כ׳ווייס נישט ווי אײַערע זיידעס, נאָר ביזן הײַנטיקן טאָג איז מײַן זיידע יעקבֿ־ניסן גלעזער מיר געבליבן אַ רעטעניש. ווער איז ער געווען? צי איז ער געווען סתּם אַ ייִד ווי אַלע ייִדן פֿון זײַן דור און סבֿיבֿה, צי אויף עפּעס אַן אופֿן אַ יחיד במינו? כאָטש איבער דרײַסיק יאָר לעבט ער שוין נישט און כאָטש כ׳האָב אים דאָך פֿאָרט איבער צוואָנציק יאָר געקענט, קען איך זיך צו דעם מענטש נישט דערגרונטעווען, וויפֿל כ׳זאָל אין אים נישט אַרײַנטראַכטן.
קינדווײַז האָב איך, אַזוי ווי אַלע קינדער, געמיינט, אַז מײַן זיידע, מיט זײַן ליסינע און ציינפּראָטעז, איז געבוירן געוואָרן אַ זעכציקער. אַז מע האָט מיר באַוויזן אַ פֿאָטאָ פֿֿון די 1920ער, ווען ער איז געווען ערשט עטלעכע און צוואָנציק יאָר אַלט, האָב איך זיך פֿאַרחידושט: אָט דאָס איז ער?!
נישט איין מאָל האָב איך אים געפֿרעגט וועגן זײַנע קינדער־יאָרן, נאָר ער׳ט קיין מאָל נישט געוואָלט דערציילן — ווער געדענקט דאָס וואָס ס׳איז געשען אַזוי לאַנג צוריק? פֿלעג ער ענטפֿערן, אַזוי ווי מע וואָלט עס געקענט אין גאַנצן פֿאַרגעסן. כ׳האָב אַפֿילו איין מאָל גענומען דעם לאַנגן פֿרעגבויגן פֿונעם ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס און אים אָנגעהויבן אויספֿרעגן סיסטעמאַטיש, נאָר אויך דאָס האָט גאָר נישט געהאָלפֿן. בין איך געבליבן מיט שטיקלעך און ברעקלעך.
וואָס ווייס איך יאָ? אַז דער זיידע איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין אַן ערדאַרבעטערישער קאָלאָניע גערשאָנאָווקע, אין דרום־מערבֿ־פּאָדאָליע. כאַראַקטעריסטיש איז דאָס, וואָס דעם נאָמען פֿון דער קאָלאָניע האָב איך זיך דערוווּסט נישט פֿון אים, נאָר פֿון מרדכי שעכטער — מיר פֿלעג ער נאָר זאָגן „קאָלאָניע“. ערשט ווען ער האָט צופֿעליק באַגעגנט שעכטערן בײַם ייִדישן טעאַטער האָט ער אים אויסגעזאָגט דעם „סוד“. געלערנט האָט ער נישט מער ווי עטלעכע יאָר אין חדר — אויף אַ קאָלאָניע האָט מען אַוודאי געהאַט גרעסערע דאגות ווי חומש מיט רשי — איז ער, אָבער, געווען אַ דורכגעטריבענער און אַ גאַנץ לעבן געהאַלטן, אַז אַלע נייטיקע קענטענישן נעמען זיך פֿון דער לעבנס־פּראַקטיק, נישט פֿון זיצן און קוועטשן אַ באַנק. אַפֿילו נאָך דעם וואָס אַזאַ סך משפּחה־גלידער האָבן שוין געהאַט העכערע בילדונג און געוואָרן דאָקטוירים און פּראָפֿעסאָרן, האָט ער אונדז ווײַטער געהאַקט אין קאָפּ אַרײַן, אַז ער ווייסט בעסער פֿון די אַלע געלערנטע ווי צו געפֿינען אַן עצה — און אַ סך מאָל איז ער געווען גערעכט.
