לייב נײַדוס — מײַסטער־פּאָעט פֿון נאַטור און עקספּערימענטאַציע

Leyb Naidus, Master Poet of Nature and Word Experimentation

פֿון לייבל באָטוויניק

Published January 08, 2019.
לייב נײַדוס.
Yehuda Blum
לייב נײַדוס.

דעם 23סטן דעצעמבער 2018 (כ’ טבת, ה’תרע”ט) איז אויסגעקומען דער הונדערטסטער יאָרצײַט פֿונעם פֿרי־פֿאַרשטאָרבענעם ייִדישן פּאָעט, לייב נײַדוס, באַקאַנט ווי „דער ווירטואָז פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע‟. דער דיכטער איז געווען בלויז 28 יאָר אַלט ווען ער איז אַוועק פֿון דער וועלט נאָך אַ קורצער קראַנקייט.

ווער איז לייב נײַדוס, און ווי קומט צו אים אַזאַ טיטל? דאָס איז אַ פֿראַגע וואָס אַ סך מענטשן שטעלן מיך ווען איך דערצייל זיי וועגן דעם וויכטיקן דיכטער. די פֿראַגע האָב איך אַליין געפֿרעגט מיט קנאַפּע 40 יאָר צוריק.

געווען איז דאָס אינעם זומער 1979, ווען כ’בין געווען פֿרײַ פֿון די אוניווערסיטעטישע קאָמפּיוטער־לימודים אין מאָנטרעאַל. אין מײַן פֿרײַער צײַט האָב איך געשאַפֿן קורצע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אויף ייִדיש. נאָכן אַדורכפֿירן אַ צאָל אינטערוויוען האָב איך זיך געעצהט מיט מײַן פֿאָטער, דוד — דעם ווילנער געבוירענעם קאָמפּאָזיטאָר — וועגן אַרײַנפֿירן עפּעס אַנדערשס אין פּראָגראַם. ניט נאָר ריידן, נאָר אויך עפּעס ליטעראַרישס. האָט ער פֿאָרגעלייגט מאַכן אַ פּראָגראַם פֿון דעם דיכטער לייב נײַדוסעס ווערק…

ווען איך האָב אים געפֿרעגט: „ווער איז לייב נײַדוס?‟, האָט ער מיר דערציילט אַזוי: ווען ער איז געווען אַ יונגער סטודענט אין ווילנער גימנאַזיע, לערנענדיק מוזיק און ליטעראַטור, האָט זײַן לערער געזאָגט דעם קלאַס, אַז ווער סע וויל קענען שרײַבן שיינע, לירישע פּאָעזיע, זאָל זיך לערנען פֿון נײַדוסעס ווערק…

איך אַליין האָב זיך געלערנט אין דער י. ל. פּרץ טאָגשול (און שפּעטער אין ביאַליק מיטלשול) אין מאָנטרעאָל, וווּ די הויפּטשפּראַך בעת די ייִדישע לימודים (עבֿרית, תּנ”ך, ייִדישע געשיכטע), איז געווען ייִדיש. געלערנט האָבן מיר די בעסטע און באַקאַנטסטע ייִדיש־שעפֿערס: לייוויק, האַלפּערן, פּרץ, שלום־עליכם, מאַני לייב, געבירטיג, יהואש, און צענדליקער אַנדערע — ווער מער באַקאַנט, ווער ווייניקער. אָבער דעם נאָמען נײַדוס האָב איך קיינמאָל ניט געהערט. און אַנדערע — מער באַהאַוונט ווי איך, האָבן אויך קוים געקענט זיך עפּעס דערמאָנען וועגן נײַדוסן. עס איז דאָ ממש געווען אַ רעטעניש — אַ פֿאַרגעסענער שרײַבער.

אפֿילו וועגן דער דאַטע פֿון זײַן פּטירה איז ניט קלאָר. אויף עטלעכע וועבזײַטן, למשל, שטייט אַז ער איז ניפֿטר געוואָרן דעם 23סטן יולי 1918.

