אַשכּינאָרמאַטיוויטעט? לאָמיר גיכער רעדן וועגן ישׂראל־צענטרישקייט!

Ashkenormativity? What about Israel-Centrism?

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 04, 2019.
Yehuda Blum

איך האָב צום ערשטן מאָל געהערט טענות וועגן דער ”אַשכּינאָרמאַטיוויטעט“ אין מאַרץ 2009, אַרום פֿינף אָדער זעקס יאָר איידער מע האָט, אַ פּנים, אַפֿילו אויסגעטראַכט דעם טערמין.

געשען איז עס אויף אַ קאָנפֿערענץ פֿאַר קאַלעדזש־סטודענטן אין שיקאַגע אָרגאַניזירט דורך ”יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש“. בעת איך האָב גערעדט פֿאַרן עולם וועגן דעם, ווי אַזוי דאָס לערנען זיך ייִדיש האָט מיך געגעבן אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד בנוגע וואָס עס הייסט צו זײַן אַ ייִד, האָט אַ פֿרוי מיך איבערגעהאַקט די רייד, פֿרעגנדיק: ”און וואָס וועגן דזשודעזמע?“

דערקלערט, האָב איך, אַז איך בין דאָך אַן אַשכּניזישער ייִד און אַז מײַנע משפּחה־וואָרצלען זענען פֿאַרבונדן מיט ייִדיש און דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור. האָט זי מיך ווידער איבערגעריסן, טענהדיק, אַז מחמת איך פּראָפּאַגאַנדיר לטבֿות דער ייִדישער שפּראַך, שאַט איך די אַנדערע גלותדיקע ייִדישע שפּראַכן און קולטורן, ווײַל זיי געניסן פֿון נאָך ווייניקער רעסורסן ווי מאַמע־לשון.

איך בין געבליבן געפּלעפֿט; קודם ווײַל זי האָט מיר, דעם רעדנער, עטלעכע מאָל איבערגעריסן און אַפֿילו געשריגן אויף מיר. דערצו האָב איך צו יענער צײַט ניט פֿאַרשטאַנען די דעמאָלט נײַע שיטה פֿון ”אידענטיטעט־פּאָליטיק“, וואָס איז אַ וועלט פֿאַר זיך.

הײַנט וואָלט איך איר דערקלערט, אַז דווקא די ייִדן, וואָס קענען ייִדיש און זענען אויפֿגעוואַקסן מיט דער ייִדישער קולטור, פֿאַרשטייען בעסער די וויכטיקייט פֿון דזשודעזמע, בוכאַריש, ייִדיש־אַראַביש צי ייִדיש־אַרמיש, ווי די וואָס קענען בלויז העברעיִש, שוין אָפּגערעדט פֿונעם דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער ייִד, וואָס קען ניט קיין ייִדישע שפּראַך בכלל.

אַזוי ווי מאַמע־לשון, באַטרעפֿן די דאָזיקע שפּראַכן און קולטורן אַ סינטעז פֿון דער ייִדישער און דרויסנדיקער סבֿיבֿה. זיי האָבן אין זיך אַן אוניקאַל געמיש פֿון גשמיות און רוחניות, וואָס כאַרעקטעריזירט דעם ייִדישן לעבנסשטייגער און געדאַנקען־גאַנג. בלויז ווען מע קען איינע פֿון די גלות־שפּראַכן, קען מען באמת אָפּשאַצן די וויכטיקייט פֿון די אַנדערע. צו אַזאַ מין ”גלותדיקער אינטערסעקציאָנאַליטעט“ האָב איך, אָבער, דעמאָלט נאָך ניט געהאַט דערטראַכט.

במשך פֿון די לעצטע צען יאָר בכלל, און די לעצטע צוויי יאָר בפֿרט, האָב איך געהערט וואָס מער טענות, אַז ייִדיש ”שאַט“ די אַנדערע גלותדיקע שפּראַכן. דערצו טענהט מען צו מיר, אַז די אַשכּניזישע ייִדישע מינהגים בכלל, און ייִדיש בפֿרט, זינדערן אָפּ די ייִדן וואָס האָבן ניט קיין מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע וואָרצלען: פֿילן זיי זיך געטראָפֿן און ווי אַ רעזולטאַט — פֿרעמדן זיי זיך אָפּ פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה בכלל.

