ווי איינע װאָס איז געבוירן און דערצויגן געװאָרן אין אַמעריקע נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה קען מען דעפֿינירן מײַן געזעלשאַפֿטלעך לעבן לויט צװײ קאַטעגאָריעס: „נאָכן חורבן‟ און „נאָך 9/11‟.
אָבער נאָכן פֿאַרגאַנגענעם שבת, ווען מע האָט בײַ אונדז אין שיל צוויי מאָל דורכגעפֿירט געניטונגען װי זיך צו ראַטעווען אין פֿאַל פֿון אַ שיסערײַ, מוז איך צוגעבן אַ דריטע קאַטעגאָריע: „נאָך פּיטסבורג‟. די שׂינאה צו ייִדן איז הײַנט אַזאַ פֿאַרשפּרײטע, אַפֿילו אַן אָנגענומענע זאַך, אַז די קומעדיקע שיסערײַ קען נאָך חלילה טרעפֿן אַפֿילו אין אונדזער שיל. װי אײנע װאָס איז תּמיד געװען באַאײַנפֿלוסט פֿונעם אַמעריקאַנער אָפּטימיזם, איז גאָר נישט גרינג זיך צוצוגעװײנען צו דער נײַער רעאַליטעט.
די געניטונגען זענען אָנגעפֿירט געוואָרן דורך אַ מאַנשאַפֿט פֿון וואָלונטירן. דאָס ערשטע מאָל איז עס פֿאָרגעקומען בשעתן דאַווענען, און דאָס צווייטע מאָל — בעת איך בין געזעסן אויף אַ שיעור.
שווער צו גלייבן ווי גיך עס האָט זיך צעפֿלאַקערט דער ייִדן־האַס. פֿונעם לינקן לאַגער באַפֿאַלט מען אונדז מיט אַנטי־ישׂראלדיקע קאַמפּאַניעס; פֿונעם רעכטן — מיטן פּראָסטן אַנטיסעמיטיזם פֿונעם אַלטן שניט. און מיר, די שיל־גייער, מוזן דערפֿאַר לעבן אין אַן אַלט־נײַער וועלט פֿון רציחישן האַס צום ייִדישן פֿאָלק. אַ מאָל גנבֿעט זיך אַפֿילו צו מיר אַרײַן אַ מאָדנע שטאָלצקייט איבער דעם וואָס מיר ייִדן ווערן באַטראַכט פֿאַר אַזוי מעכטיק, אַז מיר טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר אַלץ וואָס איז גוט און אַלץ וואָס איז שלעכט אויף דער וועלט (כאָטש צום גרעסטן טייל — בלויז דאָס שלעכטע): צי עס רעדט זיך וועגן די וואַקלענישן אויף דער בערזע און דער גלאָבאַלער עקאָנאָמיע; צי וועגן ברית־מילה וואָס געוויסע לײַט האָבן שוין אָנגעהויבן באַצייכענען ווי „צעמומען די געניטאַלן‟; צי וועגן דער קאָרופּציע אין דער אַראַבישער וועלט; דעם אימיגראַציע־קריזיס אויף דער גרענעץ צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מעקסיקע, און נאָך און נאָך… וווּ נאָר עס זאָל זיך נישט אַנטוויקלען עפּעס אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָדער גײַסטיקע חלאת, באַשולדיקט מען אונדז ייִדן אין דעם.
מיר ייִדן וואָס גייען שבת און יום־טובֿ אין שיל זאָרגן זיך דעריבער אַז דער אַטאַק אויף דער פּיטסבורגער שיל „עץ חיים‟ אין אָקטאָבער קאָן זײַן אַ סימן פֿון אַ מוראדיקער ענדערונג אין דער וועלט פֿון אַנטיסעמיטיזם. מענטשן פֿול מיט שׂינאה, וואָס קענען קוים פֿאַרדינען אָדער אָנהאַלטן וואַרעמע פּערזענלעכע באַציִונגען מיט מענטשן — זענען גאָר פֿעיִק בײַם צוגרייטן אַן אַטאַק אויף אַ גרופּע מתפּללים וואָס קומען אין שיל, נישט בלויז צו דאַווענען און לערנען תּורה, נאָר אויך סתּם צו כאַפּן אַ שמועס מיט באַקאַנטע איבער אַ שטיקל לאַקס אָדער קעזקוכן.
כ׳וועל זאָגן דעם אמת: בײַם פֿאָלגן די אינסטרוקציעס פֿון דער זיכערהייט־קאָמאַנדע אין שיל האָב איך זיך אַ פֿרעג געטאָן: „ווער דאַרף דאָס? אפֿשר זאָל איך שוין גיכער בלײַבן שבת אין דער היים און לייענען די ׳ניו־יאָרק טײַמס׳?‟
צום באַדויערן פֿאַרשטייען די טעראָריסטן דאָס אַליין. זיי ווייסן אַז ווען ייִדן גייען שבת אין שיל, מיינט מען אָפֿט נישט די הגדה, נאָר די קניידלעך. שבת איז דער איינציקער טאָג אין דער וואָך ווען מיר זוכן אויס אַנדערע ייִדן צו שמועסן וועגן די ראָמאַנען וואָס מיר לייענען, די פֿילמען וואָס מיר האָבן געזען, די קאָנצערטן וואָס מיר האָבן געהערט, אונדזערע נסיעות קיין קאָסטאַ־ריקאַ און שאָטלאַנד. ווען מע בלײַבט שבת אין דער היים פֿילט מען זיך אומעטיק און אַליין.
די צווייטע געניטונג, וואָס איז געווען פּונקט אַזוי אומגעריכט ווי די ערשטע, איז פֿאָרגעקומען בעת איך בין געזעסן אויף אַן אינטערעסאַנטן שיעור וועגן דער פֿראַגע צי פֿרויען זאָלן זאָגן קדיש. נאָך דעם ווי די געניטונג איז געקומען צום סוף האָט אַ חבֿרטע, האַלב־וויצלענדיק, מיר געזאָגט: „אפֿשר זאָל איך פֿון איצט אָן בלײַבן לעבן דיר. ביסט דאָך אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה, האָסטו מסתּמא אַ חוש ווי אַזוי זיך צו ראַטעווען.‟
„וועסט לאַכן, איך בין פּונקט אַזוי צעטומלט ווי דו, און איך ציטער נאָך,‟ האָב איך געענטפֿערט.
דער אמת איז, אַז נישט איך און נישט זי ווילן פּראַווען שבת אַליין אין אַ בונקער. ביידע פֿון אונדז ווייסן אָבער נישט ווי אַזוי זיך פּסיכאָלאָגיש צוצוגרייטן צו אַ מאַסן־שחיטה אין שיל. אַ טעראָריסט מיט אַ ביקס וועט תּמיד האָבן די אייבערהאַנט איבער אונדז, וואָס שייך זײַן געווער, זײַן שׂינאה און אונדזער אומוויסן ווען דער אַטאַק וועט פֿאָרקומען. די איינציקע זאַך וואָס מיר קענען טאָן איז זיך פֿאַרלאָזן אויף די מוטיקע וואָלונטירן פֿון אונדזער זיכערהייט־קאָמאַנדע.
און אַוודאי — זאָגן אַ תּפֿילה אויך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.