ווען איך בין געווען אַ קינד בין איך אַלע יאָרן געגאַנגען אין עפֿנטלעכע אַמעריקאַנער שולעס און איך געדענק, אַז אָנהייבנדיק אין דער עלעמענטאַר־שולע האָט מען יעדעס יאָר געמוזט ברענגען אַ צעטל פֿון סײַ אַ דענטיסט סײַ אַ מעדיצינישן דאָקטער צו ווײַזן אַז מ׳איז געזונט. ביידע דאָקטוירים האָבן געהאַט זייערע קאַבינעטן אויפֿן ערשטן שטאָק פֿון אַ דירות־הויז זייער נאָענט צו אונזער וווינונג. און כ’האָב זיי ביידע געהאַסט ווי סם.
ווען איך האָב אַליין געהאַט קינדער האָב איך זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ אַנדערע מאַמעס ווער ס׳איז דער בעסטער קינדער־דענטיסט און ווער — דער בעסטער פּעדיאַטריקער. זיי זענען, ווי איר ווייסט שוין, ספּעציאַליסטן נישט נאָר אין זייערע בראַנזשעס נאָר אויך אין ווי צו באַהאַנדלען קינדער. און מער ווי אַלץ זענען זיי און זייערע געהילפֿן, זייערע קראַנקן־שוועסטערס, צוגעלאָזענע מענטשן וואָס האָבן באמת ליב קינדער. זייערע קאַבינעטן זענען געווען אויסמעבלירט מיט טישעלעך און בענקעלער פּונקט די גרייס פֿאַר קינדער. זיי האָבן בילדערביכלעך פֿאַר קינדער און אַלערליי פּוכיקע חיהלעך כּדי די קינדער צו פֿאַרווײַלן. די בילדער אויף די ווענט זענען אָפֿט מאָל אילוסטראַציעס פֿון באַקאַנטע מעשׂה־ביכלעך. די דאָקטוירים רעדן געלאַסן צו די קינדער, שמייכלען צו זיי. ווען די יונגע פּאַציענטן זיצן שוין אין הויכן בענקל און מ’האָט זיי שוין באַדעקט מיט אַ ראָזעווען אָדער בלויען פֿאַרטוך דרייט מען פֿאַר זיי אָן אַנימאַציע־פֿילמען פֿון זייערע באַליבטסטע חיהלעך און פּערסאָנאַזשן.
בקיצור, וואָס טוען זיי נישט? זיי שטעלן זיך אַזש אויף די קעפּ אַז די טײַערע, קליינינקע נשמהלעך וואָס מ’ברענגט צו זיי זאָלן נישט קיין מורא האָבן בעת זיי זענען דאָרטן דאָ און אויך נישט האָבן קיין מורא צוריקצוקומען.
צום סוף, דאָס לעצטע און דאָס בעסטע איז ווען זיי גייען שוין אַהיים, גיט מען זיי אַ לעקערל באַזיסט נישט מיט אמתן צוקער נאָר אפֿשר סטעוויע, וואָס שאַדט נישט די ציין. ס’איז מיר אַ וווּנדער וואָס די קינדער וויינען נישט ווען זיי מוזן אַהיימגיין. און ס’איז כּמעט די זעלביקע זאַך ווען מע מוז זיי נעמען צון אַ דאָקטער צו באַקומען די פֿאַרשיידענע אײַנשפּריצונגען קעגן די צענדליקער קינדערקרענק מיט וועלכע זיי קענען זיך אָנשטעקן: פּאָקן, מאָזלען, קײַכהיס, טובערקולאָז, מענינגיט, שיגעלע, גריפּע אאַז״װ.
און וואָסערע דענטיסטן און דאָקטוירים האָב איך געהאַט? אויף אַלע מײַנע שׂונאים געזאָגט געוואָרן. איך קען די איבערלעבונגען נישט גענוי באַשרײַבן ווײַל פּונקט ווי נאָך אַ פּסיכישער אויפֿטרייסלונג האָט מען קאָשמאַרן וועגן זיי אָדער מע פֿאַרשטיקט זיי אין גאַנצן. איך געדענק נישט אַז איך זאָל האָבן געהאַט קאָשמאַרן, אָבער אין גאַנצן פֿאַרשטיקט האָב איך זיי אויך נישט. דאָס וואָס איך שרײַב איז וואָס איך געדענק פֿון די קינדער יאָרן.