אַזוי האַלטן געוויסע אָנהענגער פֿונעם טערמין ”אַשכּינאָרמאַטיוויטעט“, אַ וואָרט וואָס מע האָט געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿונעם וואָרט „העטעראָנאָרמאַטיוויטעט‟, דאָס הייסט — די השערה, אַז אויב מע ווייסט ניט אַנדערש, קען מען מיינען, אַז יעדער מענטש איז העטעראָסעקסועל און וויל חתונה האָבן מיטן צווייטן מין און האָבן קינדער. ”אַשכּינאָרמאַטיוויטעט“ מיינט, בעצם, אַז ס׳רובֿ ייִדן, ייִדישע דערציִונג־אַנשטאַלטן און ייִדישע קהילה־צענטערס גייען לויט דער השערה, אַז אַלע אַמעריקאַנער ייִדן זענען אויסשליסלעך פֿון אַשכּניזישן אָפּשטאַם.

די טענה איז, אין אַזאַ באַגרענעצטן פֿאָרעם, אַ גערעכטיקע. צום ווייניקסטן 80% פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן זענען פֿון דײַטשישן אָדער מיזרח־אייראָפּעיִשן אָפּשטאַם, איז טאַקע אמת אַז מע פֿאַרגעסט אָפֿט וועגן די טראַדיציעס פֿון אַנדערע ייִדישע קולטורן. געוויסע מענטשן באַציִען זיך אַפֿילו, צום באַדויערן, מיט ביטול צו יענע טראַדיציעס. מע וואָלט יענע טראַדיציעס, פֿאַרשטייט זיך, אַלע געדאַרפֿט אָנערקענען און אָפּגעבן כּבֿוד.

מיך אַרט, אָבער, ווען אַ טייל פֿון די זעלביקע מענטשן טענהן, אַז דאָס שטיצן ייִדיש שאַט דעם וווילזײַן פֿון די אַנדערע גלותדיקע שפּראַכן און קולטורן, אין דער זעלביקער צײַט וואָס זיי איגנאָרירן די געפֿאַר, וואָס איז אַ סך מאָל גרעסער פֿאַר די גלותדיקע שפּראַכן און קולטורן אין אַמעריקע: די ”ישׂראל־צענטרישקייט“.

וואָס אַזוינס איז די ”ישׂראל־צענטרישקייט“? מיט דעם מיין איך דאָס וואָס כּמעט אַלע ייִדישע אינסטיטוציעס אין אַמעריקע מחוץ דער חרדישער וועלט איגנאָרירן אַלע ייִדישע קולטורן אַחוץ דעם ישׂראלדיקן. אַחוץ רעליגיעזע און וועלטלעכע לימודים לערנט מען אין די ייִדישע טאָגשולן בלויז די ישׂראלדיקע קולטור און די מאָדערנע העברעיִשע שפּראַך, אַזוי ווי זי וואָלט געווען דער איין־און־איינציקער לעגיטימער מיטל אויסצודריקן אַ ייִדישע קולטורעלע אידענטיטעט, כאָטש זי איז ניט קיין טייל פֿון דער קולטור־ירושה פֿון ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדישע משפּחות.

ניט בלויז לערנט מען אין די ייִדישע שולן מחוץ דער חסידישער וועלט ניט קיין ייִדיש וואָרט (שוין אָפּגערעדט פֿון אַ וואָרט אויף דזשודעזמע צי בוכאַריש), נאָר מע לערנט בעצם גאָרניט פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון די ייִדן נאָך דער צײַט פֿונעם רמב׳׳ם ביזן אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, אַחוץ, געוויינטלעך, די קרײַצצוגן, דעם גירוש־שפּאַניע און דעם חורבן. איין זמן לערנט מען וועגן די בני־ישׂראל אין מידבר און מיט אַ זמן שפּעטער — דערציילט מען וועגן די שחיטות פֿון מיטלעלטער און מע פֿאַרענדיקט מיט אוישוויץ. מע הערט זעלטן ווען אַ פּיפּס וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, וועגן דער השׂכּלה, וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין פּוילן צי אוקראַיִנע, צי טערקײַ, וועגן מוזיק צי קונסט בײַ ייִדן, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין גלות. מע היפּט עס אַלץ איבער.

