אין די 1990ער און ס׳רובֿ 2000ער יאָרן זײַנען אין מאָסקווע געווען בלויז עטלעכע שילן: די גרויסע כאָרשיל, וואָס געהערט צו ליטוואַקעס, און אַ פּאָר שילן פֿונעם חב׳׳ד: צוויי אין מאַרייִנאַ ראָשטשאַ – די געגנט, וואָס מע האָט געהאַלטן פֿאַר אַ ייִדישער שוין אין די 1920ער יאָרן – און צוויי־דרײַ אויף אַנדערע ערטער.
במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר זענען אַנטשטאַנען נאָך אַרום 20 מנינים, דאָס רובֿ - פֿון חב׳׳ד. מאָסקווע איז גרויס, און אַחוץ מאַרייִנאַ ראָשטשאַ, זענען קיין מערקווירדיקע ייִדישע געגנטן אין דער שטאָט נישטאָ. ס׳רובֿ ייִדן וווינען פֿאַרשפּרייט, און פֿאַר זיי זענען אַזעלכע מנינים די איינציקע מעגלעכקייט צו גיין שבת אין שיל צו פֿוס.
ווען איך האָב געזוכט מײַן איצטיקע דירה, האָב איך געוואָלט זיך באַזעצן לעבן אַזאַ מנין. די געגנט „אַעראָפּאָרט־סאָקאָל‟ איז מיר שוין פֿון פֿריִער זייער געפֿעלן: נישט צו נאָענט צום צענטער שטאָט (און דערפֿאַר נישט צו טײַער) און גלײַכצײַטיק נישט צו ווײַט; שיין, מיט וווילע תּושבֿים און אַ גוטער אַרכיטעקטור. בעת דער סאָוועטישער תּקופֿה פֿלעג מען דאָ אויסטיילן דירות צו פֿאַרשיידענע קולטור־טוער. ביז איצט זענען דאָ פֿאַראַן קאָנדאָמיניומס (וווינונג־קאָאָפּעראַטיוון) מיט די נעמען „דער סאָוועטישער שרײַבער‟, „דער סאָוועטישער אַקטיאָר‟, „דער סאָוועטישער צירק־אַרטיסט‟. אין מהלך פֿון 5 מינוט צו פֿוס פֿון מײַן איצטיקער דירה געפֿינט זיך „סאָקאָל‟ — דער מאָסקווער „גרעניטש ווילעדזש‟ — דער איינציקער ייִשובֿ אין מיטן שטאָט וואָס האָט דאָרפֿישע געסלעך, גערטנדלעך און קליינע הײַזעלעך.
און נאָך אַ מעלה: דאָ איז פֿאַראַן אַ מנין. אַ מאָל איז ער געווען אין אַ פּריוואַטער דירה, שפּעטער — אין אַ קעלער, און נאָך דעם איבערגעפֿירט אין אַ גרויסן קאָנדאָמיניִום מיטן נאָמען „אַעראָבוס‟.
ווען איך בין צום ערשטן מאָל געקומען שבת אויף שחרית (ווען ס׳איז נאָך געווען אינעם קעלער פֿון אַ געוויינטלעך הויז), האָבן זיך דאָרטן צונויפֿגעקליבן עטלעכע מנינים מענער. איך בין געווען די איינציקע פֿרוי, האָט מען מיך אַוועקגעזעצט באַזונדער, באַצויגן זיך צו מיר מיט דרך־ארץ און, בעת מע האָט אַרויסגעטראָגן די תּורה פֿונעם ארון, האָט מען זי צוגעטראָגן צו מיר, איך זאָל איר אויך א קוש געבן.