דער דענטיסט איז געווען אַ דאַרער און דער דאָקטער — אַ גראָבער, אָבער זיי האָבן געהאַט כּמעט דעם זעלבן פּנים. בײַ מיר האָבן ביידע פּנימער זיך צונויפֿגעגאָסן ווי איין געזיכט ווײַל איך האָב פֿאַר זיי ביידע מורא געהאַט און ביידן פֿײַנט געהאַט. דאָס פֿאַראייניקטע פּנים איז געווען מיאוס און בייז מיט דיקע שוואַרצע ברעמען וואָס קומען זיך צונויף אין אַ טיפֿן קנייטש איבער אַ ברייטער, רויטער בולבע־נאָז און דינע, צוזאַמענגעקוועטשטע ליפּן וואָס האָבן שוין לאַנג פֿאַרגעסן ווי צו שמייכלען.
די וואַרטצימערן זענען מיר אויך געווען ענלעך: טונקל און שטענדיק געפּאַקט מיט מענטשן, מיט אַ ריח פֿון נאַסער וואָל און אַלטע לײַט. עס דאַכט זיך מיר, אַז מיר האָבן אַלע מאָל געוואַרט אַ לאַנגע צײַט און איך האָב נישט געקענט אײַנזיצן. ווען איך האָב זיך אויף אַ סעקונדע אויפֿגעשטעלט האָט עמעצער פֿאַרנומען מײַן אָרט און ס’האָט זיך מיר ווידער געוואָלט זיצן. ווען כ’האָב זיך אַראָפּגעגליטשט אויף דער פּאָדלאָגע האָט די מאַמע אָנגהויבן צו שרײַען: ”הייב זיך אויף. די פּאָדלאָגע איז ברודיק.“ כ’האָב פֿאַר זיך נישט געקענט געפֿינען קיין אָרט.
בין איך געווען צופֿרידן ווען מ’האָט אונדז אַרײַנגערופֿן אינעווייניק, אָבער דאָרט איז מיר אויך נישט געווען אַזוי אײַ־אײַ־אײַ ווײַל דער דענטיסט האָט מײַן קאָפּ צוריקגעוואָרפֿן און מיר אָנגעהויבן צו ציִען די ליפּן אַהין און אַהער און מיך זייער וויי געטאָן. כ’האָב געװײנט אָבער זיצדניק אין אַזאַ פּאָזיציע — מיט דער גאָמבע אַרויף און די ליפּן צעצויגן איז אַרויסגעקומען אַ קלאַנג ווי אַ האַלב־געשאָכטענע בהמה.
”שווײַג!“ האָט די מאַמע געזאָגט, האָב איך די טרערן צוריקגעשלונגען. די גאַנצע צײַט האָב איך געהאַט די אויגן שטאַרק פֿאַרמאַכט. ווען כ’האָב זיי סוף־כּל־סוף געעפֿנט האָב איך זיך גוט דערשראָקן. כ’האָב געזען פֿאַר זיך אַ בילד פֿון אַ קליין דערשראָקן ייִנגל וואָס זיצט, ווי איך, אין אַ גרויס בענקל אין אַ דענטיסטס קאַבינעט מיטן מויל פֿאַרצויגן ווי איך און עס שטייען בײַ אים טרערן אין די אויגן. כ’האָב געמייט אַז איך בין אין גיהנום, כאָטש דעמאָלט האָב איך נישט געוווּסט וואָס דאָס איז. ווען דער דענטיסט האָט געזאָגט איין וואָרט: ”גוט!“ אָפּגעלאָזט מײַנע צעצויגענע ליפּעלעך און גענומען אונטערשרײַבן דאָס שולצעטל, בין איך נאָך געזעסן ווי פֿאַרגליווערט, ווײַל כ’האָב מורא געהאַט זיך צו רירן פֿון אָרט און די מאַמע האָט מיך גענומען שלעפּן בײַ דער האַנט. כ’האָב שוין נישט געהאַט קיין כּוח צו וויינען.
