אָנהייב פֿערציקער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט, אין מיטן פֿון דער וועלט־מלחמה, האָט די ייִדישע קהילה אין בוענאָס־אײַרעס געעפֿנט אַ לערער־סעמינאַר צוצוגרייטן לערער פֿאַר ייִדישע שולן אין אַרגענטינע. דער מחבר פֿון די שורות האָט שטודירט זעקס יאָר אין אָט דעם לערער־סעמינאַר, פֿון 1952 ביז 1957. דאָ ווײַטער וועט געמאַכט ווערן אַ פּרוּוו צו באַשרײַבן אָט די וויכטיקע דערציִונגס־פּאָזיציע אין דער געשיכטע פֿון דעם ייִדישן ייִשובֿ אין אַרגענטינע.
אין דער צײַט ווען די דײַטשן האָבן פֿאַרטיליקט דעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום, זענען אויפֿגעשטאַנען אין בוענאָס־אײַרעס אַ ריי אינסטיטוציעס, וועמענס ציל איז געווען צו פֿאַרזיכערן דעם המשך און די עקזיסטענץ פֿון דער ייִדישער צוויישפּראַכיקער קולטור בײַ ייִדן (ייִדיש און העברעיִש צוזאַמען), בײַ די קינדער און פּליטים פֿון דער אייראָפּעיִשער קאַטאַסטראָפֿע.
פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן וואָס זײַנען געקומען קיין אַרגענטינע אָנהייב 90ער יאָרן פֿון 19טן יאָרהונדערט, האָט אויפֿגעטויכט אַ נײַער דור ייִדיש־שרײַבער. צענדליקער יאָרן שפּעטער, צווישן ביידע וועלט־מלחמות, איז אַרגענטינע פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין איינעם פֿון די ייִדישע ליטעראַטור־צענטערס אויף דער וועלט.
יוסף מענדעלסאָן (1889 – 1970), אַ ייִדישער אינטעלעקטואַל, שרײַבער, פּובליציסט, רעדאַקטאָר און תּלמיד־חכם איז געבוירן געװאָרן אין אוקראַיִנע און עמיגרירט קיין אַרגענטינע אין יאָר 1912. יוסף מענדעלסאָן איז דער לעגענדאַרער רעדאַקטאָר פֿון די „אידישע צײַטונג‟ אין בוענאָס־אײַרעס און דירעקטאָר פֿון לערער־סעמינאַר בײַ דער ייִדישער קהילה, זינט 1943. צווישן אַנדערע איז ער געווען דער רעדאַקטאָר פֿון ערשטן ליטעראַרישן זאַמלבוך אויף ייִדיש, „אויף די ברעגן פֿון פּלאַטאַ‟, דערשינען אין בוענאָס־אײַרעס אין יאָר 1919. דאָרט האָט ער אָנגעשריבן אַן אַרײַנפֿיר מיטן נאָמען „אונדזער סבֿיבֿה און אונדזער געשטאַלט‟. אָט דער זאַמלבוך קען פֿאַררעכנט ווערן פֿאַרן אָנהייב פֿון אַרגענטינער ליטעראַרישן צענטער אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין 20סטן יאָרהונדערט.
דער ייִדישער לערער־סעמינאַר אין בוענאָס־אײַרעס האָט באַדאַרפֿט אויסשולן לערער פֿאַר עלעמענטאַר־שולן וווּ מע האָט געלערנט ייִדישע לימודים. אינעם סעמינאַר איז געווען אַן אַנשטאַלט פֿון ייִדישע תּלמידים אין עלטער פֿון 13 ביז 18 יאָר, אַ מיטלשול וואָס שולט אויס לערער. די תּלמידים האָבן זיך דאָרט געלערנט צווישן 6 אָדער 7 יאָר. מײַן מומע עליזה, די ייִנגסטע טאָכטער פֿון באָבע חווה־לאה, איז געווען צווישן די ערשטע אַביטוריענטן פֿון אָט דעם לערער־סעמינאַר, און באַקומען אַ פּאָסטן ווי אַ לערערקע פֿון העברעיִש אין דער ביאַליק־שולע אין בוענאָס־אײַרעס.