איינער פֿון די ייִדן האָט געבראַכט זײַנע צוויי קינדערלעך. זיי איז באַלד געוואָרן סקוטשנע, און זיי האָבן גיך אָנגעהויבן אַלעמען צו שטערן — און דערבײַ אַליין צו לײַדן. דאָס וואָס דער רבֿ, ר׳ ברוך, האָט געטאָן האָט מיר געגעבן צו וויסן, אַז ס׳איז דווקא כּדאי אַהער צו קומען. ער האָט געבעטן בײַ איינעם פֿון די בחורים אויפֿצוהײבן די האַנט אַלע מאָל ווען מען ענדיקט לייענען אַ פּסוק. און די קינדער האָט ער צוגעזאָגט, אַז אויב זיי וועלן ריכטיק ציילן, וויפֿל פּסוקים מע האָט געלײענט, וועט ער זיי עפּעס געבן. וואָס פּינקטלעך ער װעט זײ געבן האָט ער ניט אויסגעזאָגט, און אַזוי האָט ער טאַקע אָנגעהאַלטן זייער אינטערעס: ווען מע ווייסט ניט, וואָס פֿאַר אַ מתּנה עס קומט, איז דאָך אינטערעסאַנטער!
דאָס רובֿ קהל זענען געווען גרוזינישע ייִדן, און גערעדט האָט מען אי אויף רוסיש, אי אויף גרוזיניש. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, וווינען אין „אַעראָבוס‟ דווקא אַ סך גרוזינישע ייִדן. שפּעטער האָב איז זיך דערוווּסט, אַז ס׳איז אַפֿילו דאָ נאָך אַ גרוזיניש־ייִדישע קהילה אין אונדזער געגנט.
אַ מאָל דערמאָנען זיי זיך אין זייערע קינדער־יאָרן, אין די מנהגים וואָס האָבן זיי אָפּגעזונדערט פֿון זייערע שכנים. „מיר האָבן געהאַט באַזונדער עסן,‟ האָט מיר געזאָגט איינע אַ פֿרוי, אירינאַ. „אי פֿלייש, אי ווײַן, אי געבעקס, אי גרינסן מיט געווירצן.‟
אָבער פֿון די בפֿירוש גרוזיניש־ייִדישע טראַדיציעס האַלטן זיי דווקא נישט. „יאָ, מיר האָב געפּראַוועט אי פּסח, אי שבֿועות,‟ האָט אײנער, דוד, געזאָגט. „אָבער דאָס זענען שטותים. ר׳ ברוך דערציילט אונדז, ווי אַזוי אַלץ ריכטיק צו פּראַווען.‟ זיי פֿילן זיך, אַ פּנים, עם־האָרציש אין פֿאַרגלײַך מיטן רבֿ און אַנדערע, וואָס האָבן זיך געלערנט אין אַשכּנזישע ישיבֿות. (די גרוזינער זענען דװקא נישט קיין אַשכּזישע.)
צו דעם רבֿ האָבן זיי גרויס דרך־ארץ און האָבן אים זייער ליב. אַלע מענער קענען די תּפֿילות גענוג גוט, דאַוונען מיטן אַשכּנזישן אַרויסרייד, זינגען צוזאַמען דעם חב׳׳ד־הימן „האדרת והאמונה‟. דער שליח־ציבור און דער בעל־קורא איז אָבער ר׳ ברוך אַלײן. נאָך יעדער עליה ווינטשט מען אים הויך: “חזק, ברוך!”, וואָס קלינגט אויף העברעיִש גאַנץ מאָדנע.
דער מנין איז אַנטשטאַנען מיט אַ יאָר 10 צוריק. דער רבֿ, ברוך קליינבערג, איז געווען צווישן די חב׳׳ד־רבנים וואָס האָבן באַקומען אַן אָנווײַזונג צו גרינדן זייערע אייגענע קהילות אויסער מאַרייִנאַ ראָשטשאַ. ר׳ ברוך האָט אויסגעקליבן אַ טייל שטאָט וווּ ער איז אַליין אויסגעוואַקסן — און אָנגעהויבן דאָרט צו בויען אַ קהילה.
