אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יעקבֿ אָבֿינו האָט פֿאַר זײַן פּטירה געבענטשט זײַנע זין. יעדע פֿון זײַנע ברכות שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קורצן, אָבער טיפֿן פּאָעטיש־נבֿיאיִשן משל. דעם קומענדיקן דינסטיק, דעם 14טן טאָג אינעם חודש טבֿת, פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿון אַן אַנדער יעקבֿ, וועלכער איז אויך באַרימט ווי אַ מחבר פֿון חידושדיקע און חנעוודיקע משלים – דער דובנער מגיד.
יעקבֿ קראַנץ, װי ער האָט געהייסן, איז געבוירן געוואָרן אין 1741, אינעם ליטוויש־רײַסישן שטעטל זשעטל (אויף ווײַסרוסיש; דזיאַטלאַוואַ). דעמאָלט האָט דאָס שטעטל געהערט צו ליטע, אָבער איצט געפֿינט עס זיך אויף דער ווײַסרוסישער טעריטאָריע. במשך פֿון 18 יאָר האָט קראַנץ געדינט ווי אַ בעל־דרשן און אַ רבֿ אין דובנע, מערבֿ־אוקראַיִנע, דעריבער ווערט ער אַסאָציִיִרט מיט דער דאָזיקער שטאָט. שפּעטער האָט דער ווילנער גאָון אים פֿאַרבעטן זיך צו באַזעצן אין ווילנע, וווּ דער מגיד האָט ממשיך געווען זײַן טעטיקייט. אינעם יאָר 1804 איז הרבֿ יעקבֿ קראַנץ ניפֿטר געװאָרן און באַערדיקט געוואָרן אין זאַמאָשטש, פּוילן.
אין מיזרח־אייראָפּע איז אַמאָל געווען פֿאַרשפּרייט אַ גאַנצע קולטור פֿון וואַנדערנדיקע מגידים, וועלכע פֿלעגן אַרומפֿאָרן איבער די ייִדישע שטעטלעך, אויפֿטרעטנדיק מיט מוסר־דרשות און דבֿרי־חיזוק. אויך דער דובנער מגיד האָט אַ סך געוואַנדערט במשך פֿון זײַן לעבן. זײַנע באַרימטע משלים זענען באַקאַנט ווי אַ קלאַסישער מוסטער פֿון דער פֿריִיקער ייִדישער ליטעראַטור, ווײַל דער פּשוטער עולם האָט זיי געלייענט דווקא אויף ייִדיש. די הײַנטיקע אויסגאַבעס פֿון „צאינה וראינה‟ ווערן נאָך אַלץ אָפֿט באַגלייט מיט זײַנע איבערגעטײַטשטע ווערק. אויך גרויסע רבנים זענען געווען גוט באַקאַנט מיטן ייִדישן נוסח פֿונעם דובנער מגיד; זיי פֿלעגן פֿאָרלייענען זײַנע משלים פֿאַר די בני־בית בײַם שבתדיקן טיש אָדער בײַם פּסחדיקן סדר. בײַ די חסידישע משפּחות אין מאָנסי, וויליאַמסבורג און אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע מקומות בלײַבן די משלים נאָך אַלץ פּאָפּולער.
וואָס שייך יעקבֿ אָבֿינו, למשל, האָט דער דובנער מגיד געשטעלט אַזאַ פֿראַגע: פֿאַרוואָס האָט יעקבֿ אָבֿינו געשאָלטן שמעון און לוי, זײַנע אייגענע קינדער? ער דערקלערט, אַז אין דער אמתן האָט יעקבֿ געשאָלטן בלויז זייער כּעס, און נישט זיי אַליין. למשל — זאָגט ער — פֿאַרגלײַכט דעם כּעס פֿון אַ גבֿיר און אַן אָרעמאַן. דער גבֿיר בייזערט זיך, ווײַל ער ווייסט, אַז צו זײַנע קללות וועט מען זיך ערנסט צוהערן. די קללות פֿון אַן אָרעמאַן קלינגען ווי אַ נאַרישקייט – דערפֿאַר איז זײַן כּעס „פֿאַרשאָלטן‟, ער האָט ווייניק ווערט. יעקבֿ האָט פֿאַרשאָלטן שמעונס און לויס כּעס ווײַל ער האָט געהאָפֿט, אַז פֿון זייערע זין וועלן אַרויסקומען סופֿרים און מלמדים – טאַקע אָרעמע מענטשן, אָבער פֿאַרנומענע מיט אַ הייליקער מלאָכה.