געקומען אַהער איז ער צו אַן ערך 16 יאָר, פּורים 1913. אַן אַנדערער אויף זײַן אָרט וואָלט זיך אַוודאי אויסגעלערנט גוט ענגליש און אין גאַנצן אויסגעגרינט, נאָר נישט ער — ס׳גאַנצע לעבן גערעדט ווי אַ גרינער און אַרויסגערופֿן אַ געלעכטער בײַ דער גאַנצער משפּחה, אַפֿילו בײַ דער באָבע, וואָס זי האָט זיך שפּראַכיק יאָ אַרײַנגעפּאַסט אין דער היגער סבֿיבֿה. אויב דאָס איז ווייניק, האָט ער ביזן סוף זיך אײַנגעשפּאַרט און ווײַטער גערעדט זײַן פּאָדאָליער „טאָטע־מאָמע־לשון“, וואָס די ייִדיש־רעדערס פֿלעגן פֿון דעם חוזק מאַכן. אָט האָט ער איין מאָל אָנהייב פּסח זיך אַרויסגעכאַפּט מיטן וואָרט „מאָצע“ (ד״ה, מצה), האָט מען אים דעם גאַנצן יום־טובֿ נאָכגעקרימט. נאָר אָט דעם חוזק מאַכן פֿלעג ער אַוועקמאַכן מיט דער האַנט, אַזאַן עקשן איז ער געווען, קיין מאָל זיך נישט צוגעפּאַסט צו קיינעם.
חוץ דעם האָט ער פֿאַר קיינעם קיין מורא נישט געהאַט. געוווינט האָבן זיידע־באָבע אין איסט־ניו־יאָרק, דאָרטן האָט ער געהאַט זײַן דרוקערײַ — ווי אַזוי פֿון אַן ערדאַרבעטעריש קינד איז געוואָרן אַ דרוקער ווייס איך נישט — און צוליב זײַן עקשנות זענען זיי דאָרטן געבליבן לאַנג נאָך דעם ווי אַלע אַנדערע דאָרטיקע ייִדן זענען זיך צעפֿאָרן.
אַז די משפּחה האָט בײַ אים געפּועלט זיך איבערצוקלײַבן, אַרום 1970, האָט ער, אָבער, דאָרטן ווײַטער געהאַלטן זײַן דרוקערײַ; נישט־געקוקט דערויף, וואָס אין יענער צײַט האָט דאָס געשמעקט מיט סכּנות־נפֿשות — און אפֿשר טאַקע דערפֿאַר, ווײַל דער זיידע האָט ליב געהאַט אַרויסשטעלן אַ פֿײַג, ווײַזן אַז ער קען דאָס וואָס אַנדערע נישט. איז דאָך נישט קיין חידוש, וואָס — וויפֿל מאָל ווייס איך נישט — מע האָט זיידע־באָבע באַגזלט און נאָך געסטראַשעט מיט געווער דערצו. מע פֿלעג אַרײַן אין געשעפֿט און בײַ זיי צוגזלען ס׳ביסל געלט זייערס; מע האָט זיי צוגעגנבֿעט איין אויטאָ און נאָך עטלעכע מאָל געפּרוּווט. נאָר דער זיידע האָט, ווי געזאָגט, קיין מורא נישט געהאַט. ווען ער האָט איין מאָל געהאַלטן בײַם אַרײַנגיין אין אויטאָ און ס׳איז פּונקט אונטערגעקומען אַ יונגער גזלן, בײַ אים צוגענומען דעם שליסל און געהייסן אים זיך אָפּטראָגן, האָט ער געפֿאָלגט; אָבער די מעשׂה האָט ער שפּעטער דערציילט נישט מיט שרעק, נאָר פֿאַרקערט, אַז מילא וואָס איין מאָל האָט מען אים באַגזלט, נאָר קיין צווייט מאָל שוין נישט… כּך הוה: אין אַ שיינעם טאָג זיצט ער שוין בײַם רעדל, קומט אָן אַ יונג און הייסט אים אַרויסגיין פֿון אויטאָ. האָט ער געפֿאָלגט? חלילה! ער האָט דעם מאָטאָר געלאָזט אין גאַנג, אַ קוועטש געטאָן אויפֿן גאַז און אָפּגעפֿאָרן, שיִער נישט איבערפֿאָרנדיק דעם גזלן דעם לא־יוצלח. שפּעטער האָט ער דאָס אונדז דערציילט פּרטימדיק און גאָר מיט שטאָלץ.
דאָס איז אַן אָפּשאַצונג פֿונעם זיידן בתּכלית הקיצור — וועגן אים קען מען נאָך שרײַבן און שרײַבן. בלײַבט, אָבער נאָך אַלץ, ס׳רעטעניש: איז ער געווען אַ יחיד במינו? כ׳וועל אַוודאי קיין מאָל נישט וויסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.