ביז הײַנט האָט נאָך קיינער נישט אָנגעשריבן די געשיכטע פֿון אָט דעם לערער־סעמינאַר. ער איז געווען אַקטיוו במשך אַזוינע 30 יאָר, און האָט אויסגעשולט דערציִער, לערער, און שפּעטערדיקע פֿאָרשער פֿון יודאַיִסטישע לימודים. אַ טייל לערער פֿון אָט דעם סעמינאַר זענען אין די ערשטע 20 יאָר פֿון זײַן עקזיסטענץ געווען פֿון די אַביטוריענטן פֿון ווילנער לערער־סעמינאַר נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואָס האָבן עמיגרירט קיין אַרגענטינע. דאָס זענען געווען די בעסטע אינטעלעקטן פֿון צווישן די ייִדישע געלערנטע אין אַרגענטינע פֿון יענער צײַט.
אין סעמינאַר זענען געװען ספּעציעלע לערער פֿאַר יעדן איינעם פֿון די יודאַיִסטישע לימודים: ייִדיש, ייִדישע ליטעראַטור, העברעיִש, העברעיִשע ליטעראַטור, חומש, מישנה, ייִדישע געשיכטע, פּעדאַגאָגיע, אַגדה־ליטעראַטור, פּסיכאָלאָגיע, און אַזוי ווײַטער. האָב איך געהאַט אַ סך לערער, און אַלע געדענק איך צום גוטן. פֿון אַלעמען האָב איך זיך געלערנט, און איך האָב בײַ זיי באַקומען קענטענישן וואָס דינען מיר דעם גאַנצן לעבן.
אין דער פֿרי האָב איך זיך געלערנט בײַ די גויים, און נאָך מיטאָג האָב איך זיך געלערנט אין לערער־סעמינאַר ביז שפּעט אין אָוונט. אין פֿאַרגלײַך מיט דער מלוכהשער שולע, זײַנען מײַנע לימודים אין לערער־סעמינאַר געווען פֿאַרבונדן מיט אַ פּאָזיטיוון געזעלשאַפֿטלעכן אַספּעקט. דאָרט האָב איך געטראָפֿן ייִדישע קינדער פֿון אימיגראַנטן, מיט אַ ייִדישן אונטערשלאַק, בעת אין דער מלוכהשער גוייִשער שול פֿלעג איך זײַן איין ייִד צווישן אַ ים מיט גויים. מיט אייניקע פֿון מײַנע מיט־תּלמידים האָב איך זיך באַפֿרײַנדט און אין עלטער פֿון 15 יאָר בין איך אַרײַנגעטראָטן אין דער חלוצישער באַוועגונג „איחוד הנוער החלוצי‟, אַ פֿאַראייניקונג פֿון צוויי באַוועגונגען, „גורדוניה‟ און „דרור‟, אין יאָר 1952.
די גויים, מײַנע קלאַס־חבֿרים אין דער אַרגענטינער מלוכהשער שול, האָבן אַ סך מאָל געהאַט כּפֿול־שמונהדיקע פֿאַמיליע־נעמען, „ריסטאָקראַטישע‟, און זייער גײַסטיקע וועלט איז געווען ווײַט ביז גאָר פֿון מײַנער, ווי ווײַט עס איז דער מיזרח פֿון דעם מערבֿ. די מערהייט פֿון זיי האָבן נישט ליב געהאַט צו לערנען, זיי האָבן גערודערט אין קלאַס, און די אַנאַרכיע האָט געוועלטיקט. אויך די לערער אין דער מלוכהשער מיטלשול האָבן אויסגעזען אין מײַנע אויגן ווי פֿונקציאָנערן וואָס קומען צו באַרעכטיקן זייער שׂכר, און ווייניק פֿון זיי האָבן געטאָן זייער אַרבעט ווי עס דאַרף צו זײַן.