אָבער לויט זײַן יוגנט־חבר אַבֿרהם זאַק, וואָס איז בײַגעווען אויף נײַדוסעס לוויה, און לויטן געוועזענעם הויפּט פֿונעם אַרגענטינער ייִוואָ, שמואל ראָזשאַנסקי, איז דער פּאָעט געשטאָרבן דעם 23סטן דעצעמבער 1918, און אויף דער לוויה איז טאַקע געלעגן אויף דער ערד אַ ווײַסער שניי (מוסטערווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, באַנד 5, „נײַדוס‟, זײַט 46] הקיצור, די וואָס ווייסן עפּעס וועגן נײַדוסן, געדענקען אפֿשר די פֿאָלגנדיקע פֿאַקטן: ער איז געווען אַ גראָדנער (געוווינט לעבן גראָדנע, אין קוסטין); געשטאָרבן צו 28 יאָר אין 1918 און געשריבן אַ סך ליבעלידער. פֿאַקטיש איז דאָס אַלץ גערעכט. אָבער ער איז אויך געווען אַ וועלט פֿאַר זיך.

במשך פֿון די עלף יאָר פֿון זײַן שעפֿערישקייט (זײַנע ערשטע לידער זײַנען דערשינען צו 17 יאָר), האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט כּלערליי אַספּעקטן פֿון ייִדישן שאַפֿן. דער עיקר האָט ער געשריבן פּאָעזיע. צו אַ צוויי־דרײַ לידער האָט ער אַליין געשאַפֿן מוזיק. ער האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש עטלעכע ווערק פֿון די בעסטע וועלטפּאָעטן (די לידער פֿלעגט מען נוצן אין די ייִדישע שולן). ער האָט אַפֿילו געהאַט געדרוקט געלונגענע סאַטירעס און פֿעליאַטאָנען אונטער עטלעכע פּסעוודאָנימען. די יוגנט האָט אים זייער ליב געהאַט.

לייב נײַדוס האָט מיטן פֿולן אימפּעט פֿון זײַן פּען אויסגעדריקט זײַנע יוגנטלעכע געפֿילן. ער האָט געשריבן אויף עקזאָטישע טעמעס, און אויך וועגן ליבע און דער נאַטור. אַ טייל פֿון די טעמעס זײַנען ניט געווען לויטן געשמאַק פֿון די „טראַדיציאָנעלע‟ שרײַבערס. דער אינהאַלט איז אָפֿט אפֿילו געווען ווײַט פֿון צניעותדיק. דערפֿאַר ווערט זײַן נאָמען אָפֿט פֿאַרבונדן מיט ראָמאַנטיק און נאַטורלידער אָדער פֿאַנטאַסטישע לידער. געווען אַזעלכע וואָס האָבן אים אָפֿענערהייט קריטיקירט וואָס זײַנע לידער „… קלינגען ניט ייִדישלעך…‟.

דער פֿאַקט אָבער איז, אַז פּונקט ווי מיט זײַן אַנדער טעמאַטיק, ווען נײַדוס האָט אָנגעשריבן עפּעס אויף אַ ייִדישער אָדער נאַציאָנאַלער טעמע, האָט ער עס געטאָן אויף אַ גאָר הויכן ניוואָ — קודם־כּל, ווײַל ער איז געווען אַ מײַסטער פֿונעם געשריבענעם וואָרט. ער האָט ניט געהאַט זײַנס גלײַכן וואָס שײך די פֿילפֿאַרביקייט פֿון זײַן שאַפֿן.

צווייטנס, ווען ער האָט זיך גענומען צו אַ טעמע, האָט ער עס געטאָן מיט זײַן גאַנצער נשמה, מיט דער גאַנצער תּאווה פֿון יוגנט — און אויף אַ מײַסטערישן אופֿן.

ווען מע זאָל פֿאַרגלײַכן זײַנע „ייִדישע‟ טעמעס, מיט די „ווייניקער ייִדישלעכע‟, קען מען מיינען, אַז דאָס איז ניט דער זעלבער מענטש, אָדער אַז דאָס זײַנען צוויי ווײַט אָפּגערוקטע תּקופֿות פֿון זײַן שאַפֿן.

ניין, נײַדוס איז געווען, ווי ער האָט זיך אַליין באַשריבן אין זײַנס אַ ליד, „אַ פֿײַער קנויל אינגאַנצן…‟. אַלץ האָט ער געטאָן מיט ברען און אימפּעט. אַלץ האָט ער געוואָלט פֿאַרזוכן, אַלץ אַרײַנכאַפּן, ווי ער וואָלט אפֿשר געהאַט פֿאָרויסגעפֿילט, אַז זײַן לעבן וועט זײַן קורץ.

