איך געדענק גוט דעם לערער קאָברינסקי, וואָס פֿלעגט ווערן אַזוי פֿאַרשיכּורט פֿון זײַנע אייגענע ווערטער בײַם לערנען מיט אונדז העברעיִשע ליטעראַטור אַז ער פֿלעגט ממש פֿאַרגעסן וווּ ער געפֿינט זיך.
גערעדט האָט ער טעאַטראַליש, זשעסטיקולירט, און אַזוי אַרום פֿלעגט ער צוציִען אונדזער אויפֿמערק. צו מאָל, ווען ער האָט זיך צו פֿיל אַרײַנגעלאָזן אין זײַנע טעאַטראַלישע נאַפּאַדן, פֿלעגט ער אויפֿהייבן זײַן רעכטע האַנט און וועלנדיק פֿאָרשטעלן דעם ברייטן פֿאַרנעם און די וויכטיקייט פֿונעם פּאָעט חיים־נחמן ביאַליק, פֿלעגט ער אויסרופֿן: „בי־אַ־ליק!‟ און דערבײַ אויפֿהייבן און אַוועקשלײַדערן זײַן האַנט אויף צוריק, כאַפּנדיק אַ זעץ פֿון דער וואַנט וואָס הינטער אים. פֿאַרשטענדלעך אַז אָט דער „אַקצידענט‟ האָט צוגעצויגן און צעשטרײַט מער ווי דער טיפֿער מיין פֿון זײַנע ווערטער.
אין אָט די יאָרן, ווען מיר האָבן געלערנט אין לערער־סעמינאַר, זײַנען מיר געווען אין עלטער פֿון 14, 15, 16 און 17 יאָר, אָנגעפּאַקט מיט האָרמאָנען, מיט פֿילפֿאַכיקע אינטערעסן, פֿול מיט ענערגיע און אַ קריטישן קוק אויפֿן לעבן. מיר זײַנען געווען גרויסע סקעפּטיקער, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ צינישן קוק אויפֿן לעבן, אָבער נײַגעריק זײַנען מיר געווען זייער — צו לערנען און פֿאַרשטיין דאָס לעבן.
איין לערער פֿאַר ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור האָבן מיר געהאַט, שמואל ראָזשאַנסקי, וועלכער האָט אויף אַ טייל פֿון אונדז געהאַט אַ גוואַלדיקע השפּעה. דער לערער ראָזשאַנסקי, אַ וואַרשעווער, האָט עמיגרירט אין 1922 קיין אַרגענטינע. ער איז געווען אַ שרײַבער, אַ זשורנאַליסט, אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישן הומאָר, אַן אַרויסגעבער און אַ היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין אַרגענטינע. אין ערשטן טאָג פֿון אונדזערע לימודים מיטן לערער ראָזשאַנסקי, האָט ער אונדז געהייסן קויפֿן אַ העפֿט פֿון 100 זײַטן אין אַ האַרטן בונד, צעטיילן דעם העפֿט אויף צוויי גלײַכע טיילן — אויף איין שער־בלאַט אָנשרײַבן „ייִדישע שפּראַך‟ און אויפֿן שער־בלאַט פֿון צווייטן טייל אָנשרײַבן „ייִדישע ליטעראַטור‟, און ער האָט אַ נאָמען געגעבן אָט דעם העפֿט „דאָס בוך‟, ניצנדיק דעם ייִדיש־פּוילישן אַרטיקל „דאָס‟, און נישט דעם ליטווישן „דער‟, וואָס פֿאַר אונדז, קינדער פֿון ליטוואַקעס, איז געווען פֿרעמד. דער לערער ראָזשאַנסקי האָט אַזוי אַרום אָנגעהויבן זײַנע ייִדיש־לעקציעס מיט די פּרינציפּן פֿון כּלל־ייִדיש וואָס דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט אין ווילנע האָט אָנגענומען, אָבער אַ ליטוואַק האָט נישט געוווּסט וואָס עס מיינט דער אַרטיקל „דאָס‟. בײַ ליטוואַקעס איז געווען נאָר „די‟ אָדער „דער‟. דער הומאָריסט יוסף טונקל (דער טונקעלער), אַ באָברויסקער ליטוואַק, האָט זיך אויסגעלאַכט פֿון דעם דאָזיקן „דאָס‟; אין זײַנער אַ פּאַראָדיע שרײַבט ער אויף אַ לעקציע פֿון נח פּרילוצקי, „פֿאָלקלאָר און פֿילאָלאָגיע‟:
צום סוף מוז איך אײַך מאַכן אַ מערקווירדיקע ענטדעקעניש! שאַט! הנה זײַט וויסן, אַז בײַ די ליטוואַקעס פֿעלט אין גאַנצן דער ׳דאָס׳! מיר, למשל, האָבן אַ ׳דער׳, אַ ׳די׳, אַ ׳דאָס׳, און די ליטוואַקעס קומען אויס לחלוטין גאָר אָן אַ ׳דאָס׳. נאָר דאָס איז אַלץ אַזוי זיך אויבנאויפֿעדיק. אין תּוך גענומען, איז די זאַך גאָרנישט אַזוי פּראָסט. נאָך אַ גענויער אונטערזוכעניש, האָב איך אויסגעפֿונען, אַז בײַ די ליטוואַקעס איז דער ׳דאָס׳ דווקא בנימצא און טאַקע שטאַרק בנימצא. דער ׳דאָס׳ פֿאַרבײַט בײַ זיי כּמעט אַ האַלבע שפּראַך מיט ווערטער. מיט דעם ׳דאָס׳ דריקן זיי אויס די טיפֿסטע געדאַנקענישן און געפֿילעכצן.