אין לערער־סעמינאַר האָט אָבער געהערשט אַ פֿרײַנדלעכע אַטמאָספֿער צווישן לערער און תּלמידים. אַלע האָבן מיר געפֿילט אַז מיר געהערן צו איין און דער זעלבער קולטור, און צו אַן אידענטישן היסטאָרישן מאַרשרוט. עס איז אויך געווען בײַ אַ טייל תּלמידים אַ שטאַרקער ווילן און אַ מאָטיוואַציע צו לערנען און זיך באַקענען טיפֿער מיט אונדזער ייִדישער קולטור־ירושה.
אין מײַן ערשטן יאָר אין לערער־סעמינאַר, בין איך געווען דער ייִנגסטער תּלמיד אין קלאַס. מיר האָבן געלערנט פֿיר, פֿינף שעה אַ טאָג און אין יעדער שעה האָבן מיר געהאַט אַן אַנדער לערער פֿאַר אַ באַזונדערן לימוד, און בעת די הפֿסקות האָבן מיר געשפּילט פֿוסבאָל מיט אַ צונויפֿגעדרייטער פּאַפּירענער פּילקע – אין רחבֿותדיקן טוילעט אויפֿן צווייטן שטאָק פֿון קהילה־בנין, וווּ דער לערער־סעמינאַר האָט זיך געפֿונען.
עס זעט אויס אַז נאָר 5% פֿון די ייִדישע קינדער אין בוענאָס־אײַרעס, אין עלטער פֿון מיטלשול־לימודים האָבן זיך געלערנט אין יענער צײַט ייִדישע לימודים. מיר זײַנען געווען די צוקונפֿטיקע לערער וואָס מע האָט צוגעגרייט פֿאַר די ייִדישע און העברעיִשע עלעמענטאַר־שולן אין בוענאָס־אײַרעס. טאָביאַס, דער לעגענדאַרער סעקרעטאַר פֿון לערער־סעמינאַר, איז במשך יאָרן געווען דער אָפּהיטער פֿון די אַרכיוו־מאַטעריאַלן וועגן דער געשיכטע פֿון לערער־סעמינאַר. ליידער האָט מען קײן מאָל נישט אָנגעשריבן די געשיכטע פֿון דער װיכטיקער אינסטיטוציע. מע וואָלט באַדאַרפֿט פּלאַנירן אַזאַ זאַך ווײַל דער ייִדישער לערער־סעמינאַר אין בוענאָס־אײַרעס איז אַ וויכטיקער קאַפּיטל פֿון דער קולטור־געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק בעת דעם צווייטן טייל פֿון 20סטן יאָרהונדערט.
ווי געזאָגט, האָבן מיר זיך געלערנט במשך פֿון זעקס יאָר אַ שלל מיט מאַטעריעס: ייִדישע ליטעראַטור און שפּראַך מיטן לערער שמואל ראָזשאַנסקי; העברעיִש מיט דער לערערקע יונאָוויטש *; ייִדישע געשיכטע מיטן לערער מאַרמאָר; תּורה־שבעל־פּה, מיטן לערער גרינבוים; חומש (וואָס מע האָט גערופֿן „תּורה‟), אויך מיטן לערער מאַרמאָר; נבֿיאים און כּתובֿים מיט ד”ר ווײַנשטיין און מיטן לערער גלעמבאָצקי; מישנה מיט חנינא לערנער; פּעדאַגאָגיע און פּסיכאָלאָגיע מיטן לערער שוסטעראָוויטש; העברעיִשע ליטעראַטור מיטן לערער קאָברין. מײַן ערשטער לערער פֿון ייִדישע ליטעראַטור איז געווען שמואל צעסלער, אַ שרײַבער פֿון קינדער־ליטעראַטור, אין יאָר 1952. מיט צענדליקער יאָרן שפּעטער האָב איך אין די ראַמען פֿון דעם „דבֿ סדן פּראָיעקט‟ בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט, אַרויסגעגעבן אַ צוויישפּראַכיקן באַנד (ייִדיש מיט אַ העברעיִשער איבערזעצונג), מיט שמואל צעסלערס קינדערלידער: „שירים מאוירים לילדים‟, ירושלים 2011.