לאָמיר, צום בײַשפּיל, באַטראַכטן עטלעכע שורות פֿון זײַנס אַ ליד וווּ ער באַשרײַבט זײַן ליטעראַרישן דמיון־וועג פֿון שפּאַצירן אין עקזאָטישע ערטער, און פֿאַרזוכן פֿון די פֿרוכטן וואָס ער טרעפֿט דאָרט:

מײַן וועלט

[פֿראַגמענט]

כ’קען פֿרויען דאָרט ווילדזיניקע,
מיט לײַבער מיט בורשטיניקע,
מיט ליפּן מיט רוביניקע,
ווי זאַפֿטן פֿון גראַנאַט;
זיי שלענגלען זיך און פֿלאַטערן,
די טעכטער פֿון עקוואַטאַרן,
זיי קענען אײַך פֿאַרמאַטערן
און קיינמאָל בלײַבן זאַט.

אין בולטן קאָנטראַסט דערצו, פֿאַרגלײַכט דאָס מיט אַ ליד וווּ ער שילדערט אויפֿן בעסטן און ערלעכסטן אופֿן אמתע, צניִעותדיקע ייִדישע טעכטער:

ייִדישע טעכטער

[פֿראַגמענט]

אָ ליבע, פֿאַרחלומטע, ייִדישע טעכטער,
אין וועמעס געשטאַלטן עס לעבט ניט פֿאַרשטעלט
דער אמתער ייִדישער חן נאָך דער עכטער —
ווי זעלטן מען טרעפֿט אײַך אַצינד אין דער וועלט!

פּונקט פֿאַר אַזעלכע סאָרטן עקזאָטישע „ניט־ייִדישע‟ טעמעס ווי אין „מײַן וועלט‟, האָט מען אים קריטיקירט. נײַדוס האָט זיי געענטפֿערט אין אַ ליד (ווי אַנדערש זאָל אַ פּאָעט זיך פֿירן?), וואָס מיר גיבן דאָ אָן בלויז פֿראַגמענטן דערפֿון:

צו איינעם

[פֿראַגמענטן]

דו זאָגסט: די פֿערזן זײַנען
ניט לויט דעם ייִדישן געשמאַק,
און ס’בלאָנדזשען דאָרטן שײַנען
פֿון אַ געהיימען זאָדיאַק…


אָ גלייב מיר, ליבער ריכטער:
כ’האָב ליב מײַן פֿאָלק אַזוי ווי דו;


איך וויל דורכדעם דערהייבן
די זעל פֿון פֿאָלק, וואָס שמאַכט און קוועלט,
און לייטערן זײַן גלייבן
אין שטאָלצער שיינקייט פֿון דער וועלט!


אַנדערש געזאָגט, גיט נײַדוס אָן, אַז ער איז ניט ווייניקער נאַציאָנאַל געשטימט פֿאַר זײַנע קריטיקערס. ער האָט אָבער אַ מיין דערבײַ, מיטן אַרײַנפֿירן אַ ביסל ניט־ייִדישן „שײַן‟ אין דעם פֿאַרכמאַרעטן לעבן פֿון דעם אָרעמען גערודפֿטן, געפּלאָגטן ייִדן.

אין דער אמתן, האָט ער יע געשריבן אויף נאַציאָנאַלע טעמעס. מיר האָבן פֿון אים לידער און פּאָעמעס וועגן יהודה המכּבי, וועגן כּותל־מערבֿי, וועגן יום־טובֿים, פֿרײַטיק צונאַכטס, חתונה־לידער און נאָך. מיר זײַנען אָבער דאָ ניט אויסן צו ברענגען פֿאַר אײַך בײַשפּילן פֿון אַזעלכע לידער — מיר׳ן געפֿינען אַן אַנדער געלעגנהייט דאָס צו טאָן.

אָט האָט איר עטלעכע בײַשפּילן פֿון די פֿאַנטאַסטישע לידער זײַנע. דער ערשטער איז אַ ליד וואָס באַשטייט פֿון בלויז שין־ווערטער. דער אומפֿאַרגעסלעכער מלך ראַוויטש, האָט אין זײַן באַשרײַבונג אין דער „קאַנאַדער אָדלער‟ וועגן דעם ליד „אַ לעגענדאַרע נאַכט‟ געשריבן אַז „דאָס איז אַ פּערפֿעקטע אַליטעראַציע, אַ יחיד במינו, אַן אוניקום אין אונדזער גאַנצער ליריק. דאָס איז אַ ליד פֿון שטילקייט און שטימונג וואָס באַשטייט פֿון לויטער שין־ווערטער [ווערטער וואָס הייבן זיך אָן מיט אַ שין].‟

אַ לעגענדאַרע נאַכט

שלעסער שלאָפֿן. שאָטנס שפּאַנען.
שווערע שאָטנס שפּרײַזן שטום.
שווימען שורות שוואַרצע שוואַנען,
שטאַרע שוואַנען שווימען אום.

