מיט עטלעכע חדשים צוריק האָב איך געשריבן וועגן מײַן איבערלעבונג אויף אַן אונטערנעמונג פֿון קאַפֿע אייראָפּע, דאָ אין אַווענטוראַ, פֿלאָרידע.
קאַפֿע אייראָפּאַ איז אַ נאָכמיטאָג־פּראָגראַם פֿון קאָנצערטן און רעדעס געווידמעט די געראַטעוועטע פֿונעם חורבן, אָרגאַניזירט דורכן ייִדישן „פֿעמילי סערוויסעס‟ אין אַווענטוראַ, פֿלאָרידע. דעבראַ (דבֿורה) קיי גיט זיך אָפּ דערמיט שוין יאָרן לאַנג מיט לײַב און לעבן.
כאָטש דאָס לעצטע מאָל איז דער קאַפֿע אייראָפּע מיר נישט געווען צום האַרצן, קען איך אײַך פֿאַרזיכערן אַז דאָס מאָל איז אַלץ צוגעגאַנגען ווי געשמירט. ס׳איז געווען ייִדישלעך, מיט ייִדישע לידער און אַ ייִדישן טעם.
אויף דער פּראָגראַם גרייט מען אָן פֿאַרן עולם פֿון אַלעם גוטן, מע סערווירט זיי מיט אַ מאָלצײַט, מע באַשטעלט פֿאַר זיי אַן אָרקעסטער כּלי־זמר, זינגער מיט ייִדישע לידער, רעדעס אויף ענגליש, אַלץ אויף ענגליש, כאָטש די חבֿרה געראַטעוועטע זײַנען אויסגעוואַקסן בײַ ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות אין פּוילן, ליטע און אונגערן. מײַן שכן בײַם טיש, יודזשין אריה לייב לייבאָוויטש, האָט זיך מודה געווען פֿאַר מיר אַז אין בודאַפּעשט, אונגערן האָט מען נאָר גערעדט אונגעריש. ער אַליין אָבער האָט גערעדט אַ געשמאַקן ייִדיש.
די גאַנצע שׂמחה, אויב מע קען עס אַזוי רופֿן, איז פֿאָרגעקומען אין טעמפּל בית־תורה אין אַווענטורע. דער זאַל איז געווען געפּאַקט מיט אַן ערך זעקס הונדערט ייִדן. די עלטערע מענער און פֿרויען האָבן מיטגעבראַכט זייערע קינדער און אייניקלעך, אַזוי אַז ס׳איז צוגעגאַנגען משפּחהדיק. די איינציקע זאַך וואָס האָט מיר אַביסל צעשטערט די שׂמחה איז געווען נאָך דעם ווי מײַן אַבֿרהמל (אַבֿי) האָט געזונגען דעם פּאַרטיזאַנער הימען אויף ייִדיש. מענטשן האָבן זיך אויפֿגעשטעלט און מיטגעזונגען, און נאָכן ליד האָט אַבֿרהמל דערקלערט אַז אַנטיסעמיטיזם האָט זיך ווידער באַוויזן סײַ דאָ אין אַמעריקע און סײַ אין אייראָפּע. שטעלט זיך אויף אַ ייִנגערע חבֿרהמאַנקע און נעמט פֿאָכען מיט די הענט ווי עס וואָלט בײַ איר אונטערגעגאַנגען אַ שיף מיט פּוטערמילך. וואָסי? די חכמה בלילה האָט געטענהט אַז מע טאָר נישט דערמאָנען קיין וואָרט וועגן אַנטיסעמיטיזם, דער עולם וויל נישט הערן דערפֿון. פֿון וואַנען נעמט זיך אַזאַ נאַרישקייט צו אַ מיטליעריקער פֿרוי? איין גאָט ווייסט.
מײַן שכן בײַם טיש האָט מיר דערציילט אַז צווישן עולם געפֿינט זיך אַ ייִד וועלכער איז געווען איינער פֿון די קרובֿ 900 ייִדן, אַנטלאָפֿענע אין 1939 פֿון די דײַטשע רוצחים, וואָס זענען געפֿאָרן מיט דער שיף „סיינט לויִ‟ אויף דער טראַגישער נסיעה קיין קובאַ. סײַ קובאַ סײַ די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט נישט צונגעלאָזט די שיף צו זייערע ברעגן, האָט זי געמוזט זיך אומקערן קיין אייראָפּע, וווּ אַ פֿערטל פֿון די פּאַסאַזשירן זענען אומגעקומען אינעם חורבן.
דערזעענדיק מײַן אינטערעס האָט דער גוטער שכן מיך צוגעפֿירט צו דעם ייִדן און איך האָב אַזוי, שטייענדיק על רגל אחת, אויף איין פֿוס, גענומען כאַפּן אַ שמועס מיטן „סיינט לויִ‟ פּאַסאַזשיר.