די לערערקע יונאָוויטש איז געווען אַן אַביטוריענטין פֿון ווילנער לערער־סעמינאַר. אַ דאַנק איר בין איך געוואָרן פֿליסיק סײַ בײַם שרײַבן העברעיִש, סײַ בײַם ריידן. אין לערער־סעמינאַר האָבן מיר אַ סך געלערנט אויף אויסנווייניק (בעל־פּה). אין קלאַס בײַ איר האָבן מיר גערעדט העברעיִש און נישט איין מאָל האָבן מיר באַקומען אַן אויפֿגאַבע צוצוגרייטן קורצע רעפֿעראַטן וועגן טעקסטן פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור, און זיי פֿאָרשטעלן פֿאַרן גאַנצן קלאַס. כּדי זיך צוצוגרייטן צו רעדן העברעיִש פֿאַרן גאַנצן קלאַס, פֿלעג איך פּראַקטיצירן אין שטוב, אין גרויסן עסצימער. איך פֿלעג מאַכן הקפֿות אַרום דעם עסטיש, צענדליקער מאָל, און אויסלערנען דעם העברעיִשן טעקסט אויף אויסנווייניק. די לערערקע יונאָוויטש איז געווען שאַרף און מקפּיד און מע האָט זיך נישט געקענט אַרויסדרייען און נישט אויסלערנען ווי עס דאַרף צו זײַן. אַ דאַנק איר איז די העברעיִשע שפּראַך געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון מײַן העברעיִשער גערעדטער שפּראַך, ווי אויך די געשריבענע און אַפֿילו די געטראַכטע שפּראַך. צוזאַמען מיט איר זון, האָבן מיר געלערנט בײַ איר העברעיִש יאָרן לאַנג.
דער פֿילפֿאַרביקסטער און דענערווירטסטער לערער בײַ אונדז, איז געווען דער לערער גרינבוים, דער לערער פֿון תּורה־שבעל־פּה. ער איז אויך געווען איינער פֿון די אַביטוריענטן פֿון ווילנער לערער־סעמינאַר; אַ הויכער און אַ דאַרער, אַ ביטערער כאַראַקטער און אַן אומגעדולדיקער. יעדע לעקציע זײַנע פֿלעגט זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַן עקזאַמיניר־פּראָצעס. געלערנט האָבן מיר בײַ אים אַגדות און באַלערנדיקע אַרויסזאָגן פֿון אונדזערע חכמים, ווי למשל „איתתך גוצא גחין ולחיש לה‟ אויף אַראַמעיִש, דאָס הייסט: אויב דײַן פּלוניתטע איז אַ נידעריקע און דו ביסט אַ הויכער, ווען דו רעדסט צו איר, זאָלסטו נישט אַראָפּשרײַען פֿון אויבן אַראָפּ, נאָר דו זאָלסט זיך אײַנבייגן און איר אַ רוים טאָן אין אויער; אָדער “אִסְתְרָא בִלְגינָא קיש קיש קָרְיָא”, דאָס הייסט: אַ מענטש איז אַזוי ווי אַ בלעכענע פּושקע, אויב זי איז אַ ליידיקע און אין איר געפֿינט זיך נאָר איין רענדל, איז אַז ווען מע גיט איר אַ ריר, מאַכט זי אָן אַ סך רעש, אָבער ווען די פּושקע איז פֿול געפּאַקט מיט רענדלעך (מלא וגדוש), פֿול אין גאַנצן, שלאָגט זי נישט טרעוואָגע – אַזוי אויך אַ מענטש, אַז ער האָט אין זיך גאָרנישט מיט נישט, אַ ליידיקע כּלי, מאַכט ער אָן אַ גרויסן רעש, אָבער אַז ער איז פֿול מיט וויסן און אינהאַלט, הערט מען אים נישט, און ער פֿאַרטויבט נישט זײַן סבֿיבֿה.