ר׳ ברוך איז אַ יקר־המציאות פֿאַר דער שטאָט: ער איז געבוירן אין יאָר 1965 בײַ אַ פֿרומער משפּחה, אַן אומגעװײנטלעכע זאַך דעמאָלט אין מאָסקווע. „אין יענע צײַטן האָט זעלטן געטראָפֿן אַזאַ זאַך,‟ שרײַבט ער אויף זײַן וועבזײַטל. „פֿון די יונגע יאָרן אָן האָב איך געוווּסט, וואָס איז אַזוינס אַ שיל, געפּראַוועט ייִדישע יום־טובֿים, מע האָט מיר געמאַכט אַ בר־מיצווה. צו דער בר־מיצווה האָט דער טאַטע פֿאַרבעטן אַהיים אַ ייִד - ער זאָל מיט מיר תּורה לערנען. פֿון דעסט וועגן, איז ייִדישקייט אין אונדזער משפּחה געווען „האַלב־אונטערערדיש‟. פֿאַר סאָוועטישע צײַטן איז דאָס ניט געװען קיין חידוש. מע האָט מיך נישט מיטגענומען אין שיל, כּדי ניט אַרויסצורופֿן קיין אומגעזונטן אינטערעס און ניט צו שאַפֿן קיין פּראָבלעמען. די עלטערן פֿלעגן מיר שטענדיק זאָגן: „אין דער היים איז אַזוי, אין שול - אַנדערש.‟
און דאָס איז דווקא וויכטיק. ס׳רובֿ רוסלענדישע רבנים זענען אָדער אָנגעקומען פֿון אויסלאַנד, אָדער האָבן תּשובֿה געטאָן מיט אַ יאָר 30-20 צוריק. ר׳ ברוכס בײַשפּיל באַווײַזט, אַז תּורה איז ניט אומבאַדינגט אימפּאָרטירט און אַז ס׳איז מעגלעך אויסצוּוואַקסן אין דער סאָוועטישער מאָסקווע, זײַענדיק אַ שומר־שבת. דאָס איז דווקא וויכטיק, ווײַל דאָס רובֿ איצטיקע רוסלענדישע פֿרומע ייִדן זענען „דער ערשטער דור‟ פֿרומע ייִדן, און איינע פֿון די שווערסטע פּראָבלעמען בײַ זיי איז דווקא דאָס גידול־בנים: גיי דערצי דײַנע קינדער פֿרום, ווען דו האָסט אַליין ניט געהאַט קיין פֿרומע קינדהייט אָדער געהיט שבת, בעת דײַנע קינדער מוזן אי שומר־שבת זײַן, אי זיך לערנען אין די מלוכישע שולן וווּ מע לערנט שבת אויך.
„אַז איך בין געווען אַ פֿרומער ייִד, האָב איך עס פֿאַרהוילט פֿון דער עפֿנטלעכקײט,‟ האָט ר׳ ברוך דערצײלט. „ ? אין אוניווערסיטעט האָב איך שטודירט אין „אויטאָמאָביל־וועג־אינסטיטוט‟, וואָס אין אים האָט מען אָנגענומען ייִדן, האָב איך געמוזט לייזן די ניט־פּשוטע פּראָבלעמען, פֿאַרבונדן מיט שבת. און אויף די יום־טובֿים פֿלעג איך פּשוט נעלם ווערן אָדער פּלוצעם ׳קראַנק׳ ווערן.‟
גלײַכצײַטיק האָט ער אָנגעהויבן צו גיין אין שיל – אין מאַלאַכעווקע, אַ וויכטיקע ייִדישע פֿאָרשטאָט פֿון מאָסקווע, און אין מאַרייִנאַ ראָשטשאַ. שפּעטער, בעת דער פּערעסטרויקע, האָט ער זיך געלערנט אין ישיבֿה און אין 1990 געפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, צו זען דעם רבין און זיך צו לערנען אין דער צענטראַלער חב״ד־ישיבה אויף 770 איסטערן פּאַרקװײ. אַ פּאָר יאָרן שפּעטער איז ער געוואָרן אַ רבֿ. און איצט לערנט ער מיט בחורים אין ישיבֿה און אין כּולל און אַרבעט אינעם כּשרות־אָפּטײל פֿון מאָסקווער חב׳׳ד־רבנות.