אונדזער שמועס איז פֿאָרגעקומען אויף ייִדיש. ער איז געזעסן בײַם טיש מיט אַן עולם ייִדן, האָב איך זיך אים געשטעלט צוקאָפּנס מיט אַ שטיקעלע פּאַפּיר אין האַנט און פּרובירט אויפֿכאַפּן יעדעס וואָרט:
„שלום־עליכם אײַך, ר׳ ייִד!‟ האָב איך אים באַגריסט. „איך וויל כאַפּן מיט אײַך אַ שמועס, לגבי דער שיף ׳סיינט לויִ׳ און אָפּדרוקן עס אין ייִדישן פֿאָרווערטס אין ניו־יאָרק. זײַט איר מסכּים?‟
„מיט פֿאַרגעניגן!‟ האָט ער צוגעשטימט.
איך האָב פּרובירט אַדורכברעכן זיך דעם רעש פֿון די קולות אַרום אונדז, די מוזיק פֿון אָרקעסטער און דעם טומל פֿון פֿולע טאַצן עסנוואַרג וואָס די קעלנער האָבן געלייגט אויף די טישן, און קוים מיט צרות האָב איך פּרובירט ווײַטער פֿירן דעם שמועס:
„קודם זאָגט מיר, ר׳ ייִד, ווי הייסט איר?‟
„איך הייס הערבערט קאַרלינער.‟
פֿאָר איך ווײַטער, האַלטנדיק אין האַנט מײַן שטיקעלע פּאַפּיר וואָס האַלט זיך אין איין צעקנײטשן: „און פֿון וואַנען קומט איר?‟
ענטפֿערט ער: „איך בין געבוירן געוואָרן אין שלעזיע און בין שוין 93 יאָר אַלט. ווען איך בין געווען אַ בחורל פֿון דרײַצן יאָר איז אויסגעבראָכן די מלחמה, בין איך און מײַן עלטערער ברודער אַנטלאָפֿן און ווי נישט איז געלאַנדעט אויף דער שיף וואָס האָט געהאַט בדעה צו פֿאָרן קיין קובאַ, האָבן מיר זיך אַרײַנגעגנבֿעט צווישן אַ ריזיקן עולם ייִדן, און די שיף איז אָפּגעפֿאָרן.‟
דער ייִד דערציילט מיר ווײַטער אַז די „סיינט לויִ‟, מיט די איבער 900 ייִדישע פּליטים, האָט געלאַנדעט אין קובאַ און געוואַרט אויסצושטײַגן, אָבער דער קאַפּיטאַן האָט זיך געאַמפּערט מיטן פּרעזידענט פֿון קובאַ וועלכער האָט זיך אַנטקעגעשטעלט, דער עיקר צוליב דעם וואָס אַלע פּאַסאַזשירן זײַנען געווען ייִדן, און געפֿאָדערט זיי זאָלן גלײַך פֿאַרלאָזן דעם פּאָרט. איז די אומגליקלעכע שיף אַוועק קײַן מיאַמי, פֿלאָרידע און דער קאַפּיטאַן האָט אויפֿדאָסנײַ גענומען זיך אַמפּערן, דאָס מאָל מיטן „גוטן‟ (מ׳שטײַנס געזאָגט) אַמעריקאַנער פּרעזידענט פֿרענקלין דעלאַנאָ רוזוועלט וועלכער האָט אויך נישט דערלויבט די ייִדן אויסצושטײַגן. אַ פּאָר האָבן זיך געוואָרפֿן אין וואַסער אַרײַן און די איבעריקע פּאַסאַזשירן זײַנען געבליבן שטעקן צווישן האַמער און קאָוואַדלע, נישט אַהין און נישט אַהער. זעט אויס אַז רוזוועלט און זײַנע משרתים, שׂונאי ישׂראל, האָבן נישט באַוויליקט די אומגליקלעכע שיף צו לאַנדן, האָבן זיי געמוזט צוריקפֿאָרן פֿון וואַנען זיי זײַנען געקומען. די שיף האָט געלאַנדעט אין פּאַריז, איז הערבערט קאַרלינער מיט זײַן ברודער אַרויס און באַלד דערזען דאָס אומגליק, אומעטום די ווערמאַכט. האָבן די ברידער געמוזט זיך באַהאַלטן אין אַ קעלער בײַ אַ פֿראַנצייזישן פּויער ביז די קריג האָט זיך געענדיקט.
אין 1946 איז הערבערט אָנגעקומען קיין אַמעריקע און גלײַך קיין מיאַמי. דאָ האָט ער געעפֿנט אַ בעקערײַ, חתונה געהאַט און געוואָרן אַ טאַטע פֿון צוויי מיידעלעך. הײַנט איז ער שוין אַ ייִד אין די יאָרן און איז גליקלעך אַז ער איז נאָך אַלץ פֿעיִק צו פֿאַרברענגען אין „קאַפֿע אייראָפּע‟ צווישן פֿרײַנט און באַקאַנטע. אַ לעבן אויף זײַן קאָפּ!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.