דער לערער גרינבוים פֿלעגט אָנהייבן זײַן לעקציע מיט אַן עקזאַמען. ער פֿלעגט זיך ווענדן צו צוויי אָדער דרײַ תּלמידים. ווען ער האָט אָנגעװיזן אויף אַ תּלמיד, האָט דער תּלמיד אָדער די תּלמידה באַדאַרפֿט אויפֿשטיין און איבערחזרן די פֿריִערדיקע לעקציע אויף אויסנווייניק. עס זײַנען געווען תּלמידים וואָס האָבן בײַגעשטאַנען דעם נסיון, אָבער אַנדערע האָבן קיין מאָל נישט געלערנט און נישט געדענקט וואָס אונדזערע תּלמידי־חכמים האָבן געזאָגט. איינע פֿון אָט די תּלמידות פֿלעגט זיך אויפֿשטעלן, דער האַלדז פֿאַרבונדן מיט אַ שאַל, און די חבֿרים אירע וואָס זענען געזעסן הינטער איר, האָבן זיך געשושקעט און איר אונטערגעהאָלפֿן. דאָס איז געווען די תּלמידה מיטן נאָמען אויפֿגאַנג, און מיר האָבן זי גערופֿן „אונטערגאַנג‟.
ווען דער לערער גרינבוים איז געװאָרן זייער נערוועז, זענען געפֿלויגן בויגנס פּאַפּיר, און ער פֿלעגט אונדז שילטן אויף ייִדיש. מיר האָט דער לערער געכאַפּט שפּילן פֿוסבאָל אין רחבֿותדיקן אָפּטריט פֿון לערער־סעמינאַר, און מײַן מאַמע האָט געמוזט קומען און האַלטן אַן ערנסטן געשפּרעך מיט אים.
מיט יאָרן שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט, אַז די ווערטלעך און גלײַכווערטלעך וואָס דער לערער גרינבוים האָט אונדז געצוווּנגען צו לערנען אויף אויסנווייניק, האָט ער גענומען פֿון אַ לאַנגער רשימה פֿון דברי חז”ל וואָס געפֿינט זיך בײַם סוף פֿון „ספֿר האגדה‟ פֿון ביאַליק און רבניצקי.
איינער פֿון די לערער וואָס האָט געלערנט מיט אונדז חומש, איז אויך געווען פֿאַרבונדן מיט דעם ראַט פֿאַרן ייִדישן חינוך פֿון דער קהילה. דער לערער־סעמינאַר האָט זיך געפֿונען אויפֿן צווייטן שטאָק, און דער ועד־החינוך האָט זיך געפֿונען אין זעלבן בנין אויפֿן פֿערטן שטאָק. אונדזער תּורה־לערער, מאַרמאָר, האָט גערעדט אַ טיפֿן פּויליש־ייִדיש. ס‘איז געווען אַנדערש פֿון דעם ליטוויש־ייִדיש וואָס מיר האָבן געלערנט בײַ שמואל ראָזשאַנסקי, אונדזער לערער פֿון ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור. ווען דער לערער מאַרמאָר האָט גערעדט מיט אונדז אויף ייִדיש, איז קלאָר געווען אַז ער איז נישט קיין ליטוואַק. און אויף ייִדיש האָט ער מיט אונדז גערעדט נאָר ווען ער איז געװאָרן אין כּעס אויף אונדז אָדער אונדז געמוסרט. ער פֿלעגט דראָען אויף ייִדיש: „איך וועל אײַך אײַנלאַדן אויפֿן פֿערדנשטאָק‟… זאָגן האָט ער געוואָלט, אַז ער וועט אונדז אײַנלאַדן אויף אַן ערנסטן שמועס אויפֿן פֿערטן שטאָק אין ועד־החינוך.
דער לערער חנינא לערנער האָט מיט אונדז געלערנט מישנה. אונדז האָט ער אויסגעזען ווי אײנער װאָס איז געקומען פֿון יענער צײַט – אַ ברייטער קײַלעכדיקער פּנים, אַ קינדישער אויסדרוק, אַ תּמים וואָס לעבט אין אַנדערע ספֿערן און רעדט העברעיִש מיט אַן אַשכּנזישער אינטאָנאַציע.