אין די 1930ער האָט ישׂראל־יוסף זעווין אין אַמעריקע אַרויסגעגעבן אַ נײַע רעדאַקציע פֿונעם מגידס געזאַמלטע ווערק אויף ייִדיש און מענדל־שלום גאָלדשמיט, דער מחבר פֿון דער צוויי־בענדיקער אַנטאָלאָגיע „די ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע‟, שרײַבט (אַ ביסל גוזמאדיק), אַז דער דובנער מגיד האָט געהאַט „אַן אָראַטאָרישן טאַלאַנט פֿון אַן ערשט־קלאַסישן פּאָעט‟.
ווען דער מגיד האָט באַזוכט בערלין, איז משה מענדעלסאָן געקומען אויסצוהערן זײַן דרשה. הגם דער גרינדער פֿון דער השׂכּלה־באַוועגונג איז נישט געווען קיין גרויסער ליבהאָבער פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער פֿאָלקס־ייִדישקייט, איז ער נתפּעל געוואָרן פֿונעם מגידס משלים און האָט זיי הויך אָפּגעשאַצט.
ווי עס טרעפֿט נישט זעלטן מיט באַרימטע מחברים, איז דער דובנער מגיד אָבער געווען זײַן גאַנץ לעבן אַן אָרעמאַן אָן אַ גראָשן. איינער אַ דובנער ייִד, הרבֿ אַבֿרהם־בעריש פֿלאַם, האָט אַנטדעקט דעם מגידס כּתבֿים און זיי צונויפֿגעשטעלט נאָך דעם מחברס טויט. די ווערק, בפֿרט אויף ייִדיש, זענען געוואָרן „בעסטסעלערס‟ אין גאַנץ מיזרח־אייראָפּע און כּמעט געוואָרן אַ טייל פֿון דער פֿאָלקס־ליטעראַטור.
הגם יעדער ייִד אין פּוילן און ליטע האָט געלייענט די משלים האָט מען לאַוו־דווקא זיך אינטערעסירט מיטן מחברס ביאָגראַפֿיע. דער דובנער מגיד איז געווען זייער אַ באַשיידענער; ווייניק ווייסן מיר וועגן זײַן פּערזענלעכקייט. הרבֿ פֿלאַם דערציילט אַז דער דובנער מגיד איז געווען אַן ערנסטער תּלמיד־חכם און אַ ראָש־ישיבֿה. אַזוי ווי געוויסע חסידישע צדיקים, האָט ער זיך געטובֿלט יעדן טאָג אין מיקווה און געטראָגן תּפֿילין דעם גאַנצן טאָג. זייער אָפֿט האָט ער ביטער געוויינט, דאַווענענדיק שטילערהייט לטובֿת קראַנקע און אומגליקלעכע מענטשן. זײַן אָפֿטער נע־ונד פֿון שטאָט צו שטאָט האָט אויך געהאַט אַ מיסטישן טעם; ער האָט געהאָפֿט מיט זײַנע אייגענע יסורים מכפּר צו זײַן די עבֿירות פֿון אַנדערע ייִדן. שפּעטער האָבן אַזעלכע דרכּי־עבֿודה זיך פֿאַרשפּרייט צווישן די חסידים און בטל געוואָרן בײַ די מתנגדים.
ווי אַ מײַסטער פֿון משלים, איז דער דובנער מגיד, אַליין אַ טיף פֿרומער עובֿד־השם, גובֿר געווען די גרענעץ צווישן דער פֿרומער און וועלטלעכער ליטעראַטור. הײַנט קען מען לייענען זײַנע ווערק אויף ענגליש און אַ גאַנצע ריי אַנדערע שפּראַכן. פֿון דעסט וועגן, קלינגען זיי אויף ייִדיש פֿאָרט מער חנעוודיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.