אין 2005, מיט 13 יאָר צוריק, האָט ר׳ ברוך געדונגען אַ דירה אין דער געגנט און אַלע שבת פֿלעג ער גיין איבער די גאַסן און אויספֿרעגן פֿאַרבײַגייערס, צי זיי זענען ייִדן און אויב יאָ — צי מע קען זיי צורעכענען צום מנין. עטלעכע יאָר שפּעטער האָט די דאָזיקע התמדה דערגרייכט איר ציל: ער האָט אויפֿגעבויט אַ סטאַבילע קהילה. נישט ווייניק ייִדן האָבן אָנגעהויבן היטן שבת און האָבן תּשובֿה געטאָן דווקא אַ דאַנק יענע שבתים אין שיל.
צווישן זיי זענען מאַרק און מרים (מאַרינאַ), אַ 40־יעריק פּאָרפֿאָלק מיט 2 קינדער. סוף 1990ער יאָרן האָבן זיי עולה געווען קיין ישׂראל אָבער מיט עטלעכע יאָר שפּעטער – צוריקגעקומען. מרים דערציילט, אַז ווען איר ייִנגסטע טאָכטער אַבֿיטל, װאָס איז איצט 13 יאָר אַלט, איז געווען אַ פּיצל קינד, איז מאַרק אײן מאָל אַרײַן אין דער מילכקיך (אַן אַנשטאַלט וווּ די עלטערן פֿון פּיצלעך קינדער קענען באַקומען ספּעציעלע מילכפּראָדוקטן פֿאַר קינדער). אויף דער גאַס איז איינער אַ מענטש צו אים צוגעגאַנגען; געפֿרעגט, צי ער איז אַ ייִד, און פֿאַרבעטן אים אין שיל. אין אַ יאָר אַרום איז די שיל געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון זײַן און זײַן פֿרויס לעבן, און איצט איז מאַרק אַ גבאי פֿון דער קהילה, מרים — איר בוכהאַלטערין, און דער וויכטיקסטער פּערזאָן אין דער קיך.
דער רבֿ אַליין וווינט אין מאַרייִנאַ ראָשטשאַ װײַל דאָרט געפֿינט זיך די פֿרומע ייִדישע טאָגשול, אין וועלכער עס לערנען זיך זײַנע קינדער. דאָס איז אָבער גאַנך װײַט פֿון דער שיל — כּמעט אַ שעה צו פֿוס. דערפֿאַר, פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, ספּראַווען זיך די מתפּללים אָן אים. מאַרק פֿירט אַלײן אָן מיטן דאַווענען און זײַן פֿרוי, מרים, גרײט צו די סעודה. שבת אין דער פֿרי קומט ר‘ ברוך יאָ אין שיל און אויף יום־טובֿ קומען אויך זײַן פֿרוי און קינדער. די קלענסטע ייִנגלעך דאַווענען און זינגען מיטן טאַטן און צו מאָל האַלטן זיי אַפֿילו דרשות.
די קהילה איז אָבער ניט נאָר אַ שיל, וווּ מע דאַוונט. די קהילה מוז באַפֿרידיקן אויך אַנדערע באַדערפֿענישן, און דער רבֿ פֿאַרשטײט עס גוט. אַלע שבת און יום־טובֿ נאָכן דאַווענען מאַכט מען אַ סעודה. ס׳רובֿ עסן ווערט געקאָכט פֿון דער רביצין, גאָלדע, און װערט איבערגעפֿירט אינעם שיל־בנין. דער רבֿ און דער גבאי מיט זייערע פֿרויען אָרגאַניזירן אויך דאָס צושטעלן כּשר עסן פֿון כּשרע קראָמען און פֿאַבריקן פֿאַר ייִדן אין מאָסקווע און אוקראַיִנע. אַלע זונטיק גיט די רביצין גאָלדע אַ שיעור פֿאַר פֿרויען. אויף די אַנדערע טעג זענען דאָ שיעורים פֿאַר מענער און קלאַסן אין עבֿרית. אין די סוף־וואָכן פֿאָרט צו מאָל אַ גרויסער טייל פֿון דער קהילה אינעם האָטעל „זשוקאָווקע‟, וואָס חב׳׳ד האָט אויסגעבויט לעבן מאָסקווע. אַזאַ צוזאַמענאַרבעט איז ביז איצט געווען זייער זעלטן אין רוסלאַנד בכלל און צווישן מאָסקווער ייִדן בפֿרט.
