אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון די גרױסע אײפּראָעיִשע הױפּטשטעט, אַזעלכע װי בערלין, פּאַריז, װין, לאָנדאָן, פּעטערבורג, שטאַרק געװאַקסן — אַ פּועל־יוצא פֿון דער מאַסן־מיגראַציע פֿון די פּראָװינציעלע שטעט און שטעטלעך, װוּ ייִדן האָבן געהאַט געלעבט אין משך פֿון הונדערטער יאָרן. אַװדאי זײַנען ייִדן געװען ניט די אײנציקע מענטשן, װאָס האָבן זיך אַריבערגעקליבן פֿון די פּראָװינצן אין גרױסע שטעט, אָבער די פּראָפּאָרץ פֿון מיגראַנטן צװישן ייִדן איז געװען העכער אײדער צװישן קריסטן. די מיגראַציע האָט דראַמאַטיש געענדערט דעם סאָציאַלן, קולטורעלן, און רעליגיעזן פּנים פֿונעם אײראָפּעיִשן יידנטום. די אײראָפּעיִשע הױפּטשטעט זײַנען געװאָרן די צענטערס פֿון דער ייִדישער פּאָליטיק, קולטור, רעליגיע און פֿילאַנטראָפּיע. אײנצײַטיק האָבן ייִדן פֿאַרנומען אַ בולטן אָרט אין דער קולטור, װיסנשאַפֿט, װירטשאַפֿט און פּאָליטיק פֿון געהעריקע אײראָפּעיִשע לענדער.
אין מערבֿ־ און צענטראַל־אײראָפּע איז דער דאָזיקער פּראָצעס געגאַנגען רעלאַטיװ גלאַטיק, װײַל ייִדן האָבן באַקומען גלײַכע בירגערלעכע רעכט מיט קריסטן און האָבן מער ניט געהאַט קײן לעגאַלע מניעות װאָס שײך זײער װױנאָרט. אַנדערש איז געװען אין רוסלאַנד, װוּ עס האָבן געװױנט די מערהײט פֿון אײראָפּעיִשע ייִדן. פּעטערבורג, די הױפּטשטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, האָט זיך געפֿונען מחוץ דעם תּחום־המושבֿ ביזן סאַמע סוף פֿון דער רוסישער אימפּעריע אין 1917. בלױז רײַכע און פּראָפֿעסיאָנעל־געבילדעטע ייִדן האָבן געהאַט דאָס רעכט זיך צו באַזעצן אין דער שטאָט. אַװדאי, האָט אַ צאָל ייִדן זיך אױך אַרײַנשמוגלען אין דער הױפּטשטאָט דורך כאַבאַר און פֿיקטיװע מאַניפּולאַציעס. דערפֿאַר האָבן מיר ניט קײן גענױע סטאַטיסטיק פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.
לכאורה װאָלט אַ פֿאַרגלײַך צװישן דעם ייִדישן לעבן אין פּאַריז, בערלין און פּעטערבורג ניט געװען פּינטקלעך, װײַל דער לעגאַלער מצבֿ פֿון ייִדן דאָרט איז דאָך געװען אַ גאָר פֿאַרשײדענע. אָבער װי עס באַװײַזט די שטודיע פֿון שׂרה װאָביק־סגבֿ, „הײמען װײַט פֿון דער הײם: ייִדישע צוגעהעריקײט אין פּאַריז, בערלין און סאַנקט־פּעטערבורג אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט‟, איז דאָס ייִדישע לעבן אין פּעטערבורג געװען מער ענלעך אױף בערלין און פּאַריז אײדער אױף די שטעטלעך פֿונעם תּחום־המושבֿ. דאָס רוסישע ייִדנטום איז געװען ניט נאָר גרעסער ווי דאָס פֿראַנצױזישע אָדער דאָס דײַטשישע, אָבער עס איז אױך געװען אַ סך מער פֿילמיניק. דער קולטורעלער און עקאָנאָמישער מהלך צװישן די פּני פֿון פּעטערבורגער ייִדנטום און דעם עמך אין די שטעטלעך איז געװען אַ סך ברײטער ווי דער אונטערשיד צװישן הױפּטשטאָטישע און פּראָװינציעלע ייִדן אין דײַטשלאַנד און פֿראַנקרײַך.