שווענקען שטיינער שטיקער שוימען,
שליוכצן שטײַגן אין דער שטיל.
שכינה־שעהען שטרוימען, שטרוימען,
שימערט שוואַכער שטראַלן־שפּיל.

שײַנען שפּינט ער. שטערן שפּרייט ער.
שיינע שלײַענס שוועבן שמאָל.
שטראָמען־שפּיגל — שיכּור שטייט ער,
שוואַנען שנײַדן שטיל זײַן שטאָל.

שווײַגן שטימען, שלאַנקע שוואַנען
שלײַכן, שלײַכן שרעקלעך־שטום.
שלעסער שלאָפֿן. שאָטנס שפּאַנען.
שווערע שאָטנס שפּרײַזן־אום.

אינעם דאָזיקן ליד, זײַנען פֿאַראַן באַהאַלטענע רמזים צו ייִדישע מאָטיוון, און אַפֿילו צום רבונו־של־עולם אַליין. עס ווערט דאָרט דערמאָנט:

„שכינה־שעהען‟ און „שײַנען שפּינט ער. שטערן שפּרייט ער‟

— ווער איז דער „ער‟, אויב ניט דער בורא־עולם אַליין?

אָט איז נאָך אַ מוסטער פֿון זײַנס אַ פֿאַנטאַסטיש ליד וועגן דעם קאָנטינענט אַטלאַנטיס, וואָס איז — לויט דער לעגענדע — אײַנגעזונקען געוואָרן מיט צענדליקער טויזנטער יאָרן צוריק ערגעץ אין מיטן אַטלאַנטישן אָקעאַן.

די אַטלאַנטידע

מיליאַרדן ווײַט פֿון דאַנען,
אויף דעם גרונט פֿון אָקעאַנען,
וווּ די פּערל־קאַראַוואַנען
טרוימען מלכותדיק און באַנג,
ליגט אַן אינדזל טיף פֿאַרזונקען,
פֿון אַ לאַנגער צײַט פֿאַרטרונקען,
טויב פֿאַר רעש און בלינד פֿאַר פֿונקען,
ווײַט פֿון ערדישן געדראַנג.

ווי אַ ריזן־זעל אַ מידע,
ווי אַ ריזן פּיראַמידע,
שלאָפֿט די אַלטע אַטלאַנטידע —
פֿון זכרונות אַ געצעלט;
און מיט זאַמד באַפּרעסט אינגאַנצן,
מיט צעדרייטע ימען פֿלאַנצן,
ווילדע מוראהדיקע קראַנצן
אויף אַ קבֿר פֿון אַ וועלט.

און מיט אייפֿערזוכט מיט קאַלטער
היט זײַן רויב דער ים אור־אַלטער
ווילד־געטרײַ זײַן שאַץ באַהאַלט ער
אין דעם כוואַליעס קאַראַהאָד;
גייען שיפֿן דורך מיט פֿראַכטן —
קוקט ער שטרענג און מיט פֿאַרדאַכטן,
ווי די שיפֿן וואָלטן טראַכטן —
אים אַוועקרויבן זײַן סוד.


ס’טרעפֿט פֿאַרנאַכט, אַמאָל, כאָטש זעלטן,
ווי אַ גרוס פֿון ניט־דאָ־וועלטן,
פֿון פֿאַרבאָרגענע געצעלטן,
שטײַגן קלאַנגען פֿון דער גרונט;
ווי אַ שטים פֿון ווײַטע ווייען,
ווי דערוואָרגענע געשרייען —
זשומען, ברומען, און פֿאַרגייען,
מיט אַ שטילן „זײַט געזונט‟.

אָט דאָס ליד האָט לייב נײַדוס געשריבן ווען ער איז אַלט געווען 25 יאָר, און נאָך ייִנגער איז ער געווען ווען ער האָט געשאַפֿן די „לעגענדאַרע נאַכט‟ וואָס איז געבויט אויף שין־ווערטער.

אָט איז נאָך אַ ליד אויף אַזאַ טעמע. נאָר פֿריִער, אַן אויפֿקלערונג פֿון צוויי ווערטער: „גנאָמען‟ זײַנען שרעטעלעך, אָדער קליינע מענטשעלעך וואָס ברענגען גליק; און „נימפֿע‟ איז אַ וואַסער־מיידל.