דאָ רעדט זיך ניט בלויז וועגן די טאָגשולן. אַחוץ דעם וואָס מע גיט הונדערטער מיליאָנען דאָלאַר אויף די ”געבורטסרעכטס־נסיעות“, כּדי יונגע ייִדן זאָלן זיך באַקענען מיט ישׂראל אויף אַ וואָך־צוויי (אַבי זיי דערוועגן זיך, חלילה, ניט צו פֿרעגן צו פֿיל שאלות וועגן דער אָקופּאַציע), גיט די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה קאָלאַסאַלע סומעס געלט אויף זומער־לאַגערן, וווּ מע לערנט קינדער ווידער בלויז מאָדערנע העברעיִשע אויסדרוקן ווי „בקר טוב‟ און „שבת שלום‟ און ישׂראלדיקע פֿאָלקסלידער. דערצו שטיצט מען אויך ישׁראלדיקע גאַסן־ירידן, טאַנץ־פֿעסטיוואַלן, פּאַראַדן, קאָכקלאַסן, וכדומה.

אָבער פֿאָנדן פֿאַר ייִדיש, צי דזשודעזמע, צי בוכאַריש? אַ גראָשן מיט אַ לאָך! כּמעט די איינציקע אָרגאַניזאַציעס וואָס שטיצן אונטער די דאָזיקע שפּראַכן און קולטורן זענען אָדער אומאָפּהענגיקע, וואָס קריגן אַליין זעלטן געלט פֿון די ייִדישע פֿעדעראַציעס אָדער קהילה־צענטערס, אָדער ניט־ייִדישע אוניווערסיטעטן, וואָס שטיצן אונטער קלאַסן פֿון ייִדיש און, איין מאָל אין אַ יובֿל — דזשודעזמע.

און דאָך, טענהן פֿאָרט געוויסע מענטשן, אַז צוליב דער ”אַשכּנאָרמאַטיוויטעט“ באַדראָט ייִדיש און די אַשכּניזישע מינהגים די טראַדיציעס פֿון אַנדערע ייִדישע עטנישע גרופּעס.

די טראַגישע איראָניע פֿונעם מצבֿ איז אַז די וואָס טענהן, אַז מע האָט ניט גענוג האָלט דעם אופֿן ווי אַזוי די מיזרחדיקע ייִדן לייענען פֿון דער תּורה אָדער אַז מע רעדט בלויז וועגן לאַטקעס אַנשטאָט ”קעפֿטעס“, ווײַל מע איז צו ”אַשכּנינאָרמאַטיוו,“ דערקענען אַליין ניט ווי ווייניק אַשכּנזיש עס זענען הײַנט ס׳רובֿ אַשכּנזישע ייִדן.

אין די זונטיקשולן בײַ אַלע רעפֿאָרעמע, קאָנסערוואַטיווע און (כּמעט אַלע ליבעראַלע) מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שילן, וווּ די מתפּללים זענען אויסשליסלעך פֿון אַשכּנזישן אָפּשטאַם, לערנט מען ניט די קינדער צו דאַוונען לויט דער דור־דורתדיקער ייִדישער הבֿרה, נאָר לויטן נײַ־געשאַפֿענעם ישׂראלדיקן. ס׳רובֿ פֿון די וואָס האַלטן כּשר און דאַוונען אין אַזעלכע שילן עסן אין רעסטאָראַנען, וווּ מע געפֿינט גיכער פֿאַלאַפֿל און אַפֿילו סושי, איידער אַ מיזרח־אייראָפּעיִש ייִדיש מאכל. און אַז מע פֿרעגט בײַ זיי, אין וואָס פֿאַר אַ ייִדישער קולטור־אונטערנעמונג זיי נעמען אָנטייל, וועט מען אַ סך מאָל אָפֿטער הערן אַז מע טאַנצט ישׂראלדיקע פֿאָלקסטענץ, שפּילט ”גע־גע“, אָדער קוקט אַ ישׁראלדיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַם, איידער עפּעס פֿאַרבונדן מיט דער אַשכּנזישער קולטורעלער ירושה.