דער וויכטיקסטער לערער אין אונדזער לערער־סעמינאַר איז געווען דאָקטאָר ווײַנשטיין, דער לערער פֿון תּנך. ער האָט געהאַט איין האַנט, געװען אַ צוריקגעהאַלטענער, פֿול מיט וויסן ווי אַ מילגרוים, אַן ערנסטע און קאָרעקטע פּערזאָן. מיר האָבן זייער הנאה געהאַט צו לערנען אין זײַן קלאַס. איין מאָל איז דאָקטאָר ווײַנשטיין געווען קראַנק, און אונדזער קלאַס איז אים מבֿקר־חולה געווען. אין קאָרידאָר פֿון זײַן שטוב האָבן מיר דערבליקט דרײַ בענדער פֿון זײַן דאָקטאָראַט, געשריבן אויף דײַטש, וועגן שעקספּיר. ד”ר ווײַנשטיין איז אויך געווען אַ תּלמיד־חכם. אַ דאַנק אים האָבן מיר ליב באַקומען דעם תּנך און די מפֿרשים פֿון תּנך, דער עיקר – די פּירושים פֿון ש. ל. גורדון (של”ג). מיר האָבן געהאַט נאָך אַ לערער פֿון תּנך, דער לערער אַבֿרהם בראָנשטיין – דער ברודער פֿון שאַך־טשאַמפּיאָן פֿון אוקראַיִנע, דוד בראָנשטיין.
פּסיכאָלאָגיע און פּעדאַגאָגיע האָבן מיר געלערנט בײַם לערער שוסטעראָוויטש, וועמען מיר האָבן מיט הומאָר און רעספּעקט געגעבן דעם צונאָמען „סאַפּאַטעראָוויטש” (פֿון Zapato אויף שפּאַניש, וואָס מיינט אַ שוך – ווי אַ רמז וואָס דערמאָנט זײַן אמתן נאָמען וואָס מיינט אַ זון פֿון אַ שוסטער). ער איז געווען דער מאַן פֿון דער גלאַוונער אינספּעקטאָרין אויף די ייִדישע קינדער־גערטנער אין בוענאָס־אײַרעס, די לערערקע פֿישער, מיט וועלכער איך בין געווען באַקאַנט זינט מײַנע קינדער־גאָרטן־יאָרן אין אַ בונדישער שולע, ווען איך בין געווען פֿינף יאָר אַלט. אָנהייב אַכציקער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט האָב איך געטראָפֿן די לערערקע פֿישער אין תּל־אָבֿיבֿ נאָך איר עולה זײַן, און מיר האָבן צוזאַמען געמאַכט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע. מיר האָבן זיך געטראָפֿן אויף אַ קאָנפֿערענץ וועגן דער ייִדישער שפּראַך, אין בית התּפֿוצות. דאָרטן האָב איך גערעדט וועגן די דרײַ באַטײַטן פֿון וואָרט „ייִדישיסט‟. אויף יענער קאָנפֿערענץ האָט אויך גערעדט דער שרײַבער אהרן מגד, ווי אויך אַבֿרהם פּלאַטקין, מײַן לערער פֿון העברעיִשן דיקדוק אין דער „המדרשה העבֿרית‟ אין בוענאָס־אײַרעס, און משה סחר, דער איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף העברעיִש, וועלכער האָט הײַיאָר באַקומען דעם פּרײַז פֿאַר זײַן לעבנס־אויפֿטו פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אין ישׂראל.
