די דײַטשישע רעגירונג האָט לעצטנס מסכּים געווען צו באַצאָלן אַן איינמאָליקע באַלוינונג פֿון 2,800$ יעדן אײנעם וואָס מע האָט קינדװײַז אַרויסגעפֿירט פֿון דײַטשלאַנד, עסטרײַך, טשעקאָסלאָוואַקײַ, האָלאַנד אָדער פּוילן קיין ענגלאַנד דורכן קינדער־טראַנספּאָרט.
דער נײַער אָפּמאַך איז געשלאָסן געוואָרן מיט דער „תּבֿיעה־קאָנפֿערענץ‟.
נאָך קרישטאָלנאַכט האָט די בריטישע רעגירונג באַשלאָסן אַרײַנצונעמען אין לאַנד אַ ריזיקע גרופּע ייִדישע קינדער, וואָס זענען ייִנגער פֿון 17 יאָר. מער ווי 10,000 קינדער זענען דעמאָלט אָנגעקומען אין ענגלאַנד. כּמעט אַלע פֿון זײ האָבן במשך פֿונעם חורבן אָנגעװוירן בײדע עלטערן.
דער לעצטער קינדער־טראַנספּאָרט פֿון דײַטשלאַנד איז אַוועקגעפֿאָרן דעם ערשטן סעפּטעמבער 1939, דער טאָג אין וועלכן די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן. דער לעצטער טראַנספּאָרט בכלל איז אָפּגעפֿאָרן פֿון האָלאַנד דעם 14טן מײַ 1940, דער טאָג אין וועלכן די האָלענדישע אַרמיי האָט קאַפּיטולירט.
מע שאַצט, אַז בערך 1,000 פֿון די, וואָס זענען געפֿאָרן מיטן קינדערטראַנספּאָרט לעבן נאָך.
„אונדזער מאַנשאַפֿט האָט קיינמאָל ניט פֿאַרלוירן די האָפֿענונג, אַז עס וועט קומען דער מאָמענט, ווען מיר וועלן קענען דערציילן דעם היסטאָרישן קאַפּיטל‟, האָט יוליוס בערמאַן, דער פּרעזידענט פֿון דער „תּבֿיעה־קאָנפֿערענץ‟, געזאָגט אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע.
דער „קינדער־טראַנספּאָרט־פֿאָנד‟ וועט אָנהייבן אָננעמען אַפּליקאַציעס דעם ערשטן יאַנואַר 2019. די וואָס האָבן שוין באַקומען געלט פֿון דער דײַטשישער רעגירונג מעגן אויך באַקומען געלט דורך אָט דעם נײַעם פֿאָנד. די דײַטשישע רעגירונג וועט אָבער באַשליסן, ווער עס וועט קענען באַקומען די $2,800.
סטואַרט אײַזענשטאַט, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט די פֿאַרהאַנדלונגען אין נאָמען פֿון דער „תּבֿיעה־קאָנפֿערענץ‟ האָט איבערגעגעבן דער פּרעסע, אַז „די דאָזיקע קינדער זענען אויף אייביק אָפּגעטיילט געװאָרן פֿון זייערע עלטערן און אַנדערע קרובֿים. די אויסצאָלונג וועט פֿאַרזיכערן, אַז זיי זאָלן געניסן פֿון כאָטש אַ ביסעלע יושר.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.