אין דער הײַנטיקער פּרשה לייענען מיר די עשׂרת־הדברות — די צען געבאָט, וועלכע משה רבינו האָט באַקומען אויפֿן באַרג סיני. דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק האָט דערהערט די ערשטע צוויי מיצוות: צו גלייבן אינעם אייבערשטן און נישט צו דינען קיין עבֿודה־זרה. די חז״ל זאָגן, אַז ניט בלויז די ייִדן, נאָר די גאַנצע וועלט האָט דעמאָלט דערהערט עפּעס אַן אינערלעכן ווידערקול.
די עשׂרת־הדברות קלינגען גאַנץ פּשוט, אָבער אַנטהאַלטן אין זיך דעם תּמצית פֿון דער גאַנצער תּורה און האָבן ממש געביטן דאָס פּנים פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע. נעמט אַפֿילו אַזאַ ספּעציפֿיש־ייִדישער ענין, ווי שמירת־שבת. די אוראַלטע פֿעלקער איז נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז איין טאָג אַ וואָך איז וויכטיק זיך אָפּצורוען. הײַנט זענען די וועכנטלעכע אָפּרו־טעג אָנגענומען אומעטום. זעען מיר דאָך בפֿירוש, אַז אינעם קורצן נוסח פֿון די צען געבאָט שטעקט גאָר אַ מעכטיקער כּוח.
דעם הײַנטיקן מאָנטיק, דעם 22סטן טאָג אינעם חודש שבֿט, פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿון אַן אומגעוויינטלעכן מענטש, וועלכער איז אויך באַקאַנט צוליב זײַנע קורצע, אָבער שאַרפֿע און מעכטיקע אויסדרוקן – דהײַנו, דער קאָצקער רבי, מנחם־מענדל מאָרגנשטערן. להיפּוך צו משה רבינוס וועלט־הילכנדיקע עשׂרת־הדברות, האָט אָבער דער דאָזיקער חסידישער צדיק דווקא נישט געוואָלט פֿאַרשפּרייטן זײַנע ווערטער.
רבי מנחם־מענדל מאָרגנשטערן (1787-1859) איז געבוירן געוואָרן אין גאָרײַ, פּוילן. זײַן טאַטע איז געווען אַ מתנגד, אָבער דעם זון איז פֿון יונגווײַז אָן געפֿעלן געוואָרן דער חסידישער דרך. ווען דער קאָצקער רבי, זײַענדיק אַן אָנגעזעענער תּלמיד פֿון רבי שׂימחה־בונים פּשיסכער, האָט געשאַפֿן אַן אייגענעם הויף, האָט ער אויסגעאַרבעט אַן אייגנאַרטיקן דרך, וואָס האָט זיך היפּש אונטערגעשיידט פֿון אַנדערע חסידישע באַוועגונגען. אַנשטאָט הויכע מיסטישע זאַכן האָט ער געשטעלט דעם טראָפּ אויפֿן שלײַפֿן דעם מענטשלעכן שׂכל און אויסבעסערן די מידות; דעריבער בלײַבט ער אויך פּאָפּולער צווישן די מתנגדים.
אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע חסידישע הויפֿן, וווּ דער רבי האָט זיך געפֿירט ווי אַ מלך, האָט דער קליינער אָרעמער קאָצקער קרײַז אויסגעזען ווי אַ מין קאָמונע, אַן ענגער בשותּפֿותדיקער קאָלעקטיוו. דער רבי האָט כּסדר געשטרעבט צו ווײַזן זײַנע חסידים, אַז זײַטיקע און אויסערלעכע זאַכן — אַפֿילו געלט און פֿאַרמעגנס — קאָן מען אָפּוואַרפֿן, אָבער צו וויכטיקע ענינים מוז מען זיך באַציִען עקסטרעם ערנסט.
באַזונדערס האָט דער קאָצקער רבי פֿײַנט געהאַט דעם שקר — אַפֿילו די געוויינטלעכע פֿאַלשקייט פֿון מענטשלעכע רייד. איינער האָט אים, למשל, געזאָגט, אַז ער האָט ליב פֿיש. דער רבי האָט געעטפֿערט: „ניין, דו האָסט נישט ליב פֿיש! ווען דו וואָלטסט ליב געהאַט פֿיש, וואָלטסטו עס נישט דערהרגעט און נישט געקאָכט אויפֿן פֿײַער‟. מע דערציילט, אַז זײַנע חסידים פֿלעגן טאַנצן אויפֿן דאַך פֿונעם רבינס שטוב מיט קרויטבלעטער אויפֿן קאָפּ אַנשטאָט יאַרמלקעס צו ווײַזן, אַז שיינע חסידישע מלבושים זענען נישט נייטיק אין עבֿודת־הבורא.
אינעם יאָר 1839 איז געשען עפּעס אַ מאָדנע מעשׂה. ס׳איז געווען פֿרײַטיק צו נאַכטס; פּלוצעם האָט דער קאָצקער גענומען שרײַען אויף זײַנע תּלמידים. לויט פֿאַרשיידענע ווערסיעס פֿונעם געשעעניש, האָט ער דערצו אויסגעלאָשן די שבת־ליכט, אָנגעהויבן רייכערן אָדער געשאָלטן דעם באַשעפֿער אַליין. די משׂכּילים האָבן פֿאַרשפּרייט דעם קלאַנג, אַז דער קאָצקער איז, כּלומרשט, אַ באַהאַלטענער אַפּיקורס. נאָכן דאָזיקן מאָדנעם דעפּרעסיע־עפּיזאָד האָט דער רבי זיך פֿאַרשלאָסן אין זײַן שטוב אויף 20 יאָר. ביז זײַן סאַמע פּטירה האָט ער נישט פֿאַרלאָזט זײַן היים און געשמועסט בלויז מיט זײַנע בני־בית און נאָענטסטע תּלמידים. אַלע זײַנע כּתבֿים האָט ער פֿאַרברענט.
צום גליק, האָבן די תּלמידים געזאַמלט זײַנע ווערטלעך און דבֿרי־תּורה, פֿאַרשריבן מעשׂיות וועגן זייער אומגעוויינטלעכן רבין. אַ גאַנצע ריי פֿון זיי זענען אַליין געוואָרן באַרימטע רביים. די קאָקצער תּורהס קלינגען אָפֿט ווי שפּריכווערטער און אַפֿילו לאָזונגען: „וווּ איז גאָט? דאָרט, וווּ מע לאָזט אים אַרײַן‟; „אַ גאַנצער גוי איז בעסער ווי אַ האַלבער ייִד‟; „גאָרנישט איז אַזוי גאַנץ, ווי אַ צעבראָכן האַרץ‟.
עס זענען פֿאַראַן אַ צאָל ביכער אויף ייִדיש וועגן אים, אַרײַנגערעכנט „קאָצקער מעשׂיות‟ פֿון אלעזר בערגמאַן — אַ זאַמלונג פֿון 50 געשיכטעס — און „דער קאָצקער רבי‟ פֿון פּנחס־זעליג גליקמאַן — אַ סיסטעמאַטישע ביאָגראַפֿישע פֿאָרשונג, באַגלייט מיט רבנישע הסכּמות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.