דעם לערער שוסטעראָוויטשעס לעקציעס וועגן פּעדאַגאָגיע און פּסיכאָלאָגיע זענען געווען פֿאַרכאַפּנדיק און פֿאַר אונדז אַ נאָווינע. זיי האָבן אַרומגענומען אַ ברייטע גאַמע פֿון טעמעס, פֿון די פּעדאַגאָגישע פּרינציפּן בײַ יאָהאַן הײַנריך פּעסטאַלאָצי ביז די פּסיכאָלאָגישע אויסטײַטשונגען פֿון די ראָרשאַך טינט־פּליאַמעס. דער לערער שוסטעראָוויטש איז געווען צוריקגעהאַלטן און האָט אָנגעהאַלטן אַ דיסטאַנץ צווישן אים און די תּלמידים, אָבער ער האָט זיך צו זיי צוגעהערט און זיך גערעכנט מיט זיי. ער האָט מיטגעפֿילט אונדזערע באַגערן, גענומען אין אַכט דעם כאַראַקטער און טעמפּעראַמענט פֿון יעדן איינעם פֿון זײַנע תּלמידים און האָט אָפּגעשאַצט די באַזונדערע טאַלאַנטן פֿון יעדן איינעם פֿון אונדז. בײַם סוף פֿון יעדן סעמעסטער, האָט ער אונדז פֿאַרהערט: ער האָט אַרויסגערופֿן יעדן תּלמיד באַזונדער, אים אַוועקגעשטעלט פֿאַרן קלאַס לעבן אים, און איידער ער האָט אים עקזאַמינירט, האָט דער לערער שוסטעראָוויטש אים אָנגעקוקט שטילערהײט… און נאָך אַ רגע פֿון שווײַגן פֿלעגט ער אים זאָגן: „דו קענסט זיך צוריק אַוועקזעצן אויף דײַן אָרט, דײַן צייכן איז…‟ און מיט דעם האָט זיך געענדיקט דער עקזאַמען.
מיר, די תּלמידים אין קלאַס פֿון לערער שוסטעראָוויטש, האָבן אָנגענומען זײַנע פּעדאַגאָגישע שיטות, און קיינער האָט זיך נישט געבונטעוועט קעגן זיי. ער איז געווען זייער אַ פֿאַראַנטוואָרטלעכער מענטש אָבער אַ גרויסער סקעפּטיקער און מיר האָבן געפֿילט אַז ער ווייטיקט דעם בראָך [װאָס מײנט דאָס?] פֿון דער אומפּערפֿעקטער מענטשהייט, אָבער גלייבט שטאַרק אין דעם כּוח פֿון אַ יוסטער דערציִונג.
(המשך קומט)
באַמערקונג פֿון מחבר: איידער איך האָב צוגעשיקט אָט דעם אַרטיקל פֿאַרן פֿאָרווערטס, האָב איך אים געוויזן מײַנע צוויי יוגנט־חבֿרים וועלכע האָבן געלערנט צוזאַמען מיט מיר אין לערער־סעמינאַר מיט 60 יאָר צוריק: אַהרן ברנע (פֿון דער היים בלאַטשינסקי) וואָס וווינט אין חולון, און נחום (נאָרבערטאָ) ווילנער, וואָס וווינט אין בוענאָס־אײַרעס. איך האָב געבעטן בײַ זיי צו פֿאַרריכטן טעותדיקע פֿאַקטן אָדער דערגאַנצן יענע פֿאַקטן וואָס מײַן זכּרון האָט פֿאַרפֿעלט. איך דאַנק זיי זייער פֿאַרן אַרויסהעלפֿן מיט זייערע הערות און דערגאַנצונגען. אַהרן ברנע איז אַ באַגאַבטער שרײַבער און מאָלער און נחום ווילנער איז אויך אַ שרײַבער און אַ פֿילאָסאָף. װען וואָלטן אָנגעשריבן זייערע אײגענע זכרונות פֿון לערער־סעמינאַר, וואָלטן מיר באַקומען אַ פֿולערע בילד פֿון אָט דער וויכטיקער אינסטיטוציע. לאָמיר האָפֿן.
אין דעם אַרטיקל דערמאָן איך אַ סך נעמען פֿון לערער מיט זייערע פֿאַמיליע־נעמען אָבער צו מאָל פֿעלן דאָ און דאָרט פּרט־נעמען. בעט איך אַנטשולדיקונג בײַם פֿאַראינטערעסירטן לייענער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.