נעכטן בין איך געווען אין האָטעל בעצי, אין מיאַמי־ביטש, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען סײַ אַ רעפֿעראַט און סײַ אַ ייִדישער קאָנצערט. דער ערשטער רעדנער האָט געהייסן בערעל לאַנג, אַ ייִד אין די זיבעציקער, אַביסל באַלײַבט, פֿון נידעריקן וווּקס, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע אין וועסליאַן־אוניווערסיטעט, אַ מחבר פֿון אַ פּאָר ביכער וועגן דעם חורבן.
האָט ער זיך אַוועקגעשטעלט לייענען זײַן אַזוי גערופֿן קונסטווערק מיטן קעפּל, „ייִדיש שריפֿט — מער ווי איר מיינט‟. גלײַך בײַ זײַן אַרײַנפֿיר האָט דער גרויסער מבֿין אויף ייִדיש־לשון דערקלערט אַז ייִדיש האָט נישט קיין צוקונפֿט ווײַל עס פֿאַרמאָגט נישט קיין הײַנטיקייט, בלויז אַן אונטערגייענדיקן נעכטן. מיט איין וואָרט, ס׳איז טויט מיט אַלע טויטע, ברוך דיין אמת.
אַ חוץ דעם פֿאַרזיכערט ער דעם נישקשהדיקן עולם צוהערער, ליבהאָבער פֿון ייִדיש אַז עס עקזיסטירט מער נישט קיין ייִדישע ליטעראַטור; קיינער שרײַבט שוין נישט אויף ייִדיש, און דערנאָך שטעלט ער זיך ערשט אַוועק רעציטירן די ייִדישע ווערטער וואָס זײַנען אַרײַן אין ענגליש ווי שמענדריק, שטיק, שלאַק, און אפֿילו די ניבֿול־פּה־ווערטער וואָס הייבן זיך אָן מיט די אותיות „שמ‟.
ער האָט אויך געדרשנט אַז עס זײַנען שוין נישט פֿאַראַן קיין ייִדישע שרײַבער וואָס זײַנען אויפֿגעכאָוועט געוואָרן אין ייִדיש, און יענע וואָס רעדן נאָך ייִדיש זײַנען געגליכן צו די אַמאָליקע, לינגוויסטישע מאַראַנען.
איז קודם־כּל, געדענקט זיך מיר אַ צײַט ווען זשורנאַליסטן פֿון ענגלישע צײַטונגען פֿלעגן רעצענזירן אַ ייִדישע פּיעסע געשפּילט אויף ייִדיש, פֿלעגן זיי אָנהייבן בזה־הלשון: „זיי שפּילן אויף ייִדיש, אַ טויטע שפּראַך!‟ ברוך השם אַז יענע חבֿרה־קדישה איז אַוועק מיטן ווינט. פֿאַרקערט, זיי באַוווּנדערן דעם פֿאַקט אַז הײַנט צו טאָג קען מען שפּילן אויף וואָסער שפּראַך מ׳וויל, עס קומט מיט אונטערקעפּלעך פּונקט ווי אין דער אָפּערע.
זעט אויס אַז דער ייִד, בערעל (ס׳קומט מסתּמא פֿון בערל) לאַנג, איז אויפֿגעכאָוועט געוואָרן אויף יענער, פֿאַרצײַטיקער ייִדישער מאַננע־קאַשע, אַז ייִדיש איז נישט מער ווי אַ זשאַרגאָן, אַ דײַטשע דופּליקאַציע. ברענגט ער דעם עולם ייִדיש ליבהאָבער אַ קאַפּיטל פּאַסקוויל. דאָס איז איין מאָל אַוועק.
צוויי מאָל אַוועק, דער פּראָפֿעסאָר האָט זיך נישט געריכט אַז איך זיץ צווישן עולם און ברען ווי אַ האָלאָוועשקע פֿון זײַן עם־אָרצות, און אַז כ׳קען זיך נישט דערוואַרטן צו נעמען אַ וואָרט אָדער צוויי.
קוים מיט צרות האָט ער פֿאַרענדיקט זײַן הויכשטאַפּל, ווען איך בין אויפֿגעשפּרונגען מיט אַ העפֿטל און אַ בלײַער.
