעמיקע אױסגאַבע פֿון זײַנע װערק אױף ענגליש אין דרײַ בענד, צוגעגרײט און איבערגעזעצט דורך גערי קערן. איצט קען זיך דער ענגלישער לײענער סוף־כּל־סוף באַקענען מיט אַ װיכטיקן רוסיש־ייִדישן שרײַבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.