די הײַנטיקע רעצענזיע נעמט אַרײַן צוויי נײַע קאָמפּאַקטלעך פֿון אַמעריקאַנער קאַפּעליעס. איינס, „בלישטשענדע שטערן‟ [Shimmering Lights], קומט פֿון דער שטאָט סאַן־דיעגאָ, קאַליפֿאָרניע און דאָס צווייטע — „נײַע סטרונעס‟ — פֿון דער שטאָט מינעאַפּאָליס, מינעסאָטאַ. דערצו וועלן מיר אַרומרעדן אַ נײַע צוויי־בענדיקע פּאַרטיטור פֿון יוסף רומשינסקיס ספּעקטאַקל „די גאָלדענע כּלה‟. צוזאַמענגענומען שפּיגלען אַלע דרײַ אָפּ פֿאַרשיידענע אינטערעסן אין דער הײַנטיקער וועלט פֿון דער ייִדישער מוזיק.
„בלישטשענדע שטערן‟
אויף דער נײַער רעקאָרדירונג צונויפֿגעשטעלט פֿונעם מוזיקער און פֿילמאָגראַף יעל סטראָם, רופֿט זיך די קאַפּעליע „דער צעבראָכענער קאָנסאָרט‟. מיט דעם נאָמען זענען זיי אויסן אַרויסצוהייבן די אינסטרומענטן, וואָס מע הערט נישט געוויינטלעך בײַ אַ ייִדישער קאַפּעליע — דעם אוד, געזאַנג און די גיטאַר.
דאָס קאָמפּאַקטל נעמט אַרײַן פֿאַרשיידענע מינים לידער און מוזיק לכּבֿוד דעם יום־טובֿ חנוכּה, אַ גוטע זאַך צו געדענקען אויף איבעראַיאָר חנוכּה: סײַ לידער אויף ייִדיש, סײַ לידער פֿון מאַראָקאָ און טערקײַ, סײַ לידער אויף לאַדינאָ. ס׳איז אויך דאָ אַ ליד אויף ענגליש געשאַפֿן פֿון יעל סטראָם און דער זינגערין עליזאַבעט שוואַרץ.
יעל סטראָמס אַראַנזשירונגען שטעלן דעם טראָפּ אויף אימפּראָוויזאַציע, אָבער נישט אין אַ דזשעז־סטיל, נאָר אימפּראָוויזירט ווי טראַדיציאָנעלע פֿאָלקמוזיק. עליזעבעט שוואַרץ צייכנט זיך אויס אין אַזאַ סטיל פֿון געזאַנג, און די אַראַנזשירונגען וועלן אפֿשר קלינגען נײַ בײַם געװײנטלעכן צוהערער פֿון דער ייִדישער מוזיק. אַ קלאַסיש ייִדיש ליד ווי „אַכט קליינע ברידער‟, למשל (טעקסט פֿון אַ. כּץ און מוזיק פֿון מאיר פּאָזנער), שפּילט מען אויף דער רעקאָרדירונג מיט אַ „סווינג‟־ריטעם וואָס וועט זיכער איבערראַשן דעם צוהערער!
צו באַשטעלן און הערן מוסטערן: https://www.arcmusic.co.uk/blog/new-album-shimmering-lights-–-hanukkah-music-–-yale-strom’s-broken-consort.html
„נײַע סטרונעס‟
אין דער שטאָט מינעאַפּאָליס איז אויפֿגעקומען אַ קאַפּעליע, „נײַע סטרונעס‟ [Naye Strunes] — װאָס האָט אין 2018 אַרויסגעלאָזט אַ געראָטן קאָמפּאַקטל. ווי מע קען זיך פֿאָרשטעלן פֿונעם נאָמען פֿון דער גרופּע באַשטייט „נײַע סטרונעס‟ טאַקע פֿון סטרונעס — צוויי פֿידל, אַ טשעלאָ און אַ צימבל: אַן עכטע קאַפּעליע ווי ס’איז געווען פֿאַרשפּרייט אין די שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע. אָבער די דאָזיקע קאַפּעליע שפּילט דער עיקר נײַע קאָמפּאָזיציעס אינעם אַלטן סטיל, געשאַפֿן פֿון דער פֿידלערין גיטל אײַזנער. מע קען הערן מוסטערן פֿון דער גרופּע אויף Soundcloud:
https://soundcloud.com/user-849107505 די גרופּע שפּילט געוויינטלעך פֿאַר צדקה־צװעקן, בפֿרט לטובֿת דער אָרגאַניזאַציע „דאָקטוירים אָן גרענעצן‟. ס‘איז אַלע מאָל אַ מחיה צו הערן אַ ייִדישן פֿידל און צימבל, ספּעציעל ווען מע שפּילט זיי אויף אַן עכטן ייִדישן שטייגער.
„די גאָלדענע כּלה‟
די פּאַרטיטור פֿון דער פּיעסע איז לעצטנס אַנטדעקט געוואָרן פֿון מײַקל אָקס (Michael Ochs) אין אַ האַרוואַרדער אַרכיוו און זינט דעמאָלט האָט ער זי רעדאַקטירט. די צוויי בענד נעמען אַרײַן 671 זײַטן מיט אַן אויסגעצייכנטן אַרײַנפֿיר וועגן דעם קאָמפּאָזיטאָר יוסף רומשינסקי און זײַן ווערק „די גאָלדענע כּלה‟.
די „די גאָלדענע כּלה‟ האָט מען צום ערשטן מאָל געשטעלט אין 1923 אויף סעקאָנד־עוועניו, מיט דוד קעסלער אין דער הויפּט־ראָלע. טעאַטער־טרופּעס האָבן דאָס געשפּילט אין שטאַטן און לענדער איבער דער וועלט. אין זײַן בלי־תּקופֿה איז דער אַמעריקאַנער ייִדישער טעאַטער דאָך באַשטאַנען פֿון אַ צאָל אַזוינע קאָמישע אָפּערעטעס מיט פּאָפּולערע לידער. אין 1948 האָט מען נאָך געקענט זען די מוזיקאַלישע פּיעסע אין ניו־יאָרק.
אין 2015־2016 האָט די „פֿאָלקסבינע‟ דאָס אויפֿגעלעבט און די קריטיק איז געווען זייער פּאָזיטיוו געשטימט. סוף־כּל־סוף האָט אַ נײַער עולם געקענט אָפּשאַצן די שאַפֿערישקייט פֿון די פֿאַרגעסענע שטערנס פֿון דער ייִדישער בינע, דער עיקר, דעם טאַלאַנט פֿונעם פּראָדוקטיוון קאָמפּאַזיטאָר יוסף רומשינסקי (1881 ־ 1956). די צוויי בענד זענען שיין אַרויסגעגעבן און מערקן אָפּ אַן ערנסטן צוגאַנג צום אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.