„ר׳ ייִד!‟ האָב איך געשטורעמט אויף ענגליש, „האָט איר כאָטש געלייענט די ייִדישע קלאַסיקער, שרײַבער און פּאָעטן אין זייער אָריגינעלער שפּראַך — ייִדיש?‟
דער ייִד האָט זיך נישט געריכט אויף אַזאַ ברוך הבא, און איך האָב נישט אויפֿגעהערט צו שטורעמען:
„ערשטנס בין איך אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט די לעצטע 25 יאָר. האָט איר געלייענט די ווערק פֿון מאַנגער, גלאַטשטיין, גראַדע, באַשעוויס־זינגער, מה יפֿית, בירשטיין, סוצקעווער אין אָריגינאַל?‟
ער האָט זיך אַ וואַקל געטאָן: „אפֿשר.‟
„זײַט איר באַקאַנט מיט אונדזערע הײַנטיקע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן פֿון ייִנגערן דור ווי דעם לינגוויסט ייִדיש וויסנשאַפֿטלער דוד כּ״ץ בײַם ווילנער אוניווערסיטעט, דובֿ בער קערלער בײַם אינדיאַנאַ אוניווערסיטעט, איציק גאָטעסמאַן בײַם טעקסאַסער אוניווערסיטעט, יצחק ניבאָרסקי אין פּאַריז, קאָרנעליאַ מאַרטין — מײַנע אַן אַמאָליקע סטודענטקע אין קאָלומביע אוניווערסיטעט — אין פּאָטסדאַם אוניווערסיטעט, דײַטשלאַנד? און אַ שלל ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן אין אוניווערסיטעטן איבער דער וועלט? און אַז איך האָב ערשט פּענסיאָנירט פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט וווּ מײַן לעצטער קלאַס איז באַשטאַנען פֿון אַכציק סטודענטן? צווישן זיי — חבֿרה וואָס רײַסן זיך צו שרײַבן ייִדישע פּאָעזיע און פּראָזע. און אַחוץ די אַלע זיבן זאַכן פֿאַרמאָגן מיר אַ פּאָר מיליאָן ייִדיש־רעדער צווישן די חסידים איבער דער וועלט און פֿאַרגעסט נישט אַז אונדזערע אַמאָליקע ייִדיש ליטעראַרישע כּוחות זײַנען אַלע אַרויסגעקומען פֿון פֿרומע היימען.‟
נו! נו! ווען ער וואָלט זיך געקענט ערגעץ באַהאַלטן וואָלט ער עס זיכער געטאָן.
בײַם איבעררײַס בין איך געווען נײַגעריק צי ער קען רעדן ייִדיש בכלל, בין איך צו אים צוגעגאַנגען און געפֿרעגט אויף ייִדיש דווקא:
„פֿון וואַנען קומט אַ ייִד?‟
„פֿון קאַנעטיקעט,‟ האָט ער אַרויסגעשטאַמלט.
„און פֿון וואַנען קענט איר מאַמע־לשון?‟
מאַכט ער: „פֿון דער באָבען.‟
„הייסט עס אַז איר רעדט באָבע־לשון!‟
„יאָ!‟ האָט ער צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ.
בין איך אָפּגעטראָטן, גענוג אים געמאַטערט.
גלײַך נאָך דעם עפּיזאָד איז מײַן אַבֿרהמל, באַקאַנט ווי אַבֿי, אויפֿגעטראָטן מיט אַ שלל ייִדישן לידער, נאָר איידער וואָס ווען האָט ער אַנאָנסירט: „ — און אַגבֿ, איך בין איר זון!‟ אָנווײַזנדיק אויף מיר. דער עולם איז אויסגעשאָסן אין אַ געלעכטער.
ווי נאָר אַבֿרהמל האָט פֿאַרענדיקט דאָס ערשטע ליד, האָט זיך דער פּראָפֿעסאָר אויפֿגעהויבן און אַוועק. נאָך דעם האָט זיך אָנגעהויבן אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע טאַנגאָס מיט אהרון קולאַ און זײַן אָרקעסטער, מיט מײַן אבֿרהמלען ווי דער סאָלאָיִסט.
אַ שאָד וואָס איך האָב בעת מײַן מאָנאָלאָג נישט ציטירט דעם אַמאָליקן היסטאָריקער ווינער, וועלכער האָט פֿאָרויסגעזאָגט אין 1908 אַז אין צען יאָר אַרום וועט ייִדיש זײַן טויט און דערווײַל איז ער אַליין שוין אויף יענער וועלט. אסתּר רחל קאַמינסקאַ, די מוטער פֿון אידאַ קאַמינסקאַ, האָט אויך פֿאָרויסגעזאָגט מיט אַ הונדערט יאָר צוריק אַז ייִדיש האַלט בײַ גסיסה, און גאָר נישט געוווּסט אַז איר אייגענע טאָכטער אידאַ קאַמינסקאַ האָט שפּעטער ווײַטער געשפּילט אויף ייִדיש, אין די זיבעציקער יאָרן אין תּל־אָבֿיבֿ, אין דער ייִדישער פּיעסע „גליקל האַמיל‟.
קען איך אײַך פֿאַרזיכערן אַז ייִדיש איז אַ זשוואַווע, לעבעדיק לשון און טאַקע דערפֿאַר שפּילט הײַנט אין ניו־יאָרק „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף ייִדיש דווקא. מזל־טובֿ!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.