נפֿתּלי בענעט, דער הויפּט פֿון דער פּאַרטיי „הבית היהודי‟ [די ייִדישע היים], און די צווייטע פּאַרטיי־פֿירערין איילת שקד האָבן געמאָלדן אַז זיי פֿאַרלאָזן די פּאַרטיי און גרינדן אַ נײַע אַליאַנץ פֿיר חדשים פֿאַר די נאַציאָנאַלע וואַלן.
בענעט, וואָס האָט געדינט ווי דער בילדונג־מיניסטער אין פּרעמיער בנימין נתניהוס רעכט־ליניקער רעגירונג, און שקד, וועלכע האָט געדינט ווי איר יוסטיץ־מיניסטאָרין, האָבן שבת־צו־נאַכטס אין תּל־אָבֿיבֿ אַנאָנסירט אַז זיי פֿאַרלייגן אַ פּאַרטיי, „הימין החדש‟ [דער נײַער רעכטער פֿליגל], וואָס זיי האָבן באַצייכנט ווי אַ פּאַרטיי וווּ פֿרומע און פֿרײַע ישׂראלים וועלן ווערן „פֿולע, גלײַכע שותּפֿים‟.
„דעם פּרעמיער דאַכט זיך אַז ער האָט די רעליגיעזע ציוניסטן אין קעשענע און אַז וויפֿל ער זאָל זיי נישט באַעוולען וועלן זיי אים נישט פֿאַרלאָזן,‟ האָט בענעט געזאָגט בעת דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ. „דערפֿאַר האָבן מיר זיך גענייטיקט אין אַ נײַער פּאַרטיי.‟ שולי מועלם־רפֿאלי, אַ דעפּוטאַטין בײַ „הבית היהודי‟, וועט זיך אויך אָנשליסן אין דער נײַער פּאַרטיי.
צום ווייניקסטן אַ דריטל פֿון די דעפּוטאַטן אין „הבית היהודי‟ מוזן צונויפֿשטעלן די נײַע פּאַרטיי כּדי צו באַקומען די נייטיקע פֿאָנדן במשך פֿונעם וואַלסעזאָן. די כּנסת האָט זונטיק באַשטעטיקט די אַראַנזשירונגען דערפֿאַר.
לויטן פּלאַן וועט די פּאַרטיי אַרויסשטעלן סײַ רעליגיעזע סײַ סעקולערע קאַנדידאַטן און איר פּלאַטפֿאָרם וועט זײַן געשטימט קעגן דער גרינדונג פֿון אַ פּאַלעסטינער מלוכה.
„בית יהודי‟ באַשטייט פֿון עטלעכע קלענערע רעליגיעז־ציוניסטישע פּאַרטייען. בענעט און שקד האָבן זיך אָפֿט געראַנגלט מיט דער קליינער עקסטרעם־רעכטער „תּקומה פּאַרטיי‟.
דערווײַל האָט בני גנץ [גאַנץ], דער געוועזענער הויפּט פֿון פּערסאָנאַל־שטאַב בײַ צה״ל, רעגיסטרירט זײַן אייגענע פּאַרטיי, „חוסן לישׂראל‟ [אַ פֿעסטע מדינת־ישׂראל], וואָס וועט פֿאָלגן אַ צענטריסטישע ליניע. משה יעלון, וואָס זעט לעצטנס אויס גאַנץ פּאָפּולער מיט די וויילער, פֿירט איצט פֿאַרהאַנדלונגען מיט גנץ וואָס שייך זײַן אָנשליסן זיך אין דער פּאַרטיי. לויט די אַנקעטעס וואָלט גנצס פּאַרטיי געוווּנען אויפֿן צווייטן אָרט נאָך „ליכּוד‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.