באַלד נאָכן דענטיסט זענען מיר אינעם זעלבן טאָג געגאַנגען צום דאָקטער מיר צו מאַכן די נייטיקע אײַנשפּריצונגען, ווײַל די מאַמע האָט בײַם בעל־הבית געפּועלט אַ פֿרײַען טאַג, האָט זי געוואָלט דערליידיקן ביידע זאַכן מיט איין מאָל.
דער דאָקטער האָט מיך אָנגעקוקט ווי עפּעס אַן אָנשיקעניש, געגעבן אַ רײַס אַרויף מײַן אַרבל, אַרײַנגעשטאָכן צוויי גרויסע נאָדלען אין מײַן דאַרן אָרעמל און מער געדענק איך נישט ווײַל ווען אין האָב זיך אויפֿגעוועקט בין איך געווען אין מײַן אייגן בעטל בײַ זיך אין דער היים. כ’האָב געמוזסט חלשן.
אַוודאי וועט מיך קיינער נישט פֿרעגן ווער מײַן דאָקטער איז געווען בעת מײַנע קינדעריאָרן, אָבער אויב יאָ וואָלט איך געענטפֿערט: דאָקטער מענגעלע.
ווי אַ דערוואַקסענער גיי איך איין מאָל אין יאָר צום דענטיסט און אַז מע מוז מיך עפּעס טאָן בעט איך מ’זאָל מיך אַנטשלייפֿן. אָבער די מורא פֿאַר אײַנשפּריצונגען איז בײַ מיר געבליבן זייער שטאַרק און ווי ווײַט מעגלעך מײַד איך זיי אויס. אָבער נישט אַלע אײַנשפּריצונגען קען מען אויסמײַדן.
ווען כ’האָב דאָס ערשטע מאָל פֿאַרשוואַנגערט האָט דער אָבסטעטריקער מיר געזאָגט אַז איך מוז גיין אין דער שפּיטאָלס לאַבאָריטאָריע און זיך לאָזן מאַכן אַ סעריע בלוטפּראָבעס. נאָך זעקס חדשים האָט ער נאָך אַלץ נישט באַקומען די רעזולטאַטן פֿון די בלוטפּראָבעס, איז ער געוואָרן אויף מיר אין כּעס. ער האָט מיך געוואָרנט אַז אויב ער באַקומט נישט די רעזולטאַטן די זעלבע וואָך וועט ער נישט אָפּנעמען דאָס קינד.
כ’האָב געזען אַז ער שפּילט זיך דאָ נישט אַרום, אַז ער מיינט דאַס אויף אַן אמת. האָב איך באַלד געקלונגען אין לאַבאָראַטאָריע און געמאַכט אַ באַשטעלונג טאַקע דעם זעלבן טאָג. איך בין געווען אַ ביסל נערוועז אָבער כ’האָב זיך געפּרוּווט אַליין באַרויִקן: ביסט אַ בהמה! אַן אײַנשפּריצונג טוט מער נישט ווײַ ווי אַ ביס פֿון אַ קאָמאַר, און ווען דו קוקסט אַוועק פֿילסטו דאָס אין גאַנצן נישט. גוט! גוט! איך וועל זאָגן אַז איך מוז ליגן. איך וועל נישט קוקן וואָס מע טוט און איינס און צוויי וועל איך ווידער שטיין אויף די פֿיס און קענען גיין אײַנקויפֿן אויף שבת.
