צי מיר כאַפּן זיך, צי נישט, שטייען פֿאַר אונדז אָפֿט קליינע עטישע מאָמענטן, וווּ מיר מוזן גיך באַשליסן ווי צו רעאַגירן דערויף. אַ יונגערמאַן קומט אַרײַן אין דער אונטערבאַן, בעטנדיק אַ נדבֿה אָדער עפּעס צו עסן. איר קענט אים איגנאָרירן אָדער איר קענט אים דערלאַנגען די באַנאַנע וואָס איר האָט געהאַט אײַנגעפּאַקט אויף אַן איבערבײַסן.
אָדער אַ צװײטן משל: אַ שכנה האָט לעצטנס דורכגעמאַכט כעמאָטעראַפּיע און כאָטש איר ווייסט אַז איר וואָלט זי געדאַרפֿט מבֿקר־חולה זײַן, קווענקלט איר זיך ווײַל איר ווייסט נישט וואָס צו זאָגן אַ מענטשן אין אַזאַ מצבֿ.
אַ מאָל קומט אָבער אַ מאָמענט וווּ אײַער באַשלוס קאָן ממש באַשטימען דעם גורל פֿון אַ מענטשנס לעבן, און טאַקע וועגן אַזאַ פֿאַל וויל איך אײַך דערציילן.
געשען איז עס מיט עטלעכע וואָכן צוריק, אין אַ שבת אינדערפֿרי. אַהיימשפּאַצירנדיק פֿון שיל האָב איך געקלערט וועגן אַ טשיקאַווער זאַך וואָס אַ חבֿר האָט מיר ערשט געהאַט געוויזן. אין פּרשת וישבֿ לייענט מען צוויי מאָל דעם זעלבן אויסדרוק: „הכּר־נא!‟ — אַ באַפֿעל וואָס מיינט „דערקען דאָס!‟ און דאָס זענען די איינציקע צוויי מאָל אין גאַנצן תּנ״ך ווי מע זעט דאָס. האָב איך — ווי כ׳וואָלט געווען אַ פֿאָרשער פֿון אַ ליטעראַריש ווערק — גענומען קלערן, וואָס מיינט טאַקע די אייגנאַרטיקע פֿראַזע?
דאָס ערשטע מאָל וואָס מע זעט „הכּר־נא!‟ איז אין קאַפּיטל 37, פּסוק 32, גלײַך נאָך דעם ווי יוספֿס ברידער רײַסן אַראָפּ זײַן באַליבט געשטרײַפֿט העמדל און פֿאַרקויפֿן יוספֿן צו אַ באַנדע סוחרים פֿון מדין. כּדי דער טאַטע, יעקבֿ אָבֿינו, זאָל זיך נישט דערוויסן וואָס זיי האָבן אָפּגעטאָן, טונקען די ברידער אײַן יוספֿס העמדל אין ציגנבלוט און טראַכטן אויס אַ מעשׂה אַז אַ בייזע חיה האָט אים פֿאַרצוקט. זיי ברענגען דאָס פֿאַרבלוטיקטע העמדל צום טאַטן מיט די ווערטער: „דאָס האָבן מיר געפֿונען; הכּר־נא! דערקען אַקאָרשט אויב דאָס איז דײַן זונס העמדל אָדער ניט.‟
דאָס צווייטע מאָל וואָס מיר זעען דעם אויסדרוק איז, ווי געזאָגט, אין דער זעלבער פּרשה, נאָר שפּעטער (פֿאַקטיש — יאָרן שפּעטער), אין פּרק 38: יוספֿס ברודער, יהודה, פֿאַרברענגט אַ נאַכט מיט אַ זונה, נישט־וויסנדיק אַז די פֿאַרשטעלטע פֿרוי איז זײַן שנור, די אַלמנה תּמר. ווען יהודה דערוויסט זיך אַז זײַן שנור שוואַנגערט, איז ער גרייט — ווי אַלע אַנדערע — זי צו פֿאַרמישפּטן צום טויט, ביז זי דערווײַזט אויף אַ קלוגן אופֿן אַז ער איז פּונקט אַזוי שולדיק ווי זי. זי אַנטפּלעקט פֿאַרן עולם די דרײַ זאַכן וואָס זי האָט געהאַט געמאָנט בײַ אים פֿאַר ערבֿות־געלט (collateral בלע״ז) ווען זיי זענען געשלאָפֿן צוזאַמען: זײַן ציגלרינג, זײַן שנור און זײַן שטעקן. זי שטעלט זיך אַוועק פֿאַרן עולם מיט די דרײַ זאַכן זײַנע און דערקלערט: „הכּר־נא! — דערקען דאָס!‟
קלערנדיק װעגן דעם אינטערעסאַנטן אויסדרוק, האָב איך מיט אַ מאָל דערזען, בלויז איין בלאָק פֿון מײַן שטוב, ליגט אין מיטן גאַס, לעבן אַ קאַמיאָנעט („מיניוואַן‟), אַן עלטערער מענטש — באָרוועס, דער קאָפּ און פֿיס צעבלוטיקט, און איבער אים קניִען צוויי יונגע פֿרויען, בערך אין די 20ער. איינע, מיט אַן אָראַנזשענעם פּאַס אין די האָר, שרײַט: „איך בעט דיך, ענטפֿער מיר! זאָג עפּעס!‟ און די צווייטע רעדט אויף דער מאָבילקע — אַ פּנים, מיט 911 (דער אַמעריקאַנער נויטפֿאַל־ליניע) און זאָגט: „יאָ, מיר דאַכט זיך אַז זי אָטעמט אָבער איך בין נישט זיכער!‟
מיט אַ מאָל האָט די פֿרוי אויפֿן טעלעפֿאָן מיך דערזען און געפֿרעגט: „ביסטו אַ דאָקטער?‟
„ניין, צום באַדויערן,‟ האָב איך צוריקגערופֿן. כ׳האָב באַמערקט אַז אויף דער ווינטשויב פֿונעם קאַמיאָנעט ליגט אַ בלאָנדער קוטשעראָווער פּאַרוק, האָב איך משער געווען אַז דער פֿאַרוווּנדיקטער איז אַ פֿרוי, וועמעס פּאַרוק איז אַראָפּגעפֿאַלן בעת דעם אַקצידענט, כאָטש פּינטקלעך וואָס ס׳איז געשען האָב איך נישט געוווּסט. דערווײַל האָט זיך שוין געהאַט צונויפֿגעקליבן אַ היפּש ביסל מענטשן אַרום דער סצענע און אַלע וואַרטן אויפֿן אַמבולאַנס. גייען פֿאַרבײַ 5 מינוט, 8 מינוט, 10 מינוט — גאָרנישט.
