דער פּױליש־ייִדישער היסטאָריקער משה שאָר האָט געהאַלטן, אַז מען קאָן ניט שרײַבן קײן אַלגעמײנע געשיכטע פֿון ייִדן אין פּױלן אײדער מען האָט גרונדיק דערפֿאָרשט די געשיכטע פֿון ייִדישע ייִשובֿים אין אײנצלנע שטעט.
אין זײַן הקדמה צו דעם בוך „דער ייִדישער לודמיר: די געשיכטע און טראַגעדיע פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון װלאַדימיר־װאָלינסקי‟ פֿון װאָלאָדימיר מוזיטשענקאָ, דערמאָנט פּראָפֿעסאָר ענטאָני פּאָלאָנסקי אַז עד־היום פֿאַרמאָגן מיר נאָך ניט קײן סך אַזעלכע לאָקאַלע היסטאָרישע פֿאָרשונגען. אמת, עס זײַנען דאָ אַ היפּשע צאָל יזכּור־ביכער פֿון פֿאַרשידענע שטעט און שטעטלעך, אָבער לרובֿ זײַנען זײ ניט אױף אַ געהעריקן אַקאַדעמישן ניװאָ.
ייִדן האָבן געוווינט אין דער שטאָט לודמיר, דער אַמאָליקער הױפּטשאָט פֿונעם מיטלאַלטערלעכן פֿירשטנטום פֿון גאַליציע און װאָלין, שױן אינעם צװעלפֿטן יאָרהונדערט. מן־הסתּם זײַנען די ערשטע ייִדישע תּושבֿים געקומען פֿון מיזרח, פֿונעם כּוזרישן מלכות. אשכּנזים האָבן זיך דאָ באַזעצט מיט אַ הונדערט יאָר שפּעטער, און די לודמירער קהילה איז געװאָרן גאַנץ װיכטיק אין פּױלן. לודמיר געפֿינט זיך אױף דער קרײצוועג פֿון אַלטע האַנדל־שליאַכן, װאָס פֿאַרבינדן פּױלן און אונגערן מיט טערקײַ און פּערסיע. די לודמירער קהילה האָט שטאַרק געליטן בעת כמעלניצקיס אױפֿשטאַנד אין מיט־זיבעצעטן יאָרהונדערט (גזירות תּ”ח־ותּ”ט), אָבער מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר שפּעטער איז לודמיר װידער געװאָרן עיר ואם בישׂראל. חסידות איז געבראַכט געװאָרן קײן לודמיר דורך ר’ שלמה קאַרלינער, דעם מחבר פֿונעם ספֿר „שמע שלמה‟. לודמיר איז אױך באַקאַנט װי די הײם פֿון דער „לודמירער מױד‟, חנה־רחל װערבערמאַכער, אַ פֿרומער פֿרױ, װאָס האָט זיך געפֿירט װי אַ מין צדיק און געהאַלטן דרשות װי אַ מגיד.
װאָלאָדימיר מוזיטשענקאָ, דער מחבר פֿונעם בוך „דער ייִדישער לודמיר‟, איז דער איצטיקער ראָש פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. ער איז ניט קײן פּראָפֿעסיאָנעלער היסטאָריקער, אָבער אין משך פֿון עטלעכע יאָר האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט זאַמלען היסטאָרישע מאַטעריאַלן װעגן זײַן שטאָט. אַ גרופּע אַמעריקאַנער ייִדן, װאָס זײערע משפּחות שטאַמען פֿון לודמיר, האָט געשטיצט די איבערזעצונג און די פּובליקאַציע פֿון דער דאָזיקער פֿאָרשונג אױף ענגליש. דאָס בוך האָט אַ טאָפּלטן צװעק: עס איז סײַ אַ מין יזכּור־בוך, אַ היסטאָריש־ליטעראַרישער דענקמאָל פֿאַרן ייִדישן עבֿר פֿון לודמיר, און סײַ אַ ייִדישער בײַטראָג אין דער געשיכטע פֿון אוקראַיִנע. דער מחבר האָפֿט, אַז זײַן בוך װעט צורעכטמאַכן דעם חסרון אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנער היסטאָרישער ליטעראַטור, װאָס נעמט ניט אין באַטראַכט רעליגיעזע און עטנישע מינאָריטעטן, ייִדן בתוכם. אין משך פֿון יאָרהונדערטער איז די טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע געװען באַװױנט פֿון פֿאַרשידענע פֿעלקער, װאָס האָבן געשפּילט כּלערליי עקאָנאָמישע און געזעלשאַפֿטלעכע ראָלעס. די אוקראַיִנער זײַנען לרובֿ געװען פּױערים און געװױנט אין דערפֿער, די פּריצים זײַנען געװען פּאָליאַקן, און אין די שטעט האָבן געװױנט ייִדן, אַרמענער, גריכן און דײַטשן, װאָס זײַנען געװען בעל־מלאכות און הענדלער. אַזױ אַרום קען מען באַטראַכטן די געשיכטע פֿון אוקראַיִנע פֿון פֿאַרשידענע נאַציאָנאַלע שטאַנדפּונקטן.
