קאָנצערט אין מעלבורן פֿון נײַע קאָמפּאָזיציעס אינספּירירט פֿון ייִדישער פּאָעזיע

Melbourne Concert of New Compositions Inspired by Yiddish Poems

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 24, 2019.
אָדם סטאַר, דזשוליאַנאַ קיי, סײַמאָן סטאַר, טאָמי קאַלינסקי, ווילי זיגיער, דעבאָראַ קאָנוויי און דזשאַש אייבראַהאַמס.
Kadima Library
אָדם סטאַר, דזשוליאַנאַ קיי, סײַמאָן סטאַר, טאָמי קאַלינסקי, ווילי זיגיער, דעבאָראַ קאָנוויי און דזשאַש אייבראַהאַמס.

די לעצטע פּאָר יאָר איז אין מעלבורן פֿאָרגעקומען אַ רענעסאַנס פֿון נײַער ייִדיש־שפּראַכיקער מוזיק. די קאַפּעליע „ייִד!‟, למשל, איז באַקאַנט פֿאַר אירע נײַע אַראַנזשירונגען פֿון ייִדישע לידער, וואָס נעמען אַרײַן אַ סך פֿאַרשידענע זשאַנערן מוזיק.

כּדי צו ווײַזן דעם ברייטן עולם אויסטראַליער די הײַנטצײַטיקע ייִדישע מוזיק, אָרדנט די ייִדישיסטישע ביבליאָטעק „קדימה‟ אײַן אַ פֿאָרשטעלונג, „שפּיל מיר אַ ליד‟, אין וועלכן אַ ריי אויסטראַלישע זינגער וועלן אויפֿטרעטן מיט ייִדישע לידער, באַגלייט פֿון זייערע אייגענע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס. דערצו, וועלן די זינגער פֿאָרשטעלן נײַע לידער אויף ענגליש, וואָס זענען אינספּירירט געוואָרן פֿון ייִדישע לידער.

עס וועלן אויפֿטרעטן אינעם קאָנצערט עטלעכע מוזיקער פֿון דער קאַפּעליע „ייִד‟ — ווילי זיגיער, סײַמאָן סטאַר, און אויך זיגיערס פֿרוי, די באַרימטע אויסטראַלישע זינגערין דבֿורה קאָנוויי; דער באַרימטער דזשעז־קאָמפּאָזיטאָר פּאָול גראַבאָווסקי און דער באַקאַנטער אויסטראַלישער ראָקזינגער פֿון ישׂראלישן אָפּשטאַם — ליאור עטר.

עס וועט אויך אויפֿטרעטן די ייִדישע זינגערין טאָמי קאַלינסקי, דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון עלעקטראָנישער מוזיק — דזשאַש אייבראַהאַמס, די זינגערין דזשעס קאָרניש און די כאָר־דיריגענטקע און זינגערין — דזשוליאַנאַ קיי.

דער אײַנפֿאַל צו אָרגאַניזירן אַזאַ קאָנצערט איז געקומען פֿון דער יונגער אַקטריסע און זינגערין גאַליט קאַס, וואָס האָט זיך געלערנט ייִדיש אין „מאָניש־קאַלעדזש‟ ווי אַ בײַלימוד. זי וועט דיריגירן דעם קאָנצערט צוזאַמען מיט דער אַקטריסע עוועלין קרייפּ, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר אירע ראָלעס אינעם ייִדישן טעאַטער.

דער ספּעקטאַקל וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 3טן מאַרץ, בײַם „נאַציאָנאַלן טעאַטער‟ (אַ באַקאַנטער זאַל מיט מער ווי 700 זיצערטער) אין מעלבורן.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט, באַזוכט: https://www.nationaltheatre.org.au/playmeapoem.html.