פּלוצלינג דערמאָן איך זיך אַז ווען מע קלינגט אָן צו „הצלה‟, דער ייִדישער אַמבולאַנס־באַדינונג, קומט דער אַמבולאַנס אָפֿט מאָל גיכער ווי אַ שטאָטישער. דעם טעלעפֿאָן האָב איך נישט געקענט אויף אויסנווייניק, בין איך אַהיימגעלאָפֿן און דאָרט אָנגעקלונגען דעם נומער. זיי האָבן מיך געפֿרעגט וווּ דער אַקצידענט איז געשען, מיך באַדאַנקט און גלײַך אויפֿגעהאָנגען. כ׳בין צוריקגעלאָפֿן צו דער סצענע און דערזען ווי אַ מאַנסביל טראָגנדיק אַ יאַרמלקע און אַן אָנצוג לויפֿט צו צו דער פֿרוי — מסתּמא אַ וואָלונטיר פֿון „הצלה‟. דערנאָך זענען אָנגעקומען די פֿײַער־לעשער און פּאָליציי, און סוף־כּל־סוף — דער אַמבולאַנס. די פֿרוי מיטן אָראַנזשענעם פּאַס אין די האָר האָט מען אַוועקגעפֿירט, אַ כליפּענדיקע, אין אַ צווייטן אויטאָ.
די סצענע האָט מיך, אַוודאי, שטאַרק באַאומרויִקט. שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט פֿון די אָרטיקע נײַעס־באַריכטן, אַז דער קאַמיאָנעט האָט טאַקע געטראָפֿן די פֿרוי. זי האָט אָבער נישט אויסגעהאַלטן די טראַוומע און איז געשטאָרבן אויפֿן וועג אין שפּיטאָל. געהייסן האָט זי ביטריס כּהן, זי האָט ערשט מיט אַ טאָג פֿריִער געהאַט געפּראַוועט איר 89סטן געבוירן־טאָג און האָט לעצטנס אָנגעהויבן גיין אויף פֿאָלקסטענץ־קלאַסן. „דאָס איז נישט געווען איר צײַט אויסצוגיין,‟ האָט איר טאָכטער, דזשודי, געזאָגט דעם רעפּאָרטער.
בײַם דערהערן די ביטערע בשׂורה איז מיר געוואָרן שווער אויפֿן האַרצן און כ׳האָב דערפֿילט אַ ברויזנדיקן כּעס צו דער ניו־יאָרקער אַמבולאַנס־באַדינונג, צוליב דעם װאָס דער אַמבולאַנס איִז אָנגעקומען מער ווי 15 מינוט נאָך דעם ווי מע האָט געקלונגען צו איר. כ׳האָב זיך אָבער געכאַפּט אַז דער אומגליק איז אויך געווען מײַן אייגענער „הכּר־נא‟־מאָמענט. ס׳רובֿ פֿון אונדז זענען נישט קיין דאָקטוירים אָדער ראַטיר־אַרבעטער. מיר ווייסן נישט ווי דורכצופֿירן די ערשטע הילף אַ פֿאַרוווּנדיקטן, פֿאַרלאָזן מיר זיך אויף אַנדערע דאָס צו טאָן. אָבער אַ מאָל טרעפֿט אַז מיר קענען יאָ עפּעס טאָן. ווען יענע יונגע פֿרוי האָט געקוקט צו מיר, פֿרעגנדיק: „ביסטו אַ דאָקטער?‟ האָב איך געדאַרפֿט פֿאַרשטיין, אַז אין דעם פֿאַל קען איך דווקא יאָ העלפֿן — כ׳קען אָנקלינגען צו אַ צווייטער אַמבולאַנס־באַדינונג, וואָס איך ווייס אַז זי קומט אָפֿט מאָל גיכער ווי די שטאָטישע. ווער ווייסט, אפֿשר וואָלט דער אונטערשייד פֿון 5־8 מינוט געקאָנט בײַטן דעם גורל פֿון ביטריס כּהנס לעבן.
אַ מאָל האָט מען טאַקע נישט קיין ברירה און מע דאַרף זיך פֿאַרלאָזן אויף אַנדערע צו טאָן די אַרבעט. פֿון צײַט צו צײַט מוז מען אָבער אַליין נעמען דעם איניציאַטיוו. דער עיקר: שעמט זיך נישט. דערקענט אײַער אייגענעם כּוח. הכּר־נא.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.