צום ערשטן מאָל זינט 1998 וועלן די סטודענטן פֿון ייִדיש זיך הײַיאָר ניט קענען לערנען די שפּראַך אין ווילנע.
דער אָרטיקער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז די הײַיאָריקע פּראָגראַם, וואָס האָט געדאַרפֿט פֿאָרקומען פֿונעם 15טן יולי ביזן 9טן אויגוסט, איז אַנולירט געוואָרן. אַ מענטש וואָס ווייסט וועגן דער סיטואַציע אָבער האָט ניט געוואָלט אָנגעבן זײַן נאָמען צוליב זײַן פֿאַרבינדונג מיט דער פּראָגראַם, האָט דערקלערט, אַז מע האָט אַנולירט די פּראָגראַם צוליב אַ דוחק אין געלט. „פֿאַקטיש האַלט איין גרויסער מנדבֿ אויף די פּראָגראַם,‟ האָט דער קוואַל דערקלערט.
די פּראָגראַם האָט געגרינדעט ד׳׳ר דוד כּ׳׳ץ אין 1982. לכתּחילה איז זי דורכגעפֿירט געוואָרן אין אָקספֿאָרד. אין 1998 האָט כּ׳׳ץ זי אַריבערגעפֿירט קיין ווילנע און אין 2001 איז די פּראָגראַם געוואָרן אַ טייל פֿונעם נײַעם ייִדיש־אינסטיטוט אונטער דער השגחה פֿון ווילנער אוניווערסיטעט. שפּעטער איז ד׳׳ר כּ׳׳ץ אָפּגעזאָגט געוואָרן פֿון זײַן שטעלע אינעם אוניווערסיטעט אַרום דער זעלבער צײַט וואָס ער איז געוואָרן אַ שטאַרקער קעגנער פֿון דער ליטווישער רעגירונגס שיטה צום חורבן. שפּעטער האָט כּ׳׳ץ קריטיקירט די פּראָגראַם וואָס ער האָט געגרינדעט, פֿאַר לאָזן זיך ווערן אונטערגעשטיצט פֿון דער ליטווישער רעגירונג, כאָטש די זעלבע רעגירונג טענהט אַז די ליטווינער האָבן דורכגעמאַכט אַ גענאָציד במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, פּונקט ווי די ייִדן.
ניט געקוקט אויף דער קאָנטראָווערסיע, איז די ייִדיש־זומער־פּראָגראַם נאָך 11 יאָר געבליבן אַקטיוו אָן ד׳׳ר כּ׳׳צן אַ דאַנק די אויסלענדישע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן, וואָס זענען געקומען דאָרטן לערנען.
די זומער־פּראָגראַם האָט אויסגענומען בײַ די ייִדיש־סטודענטן ניט בלויז צוליב די קלאַסן, נאָר אויך, ובפֿרט, אַ דאַנק דעם, וואָס מע האָט געקענט באַזוכן די ערטער פֿאַרבונדן מיטן אַמאָליקן „ירושלים ד׳ליטא‟ אויף טורן אָנגעפֿירט פֿון די, וואָס זענען דאָרטן אויפֿגעוואַקסן. די ביבליאָטעקאַרשע פֿונעם אינסטיטוט, פֿאַניע בראַנצאָווסקי, וואָס האָט פֿאַרענדיקט די אָרטיקע ייִדישע רעאַל־גימנזאַזיע און איז געווען אַ פּאַרטיזאַנקע אין די וועלדער לעבן ווילנע, האָט אָנגעפֿירט מיט טורן אויף ייִדיש פֿון דער שטאָט און פֿונעם פּאַרטיזאַנער פֿאָרט, וווּ זי האָט געוווינט נאָך דער ליקווידאַציע פֿון ווילנער געטאָ. שוין 96 יאָר אַלט, אַרבעט זי ווײַטער ווי די אָרטיקע ביבליאָטעקאַרשע.
אַ סך ווילנער פּערזענלעכקייטן האָבן רעגלמעסיק געהאַלטן רעפֿעראַטן פֿאַר די סטודענטן, צווישן זיי — דער שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש ז׳׳ל, די ביבליאָטעקאַרשע פֿיראַ בראַמסאָן ז׳׳ל, דער געוועזענער הויפּט פֿון דער ווילנער ייִדישער קהילה שמעון אַלפּעראָוויטש ז׳׳ל און די שרײַבערין און געוועזענע פּאַרטיזאַנקע, רחל מרגלית ז׳׳ל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.