לעצטנס האָט די באַקאַנטע ליציטאַציע־פֿירמע Sotheby’s פֿאַרקויפֿט צענדליקער חפֿצים, וואָס האָבן אַמאָל באַלאַנגט צום באַקאַנטן זינגער און אַקטיאָר פֿרענק סינאַטרע און זײַן פֿרוי באַרבאַרע. צווישן זיי איז געווען אַ יאַרמלקע, באַצירט מיט מוזיקאַלישע נאָטן און סינאַטרעס נאָמען. עמעצער, וואָס האָט נישט אָנגעגעבן זײַן נאָמען, האָט געקויפֿט די יאַרמלקע פֿאַר $10,000.
הגם סינאַטרע איז געװען אַ קאַטאָליק פֿון איטאַליענישן אָפּשטאַם, איז ער במשך פֿון זײַן גאַנצער קאַריערע געווען באַקאַנט ווי אַ ליבהאָבער פֿון ייִדן און אַ שטיצער פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג און נאָך איר גרינדונג – מדינת־ישׂראל. ער האָט אויך געהאָלפֿן אונטערצושטיצן אַ ריי ייִדישע אינסטיטוציעס אין זײַן היימשטאַט, ניו־דזשערזי.
צוליב דעם וואָס סינאַטרע איז אָפֿט אויפֿגעטראָטן אין די קאַזינאָס און נאַכטקלובן פֿון אַטלאַנטיק־סיטי, איז ער געווען גוט באַקאַנט מיט די ייִדישע אײַנװוינער אין די אַרומיקע שטעט און דערפֿער לעבן דעם ברעג־ים פֿון ניו־דזשערזי. נאָך דעם וואָס מע האָט געמאָלדן וועגן דער יאַרמלקע אין דער פּרעסע, האָבן די גראַדואַנטן פֿון דער „העברעיִשער אַקאַדעמיע פֿון אַטלאַנטיק־קאַונטי‟, געלאָזט וויסן דער ייִט׳׳אַ, אַז סינאַטרע האָט באַקומען די יאַרמלקע אויף אַ באַנקעט לטובֿת זייער אַמאָליקער טאָגשול אין מאַרגײט, ניו־דזשערזי. דער באַנקעט איז פֿאָרגעקומען אין 1981 אינעם באַקאַנטן כּשרן האָטעל אין אַטלאַנטיק־סיטי – „טעפּליצקיס‟.
איין גראַדואַנטקע, פּאָלין שוואַרץ, האָט בײַ זיך אַ פֿאָטאָגראַפֿיע וואָס ווײַזט ווי איר טאַטע, דער זשורנאַליסט שמואל „סאָני‟ שוואַרץ, גיט סינאַטרע די יאַרמלקע. דער באַקאַנטער זינגער איז, אַ פּנים, געקומען אויפֿן באַנקעט ווײַל זײַן ייִדישער חבֿר און אָפֿטער מיטשפּילער, דער קאָמעדיאַנט דזשאָוי בישאָפּ (פֿון דער היים: יוסף אַבֿרהם גאָטליב) האָט יענעם אָװנט געדינט ווי דער קאָנפֿעראַנסיע. עס זענען אויך אויפֿגעטראָטן בישאָפּס און סינאַטרעס חבֿרים, דער קאָמעדיאַנט דזשערי לויִס און דער זינגער סעמי דייוויס דזשוניאָר.
„עס מאַכט אַן אײַנדרוק וואָס ער האָט די יאַרמלקע אַזוי פֿיל יאָרן געהאַלטן,‟ האָט שװאַרצעס טאָכטער געזאָגט. „דאָס איז טאַקע געװען אַן אומגלײבלעכער אָװנט, װען אַזוי פֿיל באַרימטע פּערזענלעכקײטן זענען געקומען בלויז צו באַערן די ייִדישע טאָגשול אין מאַרגייט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.