לעגענדע

עס שלאָפֿן די גנאָמען,
אַ דופֿט אָן אַ נאָמען
פֿאַרוויגט שוין די שטראָמען,
באַווײַזט זייער וועג;
און ס’נעמען זיך ווײַזן
דורך זילבערנע קרײַזן
ווײַס־בערדיקע גרײַזן,
וואָס שפּרײַזן צום וועג.

אַן אָפּשײַן, אַ בלאַסער,
באַגלייט זיי פֿון וואַסער,
דער קערפּער דער נאַסער
שווימט־צו צו דער ערד;
און ס’נעמען די קראַנצן
פֿון טײַכיקע פֿלאַנצן
נאָך שענער צו גלאַנצן
בײַ זיי אין די בערד.

ניט ווײַט, אויף די ברעגן,
וואָס זײַנען אַנטקעגן,
געפֿינט זיך ביי וועגן
אַ טונקעלע הייל;
עס שלאָפֿט דאָרט מײַן חלום,
ס’באַדעקט אַ קרישטאָל אים
און שטיל ווי דער שלום
ברענט הייליקער אייל.

און ס’קומען אין איינעם
אַהינצו די זקנים,
די האַרציקע שכנים
פֿון נימפֿע און גנאָם —
און טראָגן אַריבער,
דורך גראָזן און גריבער,
מיט פֿאָרזיכט, מיט ליבער,
מײַן חלום צום שטראָם…

זיי לאָזן זיך ווידער
אַראָפּ אין דער נידער
און ברענגען־מיט לידער
דעם הייליקן גאַסט;
זיי גיבן צו וויסן
און ס’קומען צו פֿליסן
די נימפֿן באַגריסן,
אין גרינסן געפֿאַסט.

די — גיט אים אַ קריינדל,
די — שענקט אים אַ חנדל,
און יענע —אַ שטיינדל,
אַ ברעקל בורשטין,
און נעמען זיך דרייען,
אין דרײַען, און צווייען,
אין לופֿטיקע רייען
אַהער און אַהין.

זיי שוועבן און שפּינען
אַזוי ביז באַגינען —
לבֿנה־גאַרדינען,
וואָס הילן אים אײַן;
און ס’שמייכלט דורך טרויער
מײַן חלום, מײַן בלויער,
ביז ס’עפֿנט זײַן טויער
דער זוניקער שײַן

אייגנאַרטיק איז געווען דאָס קורץ לעבן פֿון דעם דאָזיקן דיכטער, און אייגנאַרטיק איז אויך געווען זײַן שאַפֿן.

ווי שיין די לידער, די ווערטער און זייערע פֿאַנטאַסטישע בילדערישע סצענעס זאָלן, אָבער, ניט זײַן, געפֿינען מיר זיך, ליידער, אין א נײַער וועלט, וואו דאָס געשריבענע וואָרט האָט ווייניקער אײַנפֿלוס, און דאָס בילד, און ספּעציעל אין באַוועגלעכער פֿאָרמאַט (פֿילם, טעלעוויזיע, ווידעאָ, און אַנימאַציע), הערשט.

עס איז מײַן פּלאַן, דעריבער, אָפּצוקלײַבן עטלעכע פֿון לייב נײַדוסעס לידער און שאַפֿן אַנימירטע פֿילמען וואָס זאָלן אַרויסברענגען די שיינקייט, מײַסטערשאַפֿט, און כוח, פֿון נײַדוסעס דיכטערישער שעפֿערישקייט אויף אַ וויזועלן אופֿן, דער עיקר פֿאַר אַזעלכע וואָס פֿאַר זיי וואָלט געווען שווער צו פֿאַרשטיין פֿון בלויז דעם געשריבענעם וואָרט אַליין.

לאָמיר טאַקע זען ווי אַזוי צו באַלעבן און ווידער אויפֿלעבן נײַדוסעס פֿאַנטאַסטיק דורך דער מעדיום פֿון פֿילם אַנימאַציע.

נאָך מער פּרטים, זעט //leyblsvelt.co.il/lv-Naydus-Proyekt.html

לייבל באָטוויניק, איז אַ קאַנאַדער־געבוירענער ייִדישער פּאָעט און שרײַבער, און וווינט אין מדינת־ישׂראל. ער איז אַ געוועזענער קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿטלער מיט דערפֿאַרונג אויך אין פֿילם־אַנימאַציע, און שרײַבט איצט אַ מאַגיסטער־אַרבעט אויף דער טעמע „ייִדישע אַנימירטע פֿילמען‟, פֿאַרן בר־אילן אוניווערסיטעט.