אינעם פֿופֿצנטן יאָרהונדערט איז לודמיר געװאָרן אַ װיכטיקער צענטער פֿון האַנדל. דרײַ מאָל אַ יאָר זײַנען דאָ פֿאָרגעקומען גרױסע ירידים, װוּ עס האָבן זיך געטראָפֿן סוחרים פֿון פּױלן, טערקײַ, אונגאַרן, איטאַליע. זײ האָבן געהאַנדלט אין פֿוטער, װאַקס, תּבֿואה. די סוחרים האָבן זיך גענײטיקט אין אַכסניות, און אײניקע פֿון די אַלטע קרעטשמעס זײַנען נאָך געשטאַנען ביז די 1930ער יאָרן. דער האַנדל האָט גורם געװען אַ שאַרפֿע קאָנקורענץ צװישן ייִדן און קריסטן. אין 1582 האָבן די קריסטלעכע שוסטערס אױסגעפּועלט, מען זאָל פֿאַרװערן ייִדן צו האַנדלען אין לעדערנער סחורה.
דאָס רובֿ היסטאָרישע מקורים און פֿאָרשונגען אינעם בוך זײַנען אױף רוסיש אָדער אוקראַיִניש, און דער צוגאַנג צו די מקורים איז ניט קריטיש און אַנאַליטיש. דער מחבר איז ניט באַהאַװנט אין דער אַלגעמײנער און ייִדישער געשיכטע. פֿון דעסט װעגן האָט דאָס בוך אַ װערט — דער עיקר צוליב לאָקאַלע מאַטעריאַלן און זכרונות. גאַנץ טשיקאַװע זײַנען אײנצלנע לעבעדיקע פּרטים, װאָס זאָגן עדות װעגן די באַציִונגען צװישן ייִדן און זײערע שכנים. ניצלעך זײַנען אױך די טאָפּאָגראַפֿישע באַשרײַבונגען פֿון ייִדישע גאַסן מיט הײַזער, קרעטשמעס, שילן און בתּי־מדרשים, װאָס לרובֿ זײַנען חרובֿ געװאָרן בעתן חורבן און נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה. אַזױ שפּעט װי אין די 1950ער יאָרן האָבן די סאָװעטן צעשטערט די גרױסע כאָרשיל כּדי צו בױען אַ העליקאָפּטער־פֿליפֿעלד.
מוזיטשענקאָ האָט אָנגעשריבן זײַן בוך אױף אוקראַיִניש מיטן הײַנטיקן אוקראַיִנער לײענער אין זינען, װאָס האָט זײער קנאַפּע קענטענישן װעגן ייִדן. די אוקראַיִנער לערנביכער דערמאָנען גאָרניט װעגן דעם דאָזיקן פֿינצטערן צד פֿון דער געשיכטע. הײַנט איז כמעלניצקי אַ נאַציאָנאַלער העלד אָנערקענט װי אַ גרױסער גיבור פֿון אוקראַיִנע, אָבער מוזיטשענקאָ שטעלט זײַן העלדנטום אונטער אַ פֿרעגצײכן: „װי העראָיִש איז געװען דער קאַמף פֿון כמעלניצקיס קאָזאַקן קעגן ייִדישע קינדער און פֿרױען?‟
כּמעט אַ העלפֿט פֿונעם בוך איז געװידמעט דעם חורבן פֿון לודמירער ייִדן. די דאָזיקע פּרטימדיקע שילדערונג איז באַזירט אױף זכרונות פֿון ייִדן און ניט־ייִדן. מוזיטשענקאָ פֿאַרשװײַגט ניט די ראָלע פֿון דער אוקראַיִנער פּאָליצײ אין הרגענען ייִדן, הגם מער אָרט האָט ער צוגעטײלט די צדיקי אומות העולם, װאָס האָבן ריזיקירט זײער לעבן כּדי צו ראַטעװען ייִדן. ער מאַכט ניט קײן סוד, אַז זײַן ציל איז צו באַטאָנען די גוטע זײַטן פֿונעם ייִדישן לעבן אין אוקראַיִנע, אָבער דערבײַ פֿאַרשװײַגט ער ניט די שװאַרצע מאָמענטן פֿון דער דאָזיקער געשיכטע, װאָס האָט געדױערט מער װי אַכט הונדערט יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.