און אַזוי האָב איך געטאָן. כ’בין געלעגן. די שטילע הייסע טרערן זענען מיר אַרײַן אין די אויערן אָבער כ’האָב זיך געמאַכט נישט וויסנדיק. די גאַנצע מעשׂה האָט נישט גענומען זייער לאַנג. כ’האָב זיך אויפֿגעשטעלט, אויסגעגלעט דאָס שוואַנגערקליידל איבערן בײַכל, גענומען אַ טיפֿן אָטעם און פּאַמעלעך געגאַנגען צום ליפֿט. אין ליפֿט האָב איך די פּלייצע אָנגעלענט אין אַ וואַנט און ס’איז מיר מיט אַ מאָל געוואָרן שוואַרץ פֿאַר די אויגן. כ’האָב זיך נישט־װעלנדיק אַראָפּגעלאָזט צו דער פּאָדלאָגע ביז איך בין דאָרט געזעסן ווי אַ גרויסע אָנגעשטופּטע ליאַלקע מיטן קאָפּ אָן אַ זײַט. ווען כ׳האָב ווידער געעפֿנט די אויגן, בין איך שוין געווען אינעם נויטזאַל אַרומגערינגלט מיט דאָקטוירימלעך.
”װאָס איז? וווּ בין איך? אוי, פֿאַרוואָס שטעקט איר מיך מיט נאָדלען? ווײַזט אויס, כ׳האָב געחלשט פֿון די בלוטפּראָבעס. ניין! שטעך מיך נישט מער.“
”דו שוואַנגערסט,“ האָט איינער געזאָגט.
”יאָ, איך ווייס!“ האָב איך דעם גרויסן חכם געענטפֿערט. ”כ’האָב געחלשט פֿון מורא. ווײַטער איז מיר גאָרנישט.“
”מיר מוזן דאָס אָבער פֿאַרזיכערן.“
און מ’האָט בײַ מיר ווידער געצויגן בלוט, און מיך ווידער געשטאָכן איין מאָל נאָכן אַנדערן ביז כ’האָב זיך דערפֿילט ממש ווי אַ נאָדל־קישעלע. צום סוף האָבן זיי געמוזט מודה זײַן אַז ס’איז מיר גאָרנישט שלעכטס געשען, אָבער געשריבן האָבן זיי דעם דיאַגנאָז אין קאָמפּליצירטע, טעכנישע, מעדיצינישע טערמינען אויף לאַטײַניש, און מיר געזאָגט אַז איך מעג אַהיימגיין. די גוטע נײַעס איז אַז זינט דעמאָלט שרעק איך זיך מער נישט אַזוי פֿאַר אײַנשפּריצנגען.
מײַן לעבנסלאַנגער שרעק פֿאַר דענטיסטן האָט זיך אויך לעצטנס אויסגעלאָזט צום גוטן.
מײַן לעצטער דענטיסט וואָס האָט מיך אַלע מאָל גוט צעבלוטיקט אַפֿילו ווען ער האָט בײַ מיר בלויז געפּוצט די ציין איז סוף־כּל־סוף עובֿר־בטל געוואָרן. נאָכן זײַן מײַן דענטיסט דרײַסיק יאָר לאַנג האָט ער אַפֿילו נישט געוווּסט ווער איך בין ווען איך האָב אים געקלונגען. כ׳האָב אים צוריקגעקלונגען מיט אַ וואָך שפּעטער און דער נומער איז שוין נישט געווען קיין גילטיקער. ווען כ’האָב צו אים געקלונגען אַהיים האָט דאָס ווײַב געזאָגט אַז ער האָט פֿאַרמאַכט דעם קאַבינעט און מיר געגעבן דעם טעלעפֿאָן פֿון אַן אַנדער דענטיסט. ווער ווייסט ווער דער אַנדערער איז. עטלעכע טעג האָב איך גאָרנישט געטאָן, אָבער אין איינעם אַ שיינעם טאָג האָט עמעצער פֿון דעם נײַעם דענטיסטס קאַבינעט געקלונגען צו מיר און געװאָלט וויסן ווען איך וויל מאַכן אַ באַשטעלונג אַרײַנצוקומען. דאָס איז פֿאַר מיר געווען אַ גרויסער חידוש. וואָסער דענטיסט דאַרף נאָכיאָגן פּאַציענטן? גוטע דאָקטוירים האָבן אַזוי פֿיל פּאַציענטן אַז זיי נעמען נישט אָן קיין נײַע, און אַפֿילו די אַלטע מוזן וואַרטן חדשים לאַנג כיבע ס’איז אַ נויטפֿאַל. דאָס קלינגען פּאַציענטן האָט אויף מיר נישט געמאַכט קיין גוטן אײַנדרוק. סאַראַ קליענטן־כאַפּער!!