„הײמען װײַט פֿון דער הײם‟ באַטאָנט דװקא די ענלעכקײטן צװישן די דרײַ הױפּטשטאָטישע ייִדישע קהילות. די מחברין באַטראַכט יענע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן קיום, װאָס זײַנען געװען נײַ פֿאַרן לעבן אין גרױסע שטעט. ייִדן האָבן דאָ אױסגעפֿונען נײַע מינים קאָלעקטיװע אַקטיװיטעטן און פֿאַרװײַלונג, כּדי אונטערצושטיצן זײער נאַציאָנאַלן, קולטורעלן און רעליגיעזן אחדות אין דער נײַער סבֿיבֿה. די ייִדישע אינטעליגענץ האָט זיך געטראָפֿן אין זײערע באַליבטע קאַפֿע־הײַזער און קלובן, מען האָט געשאַפֿן סטודענטישע ברודערשאַפֿטן, אױפֿגעבױט פּרעכטיקע שילן, װוּ גבֿירים האָבן געהאַט רײַכע חתונות מעשׂה קריסטלעכע אַריסטאָקראַטיע.
מערקװירדיק, אַז דװקא אין די גרױסע שטעט האָט חנוכּה באַקומען אַ ספּעציעל חשיבֿות. ערשטנט, האָט דער יום־טובֿ געדינט װי אַ מין במקום פֿאַר ניטל, װען ייִדישע קינדער האָבן באַקומען מתּנות פּונקט װי זײערע קריסטלעכע חבֿרים. צװײטנס האָט חנוכּה באַקומען אַ סימבאָלישן באַטײַט פֿאַר ציוניסטן װי אַ יום־טובֿ פֿון נאַציאָנאַלן אױפֿקום. ציוניזם איז אַלײן געװען אַ גרױסשטאָטישער פֿענאָמען, אַ פּאָליטישער ענטפֿער אויפֿן אַסימילירטן ייִדישן מיטלשטאַנד אױף דעם צוּװוּקס פֿון נאַציאָנאַליזם און אַנטיסעמיטיזם אין אײראָפּע.
װאָביק־סגבֿ באַנוצט זיך מיט אַ היפּשער צאָל קװאַלן, צװישן זײ — פּריװאַטע זכרונות, אַנאָנסן אין צײַטונגען און אָפֿיציעלע דאָקומענטן. צו מאָל אָבער איז די דאָקומענטאַלע באַזע פֿון איר פֿאָרשונג גאַנץ שיטער, בפֿרט װען עס קומט צו מאַטעריאַל אױף ייִדיש. צוליב דעם איז איר פּאָרטרעט פֿונעם ייִדישן לעבן אין די גרױסע שטעט אַ ביסל קרומלעך. זי נעמט כּמעט ניט אין באַטראַכט דעם קלאַסן־אַספּעקט, די שאַרפֿע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע חילוקים צװישן פֿאַרשידענע גרופּעס ייִדן, װי למשל צװישן דעם מיטלקלאַס אין מערבֿ־בערלין און די אָרעמע פֿרומע מיזרח־ייִדן אין דער צענטראַלער געגנט אַרום גרעאַנדיר־שטראַסע. די שפּאַנונג צװישן די צװײ ייִדישע עדות װערט לעבעדיק אױסגעמאָלט אין די ראָמאַנען פֿון שלום אַש און י. י. זינגער. שלום אַש מאָלט אַ רײַך סאַטירישן ביל פֿון רײַכע ייִדישע סאַלאָנען אין פּעטערבורג, אַ װיכטיקער פֿענאָמען, װאָס װערט אױך ניט באַרירט אינעם בוך. דער דוחק פֿון מקורים װערט ספּעציעל בולט װען עס קומט צו פּעטערבורג. דאָ װערט אין גאַנצן ניט דערמאָנט אַזאַ װיכטיקער מקור װי שאול גינזבורגס שטודיע „אַמאָליקער פּעטערבורג‟!
דער חױפּט־טעזיס מכּוח דער ענלעכקײט פֿון נײַע ייִדישע לעבנספֿאָרמען צװישן די דרײַ אײראָפּעיִשע הױפּטשטעט איז ריכטיק בלױז װי װײַט מען רעדט װעגן דער גבֿירישער עליט און דעם סוחרישן און פּראָפֿעסיאָנעלן מיטלשטאַנד. זײער צאָל איז געװען גאַנץ קנאַפּ אין רוסלאַנד אין פֿאַרגלײַך מיט פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד. חוץ דעם קאָן מען רעדן בלױז װעגן דעם סאַמע אָנהײב פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט ביזן אױסבראָך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. נאָך דעם זײַנען ייִדן אין פּאַריז, בערלין און סאָװעטישן לענינגראַד געגאַנגען אין ביז גאָר פֿאַרשידענע דרכים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.