פֿון צײַט צו צײַט אָרגאַניזירט מען אויך קלאַסן, וואַרשטאַטן און יום־טובֿ־פּראָגראַמען פֿאַר קינדער. קינדער זענען אין דער קהילה דאָ אַ סך, פֿון סאַמע קליינע ביז עלטערע מיידלעך און בחורים. עס זענען דאָ סײַ זייער יונגע גרוזינישע עלטערן, סײַ אַ ביסל עטלערע; אַ פּאָר אַשכּנזישע, אַ סך מיטליעריקע ייִדן און עטלעכע זקנים פֿון ביידע אָפּשטאַמען.
אַחוץ דעם גבאי און זײַן פֿרוי, זענען נאָך עטלעכע מיטגלידער פֿון דער קהילה זייער טעטיק. אַ סך גיבן נדבֿות (ס׳רובֿ פֿונעם עולם איז נישט אָרעם), עטלעכע מענער זאָגן דרשות, אַנדערע העלפֿן די אײַנוווינער מיט אַלערליי דרינגלעכע פֿראַגן ווי, למשל, ווען מע האָט געדאַרפֿט געפֿינען אַ נײַ אָרט פֿאַר דער שיל, קויפֿן מעבל, באַשטעלן פּראָדוקטן און אַזוי ווײַטער). איינער אַ מאַן, דוד, גיט אַרויס אַ קהילה־צײַטונג „הדרך‟. די ערשטע נומערן האָבן אויסגעזען גאַנץ עקלעקטיש, ווי עס זעען אָפֿט אויס קהילה־בלעטלעך, אָבער דער לעצטער נומער איז שוין ענלעך אויף אַ צײַטונג.
לעצטנס האָט מען מיך געבעטן עפּעס אָנשרײַבן פֿון דער צײַטונג, האָב איך עס געטאָן, אָבער דער אָפּרוף אויף מײַן אַרטיקל איז בײַ מיר געװען אַ חידוש און טאַקע אַן אינטערעסאַנטע אָפּשפּיגלונג פֿונעם װעלטבאַנעם פֿון די גרוזינער ייִדן.
צו ערשט אַ שטיקל אַרײַנפֿיר: געוויסע מיטגלידער פֿון דער קהילה האָבן פֿײַנט סײַ קריסטנטום סײַ איסלאַם און זענען שטאַרק אַנט־אַראַביש געשטימט. װען מרים האָט מיר דערציילט, אַז איר זון, וואָס לערנט זיך איצט אין ישׂראל, האָט אָנגעהויבן צו רעדן וועגן אַראַבער מיט סימפּאַטיע - האָט דאָס זי שטאַרק פֿאַרדראָסן.
צום צווייטן צי דריטן נומער פֿון דער צײַטונג האָט מען בײַ מיר געבעטן אָנצושרײַבן וועגן דעם, ווי אַזוי די אַשכּנזישע ייִדן פֿלעגן פּראַווען שבֿועות, האָב איך אָנגעשריבן וועגן דעם מינהג צו באַפּוצן די הײַזער מיט גרינעם גראָז, וואָס איך האָב פֿאַרגליכן מיט דער „גרינער חגא‟ וואָס קריסטן פּראַווען זיבן וואָכן נאָך פּאַסכע. כ׳האָב טאַקע אָנגערופֿן דעם יום־טובֿ „זעלענע סוויאַטאָ‟ [„דער גרינער יום־טובֿ‟] — אַן אידיאָם וואָס מע זעט אין י. י. זינגערס זכרונות און װאָס מע הערט עד־היום פֿון עלטערע ייִדיש־רעדער און אויך בײַ זייערע קריסטלעכע שכנים. האָט מיר דער רעדאַקטאָר דערקלערט, אַז אַזוי קען פּשוט ניט זײַן; קיין שום אַנדערע רעליגיע האָט ניט געקענט באַאײַנפֿלוסן יהדות, און אַז ווײַטער זאָל איך שרײַבן וועגן עפּעס אַנדערש, לאָזנדיק רעליגיעזע פֿראַגעס צו ר׳ ברוכן.