ערשט דעמאָלט האָב איך זיך דערמאָנט אַז איינע פֿון מײַנע גוטע פֿרײַנדינעס האָט טאַקע לעצטנס זייער געלויבט איר דענטיסט, און ער געפֿינט זיך דווקא נישט ווײַט פֿון מיר. דער ריינער אמת איז אַז כ’האָב אין גאַנצן נישט געוואָלט טראַכטן פֿון דענטיסטן, אָבער איך טרינק אַ סך טיי און ווען כ’האָב באַמערקט אַז מײַנע ציין זענען נישט אַזוי ווײַס ווי כ’וואָלט געוואָלט האָב איך בײַ דער פֿרײַנדינע גענומען דעם טעלעפֿאָן און אָנגעקלונגען אַהין. כ’האָב געקראָגן אַ באַשטעלונג אין דרײַ וואָכן אַרום. נישקשה. כ’האָב צײַט.
איך דאַרף אײַך נישט זאָגן אַז כ’האָב נישט אַרויסגעקוקט אויף דער באַשטעלונג און די דרײַ וואָכן זענען צו גיך אַדורך. ווען כ’וואָלט געהאַט אַ צאָנווייטיק וואָלט איך געמוזט גיין באַלד, אָבער סתּם צו באַקומען אַ גלאַנצנדיקן שמייכל קען איך צוּוואַרטן. כ’וועל שמייכלען ווייניקער, כ’וועל נישט שמייכלען אַזוי ברייט. אָבער אָפּגעלייגט האָב איך נישט, און ווען דער טאָג איז געקומען און כ׳בין אָנגעקומען אַהין, האָב איך באַדויערט וואָס כ’האָב אַזוי לאַנג געוואַרט.
דער בנין איז געווען אַ שיינער און ווען כ’בין אַרויס פֿון ליפֿט האָב איך דערזען בײַם סוף פֿון קאָרידאָר דעם דענטיסטס קאַבינעט – פֿון בלישטענדיקן גלאָז און בליאַסקענדיקע קרישטאַלענע לוסטרעס. כ’האָב נאָך אַ מאָל געגעבן אַ קוק אויפֿן נומער פֿון ביוראָ צו זען צי איך בין אפֿשר נישט פֿאַרקראָכן ערגעץ. מיט מײַן שוואַכן חוש פֿאַר ריכונג וואָלט דאָס געווען אין גאַנצן מעגלעך. אָבער ניין. דער נומער איז ריכטיק און דער נאָמען אויף דער טיר שטימט. האָב איך זיך אויסגעשטרעקט אַ ביסל גלײַכער, אויפֿגעהויבן די גאָמבע און בין אַרײַנגעגאַנגען אין אַ צימער וואָס האָט מיר אויסגעזען ממש ווי אַ חתונה־זאַל. אָבער ניין, ווידער נישט געטראָפֿן. דרײַ שיינע אַסיסטענטקעס מיט בלענדנדיקע ווײַסע שמייכלען האָבן מיך מקבל־פּנים געווען. איינע האָט געפֿרעגט ווי איך הייס, אַ צווייטע האָט בײַ מיר גענומען דעם מאַנטל, די דריטע האָט מיך צוגעפֿירט צו אַ בענקל און מיך געבעטן וואַרטן ווײַל איך בין געקומען מיט עטלעכע מינוט פֿרי. זי האָט געפֿרעגט צי איך וויל מ’זאָל מיר ברענגען שוימוואַסער.