בקיצור, פֿאַר ס׳רובֿ אַשכּניזישע ייִדן אין אַמעריקע מחוץ דער חרדישער וועלט וואָס האָבן אַ פֿאַרבינדונג מיט אַ ייִדישער קולטור (אַ גרופּע וואָס איז שוין כּמעט אַ מינדערהייט פֿאַר זיך), איז די דאָזיקע קולטור אָפֿטער די ישׂראלישע איידער די אַשכּנזישע. די טאָגשולן און די אַנדערע אַמעריקאַנער ייִדישע אינסטיטוציעס האָבן, צוליב זייער ”ישׂראל־צענטרישקייט“, געשאַפֿן אַ מצבֿ, אין וועלכן די מאָדערנע העברעיִש האָט פֿאַרטרעטן דאָס אָרט פֿון ייִדיש ווי די שפּראַך, מיט וועלכער ס׳רובֿ ווייניק־אַסימילירטע ניט־חרדישע אַמעריקאַנער ייִדן דריקן אויס זייער עטנישע אידענטיטעט.

איך זאָג ניט, חלילה, אַז מע זאָל ניט לערנען די מאָדערנע העברעיִשע שפּראַך אָדער וועגן ישׂראל. אַוודאי זאָל מען. ישׁראל איז דאָך דער וויכטיקסטער ייִדישער ייִשובֿ אויף דער וועלט און מע דאַרף לערנען די אַמעריקאַנער ייִדישע יוגנט וועגן איר.

דאָס הייסט אָבער ניט, אַז מע זאָל מאַכן דעם אָנשטעל, אַז די ישׂראלדיקע קולטור איז די איינציקע עכטע ייִדישע, אָדער אין גאַנצן איגנאָרירן די אַנדערע ייִדישע קולטורן און זייערע געשיכטעס. פּונקט ווי מיט דער „אַשכּנאָרמאַטיוויטעט‟ — וווּ מע מיינט, אַז אַלע אַמעריקאַנער ייִדן זענען אַשכּנזים — טאָר מען אויך ניט מיינען אַז אַלע אַמעריקאַנער ייִדן אידענטיפֿיצירן זיך נאָר מיט דער ישׂראלדיקער קולטור. ס׳וואָלט אַוודאי אויך ניט געשאַט, ווען מע וואָלט אין אַפֿילו אַ פּאָר מאָדערנע ייִדישע טאָגשולן געלערנט ייִדיש אויך. דער צוגאַנג זאָל זײַן — וואָס מער, אַלץ בעסער.

אין אַ צײַט ווען די שפּאַלטונג צווישן דער אַמעריקאַנער ייִדישער יונגט און דער פּאָליטיק פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג ווערט אַלץ גרעסער אויף אַזוי ווײַט, אַז בײַ אַ סך יונגע אַמעריקאַנער ייִדן איז ישׂראל דווקא אַ שטער צו זייער ייִדישער אידענטיטעט, פֿרעמדט די דאָזיקע „ישׂראל־צענטרישקייט‟ אָפּ אַ סך מענטשן. מע דאַרף געבן דער יוגנט מער ברירות, ווי אַזוי זיך צו פֿאַרבינדן מיט אירע וואָרצלען. די גלותדיקע ייִדישע שפּראַכן און זייערע קולטורן זענען אַ גוטער אופֿן אַרײַנצוציִען די, וואָס אידענטיפֿיצירן זיך ניט מיט דער קולטור אָדער פּאָליטיק פֿון ישׂראל און, אפֿשר אויך ניט מיט דער ייִדישער אמונה.

מיר, די שטיצער פֿון ייִדיש, זענען ניט די, וואָס באַדראָען די צוקונפֿט פֿון די אַנדערע גלותדיקע ייִדישע קולטורן און שפּראַכן. ניט די „אַשכּינאָרמאַטיוויטעט‟, נאָר דער כּמעט עקסלוסיווער פֿאָקוס מצד די אַמעריקאַנער ייִדישע אינסטיטוציעס אויף דער ישׂראלדיקער קולטור, געשיכטע און דעם מאָדערנעם העברעיִש, איז די גרעסטע פּראָבלעם. ס׳איז שוין צײַט, מע זאָל די דאָזיקע „ישׂראל־צענטרישקייט‟ ערנסט אַרומרעדן.