איינער פֿון די יסודות פֿון דער חב׳׳ד־אידעאָלאָגיע, ווי באַקאַנט, באַשטייט אין דעם, אַז מע טאָר זיך ניט פֿאַרנעמען בלויז מיט יענע ייִדן וואָס זענען שוין פֿרום און גייען אין שיל; מע דאַרף זיך ווענדן אויך צו פֿרײַע ייִדן. אַזעלכע געסט קומען אויף יום־טובֿ ווי אויך אויף וועלטלעכע אונטערנעמונגען אין דער קהילה װי, למשל, באַגעגענישן מיט פּאָפּולערע שרײַבער, זינגער, קינסטלער און אַדוואָקאַטן. נישט לאַנג צוריק איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש מיטן באַרימטסטן רוסלענדישן שאַפֿער פֿון אַנימאַציע־פֿילמען, יורי נאָרשטיין. אײַנצולאַדן אַזעלכע געסט מוז קאָסטן דעם רבֿ נישט ווייניק מי — און אַ פּנים איז דער רבֿ טאַקע גרייט גוט צו האָרעװען כּדי צוצוציִען דעם וועלטלעכן עולם.
נישט אַלע משפּחות זענען פֿרום, דאָס רובֿ זענען דווקא פֿרײַע. אָבער זיי האַלטן פֿאָרט פֿון גיין אין שיל שבת. דאָס הייסט בײַ זיי זײַן אַ ייִד.
שבת קומען אין שיל אַרום 30־40 מענטשן; בדרך־כּלל, מענער. יום־טובֿ אויף מעריבֿ — ביז 150. די סאַמע אומדערוואַרטע סטאַטיסטיק איז אָבער יום־טובֿ אין דער פֿרי. ס׳רובֿ פֿון די מענטשן װאָס קומען צו שחרית זענען פֿרויען װײַל די מענער גייען צו דער אַרבעט, און דערפֿאַר פֿירן זייערע פּלוניתטעס דורך די רעליגיעזע אויפֿגאַבע, כאָטש זיי זעען אויס גאַנץ וועלטלעך. די רביצין, וואָס טראָגט אַ שייטל, שמועסט מיט די פֿרויען װאָס טראָגן קורצע הויזן, דערציילט זיי וואָס זענען די מיצוות בײַ פֿרויען, העלפֿט זיי בײַם דאַווענען – און דערבײַ לערנען זײ די רביצין אויס נײַע װערטער אויף גרוזיניש.
אין פֿאַרגלײַך מיט דער גרויסער כאָרשיל, וואָס איר עולם באַשטייט פֿון אינדיווידועלע גרים, קומען אין דער דאָזיקער שיל, קודם־כּל, פֿאַרמעגלעכע ייִדישע משפּחות. זיי פֿאָרן אַרום אַ סך און האָבן ליב מדינת־ישׂראל, גרוזיע, האָבן הנאה פֿון באַזוכן אַמעריקע און אייראָפּע אָבער קלײַבן אויס צו וווינען אין מאָסקווע, צום גרעסטן טייל – צוליב זייערע געשעפֿטן. דער עולם איז אַ סך וועלטלעכער ווי דער רבֿ - און פֿאָרט איז די קהילה זייער סטאַביל און תּמיד גרייט צוצוהעלפֿן דער שיל. באַזוכער וואָס קומען אַהין אויף שבת אָדער אויף יום־טוב ווערן פֿאַרחידושט פֿון דער ברײטהאַרציקער הכנסת־אורחים און פֿרײַנדלעכער אַטמאָספֿער.
„איר זענט אויסערגעװײנטלעך!‟ שרײַבט די רביצין אָפֿט אין דער פֿרויען־גרופּע פֿון „וואָטסאַפּ‟. אַז אַ רבֿ אָדער רביצין זאָל אַזוי לויבן די מתפּללים איז אין רוסלאַנד טאַקע אַ זעלטענע זאַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.