איך האָב נאָר געשאָקלט מיטן קאָפּ אויף ניין ווײַל רעדן האָב איך נישט געקענט. כ’האָב זיך נאָר וואָס געהאַט אַוועקגעזעצט ווען די ציין־היגיענערקע איז צוגעקומען און מיט אַ וואַרעמען שמייכל מיך געבעטן קומען מיט איר. מיט איין האַנט האָט זי גענומען מײַן טאַש און מיט דער אַנדערער האָט זי מיר געגעבן זונברילן („כּדי דער אָפּשײַן פֿון די לאָמפּן זאָל דיר נישט פֿאַרבלענדן די אויגן װי בײַ דער אויספֿאָרשונג פֿון אַן אַרעסטאַנט,‟ האָט זי דערקלערט), און מיר געהייסן זיך זעצן אין אַ שיינעם בלויען שעז־לאַנג. די לופֿט האָט געשמעקט מיט לאַווענדל. פֿאַר זיך אויף אַ קליינעם עקראַן האָב איך געזען אַ פּלאַזשע מיט כוואַליעלעך וואָס לעקן אַ צוקער־ווײַסן זאַמדיקן ברעג, וווּ ס’האָבן זיך געוויגט פּאַלמען־ביימעלעך צו דער באַגלייטונג פֿון זיסער פּיאַנע־מוזיק און כוואַליע־קלאַנגען. איך בין געווען אין גאַנצן פֿאַרכּישופֿט. כ’האָב פֿאַרגעסן וווּ איך בין און פֿאַרוואָס איך בין אַהינגעקומען. דאָס האַרץ־קלאַפּעניש האָט זיך בײַ מיר דערשטילט און איך האָב אַפֿילו נישט געהערט אַז די היגיענערקע רעדט צו מיר. זי האָט מיך געמוזט אָנטאַפּן בײַם אַקסל.
”וואָס? וואָס?“ האָב איך גאָזאָגט.
”װילט איר אַ וואַרעם האַלדזקישעלע?“
”וואָס איז דאָס אַזוינס?“ האָב איך געפֿרעגט.
”עס וועט אײַך אָפּשפּאַנען.“
”אָבער דער האַלדז איז מיר נישט קאַלט. די הענט יאָ,“ האָב איך געכיכעט.
”וועל איך אײַך ברענגען צוויי. איינס פֿאַרן האַלדז און איינס פֿאַר די הענט.“
און אַזוי האָט זי געטאָן.
איך האָב זיך געפֿילט צעפּיעשטשעט ווי אַ קינד אויף דער מאַמעס שויס. כ’האָב געמוזט אײַנדרעמלען ווײַל כ’האָב זיך אויפֿגעכאַפּט ווען כ’האָב דערפֿילט אַ וואַרעם טיכל אויפֿן פּנים.
”אַלץ איז פֿאַרטיק. אַלץ איז גוט!“ האָט די היגיענקע געזאָגט מיט אַ שמייכל.
כ’האָב זיך געשעמט: ”זײַ מיר מוחל. כ’מיין אַז איך האָב דאָ געכאַפּט אַ דרעמל.“
”זאָרגט זיך נישט,“ האָט זי געענטפֿערט. ”מיר ווילן אַז איר זאָלט זיך פֿילן באַקוועם. מײַן אַרבעט איז פֿאַרטיק. דער דאָקטער קומט באַלד געבן אַ קוק.‟
דער דענטיסט איז שוין דאָרט געשטאַנען. ער האָט אונטערגעזונט בײַ מיר די צונג און די דריזן אונטער דער גאָמבע און געזאָגט אַז אַלץ איז אין אָרדענונג.
איך האָב באַצאָלט, געמאַכט אַ צווייטע באַשטעלונג און מע האָט מיך צוגעטראָגן דעם מאַנטל און אַ קליינע פּלאַסטישע טאָרבע מיט אַ נײַעם ציינבערשטל, ציינפּאַסטע און פֿאַרשיידענע אַנדערע נוציקע זאַכן: ווי מע זאָגט אויף ענגליש ”אַ גודי בעג‟.
איידער איך בין אַרויס האָט עמעצער מיך געפֿרעגט: ”וואָס קענען מיר בעסער טאָן דאָס צווייטע מאָל ווען איר קומט צוריק?“
איצט מיט די ריינע, שיינע געפּוצטע ווײַסע ציין האָב איך זיך ברייט צעשמייכלט און געענטפֿערט: ”קען מען מיר מאַכן אַ פּעדיקיר?“
און אַלע האָבן זיך צעלאַכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.