די תּקנות פֿון ייִדישן אויסלייג און דער כּלל־ייִדיש, וואָס דער ייִוואָ אין ווילנע האָט אײַנגעפֿירט און ווערט געלערנט ביז הײַנט אין די אוניווערסיטעטן אויף דער גאָרער וועלט, האָט שמואל ראָזשאַנסקי שוין אײַנגעפֿירט אין זײַנע לעקציעס אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 50ער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. נאָך פֿריִער איז דער איינהײטלעכער אויסלייג פֿון דער ייִדישער אָרטאָגראַפֿיע פֿון ייִוואָ אײַנגעפֿירט געוואָרן אין „די גאָלדענע קייט‟ אונטער דער רעדאַקציע פֿון אַבֿרהם סוצקעווער.
אין כּלל־ייִדיש איז אינטעגרירט געוואָרן דער נייטראַלער אַרטיקל „דאָס‟ פֿון פּוילישן ייִדיש, און אַזוי אַרום איז באַרײַכערט געוואָרן די ייִדישע כּלל־שפּראַך. דער לינגוויסט און געלערנטער יודל מאַרק האָט וועגן דעם אָנגעשריבן אַ באַלערנדיקן אַרטיקל מיטן נאָמען „דער, די, דאָס פֿערד‟.
דער ליטווישער ייִדיש איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין דער באַזע פֿאַרן כּלל־ייִדיש, אין די פֿוסטריט פֿון דער סטאַנדאַרטיזאַציע פֿון דער ייִדישער אָרטאָגראַפֿיע, וואָס דער ייִוואָ־אינסטיטוט האָט אײַנגעפֿירט, שוין אין די 30ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט. זעט, למשל, די „תּקנות פֿון ייִדישן אויסלייג‟, שטוטגאַרט 1935.
דער לערער ראָזשאַנסקי האָט געפֿירט זײַנע לעקציעס אין אַ פּעריפּאַטעטישן סטיל — שפּאַצירנדיק אין קלאַס פֿון איין וואַנט צו דער צווייטער, און אונדז דיקטירט אַ מאָל אַ לעקציע וועגן ייִדישער גראַמאַטיק, און אַ מאָל אַ לעקציע וועגן ייִדישער ליטעראַטור, און מיר פֿלעגן פֿאַרשרײַבן זײַנע ווערטער אין דעם „בוך‟.
איין מאָל איז געשען אַז אין מיטן דעם דיקטאַט האָט זיך בײַ מיר פֿאַרענדיקט דער שרײַב־אינסטרומענט. האָב איך אויפֿגעהויבן אַ פֿינגער, געבעטן דערלויבעניש און געזאָגט: „לערער ראָזשאַנסקי, צי האָט איר אַ בלײַפֿעדער?‟ דער לערער ראָזשאַנסקי האָט זיך אָפּגעשטעלט, אַ קוק געטאָן אויף מיר, און געענטפֿערט: „יאָ…‟ און האָט ממשיך געווען זײַן שפּאַציר און דעם דיקטאַט, שפּאַנענדיק פֿאַרן קלאַס פֿון איין וואַנט צום צווייטן. דאָס האָט מיך אויסגעלערנט אַ וויכטיקע לעקציע אין קאָמוניקאַציע און פּינקטלעכקייט. איך האָב גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז פֿרעגן האָב איך באַדאַרפֿט פֿרעגן: „צי קענט איר מיר לײַען אַ בלײַפֿעדער?‟
דער לערער ראָזשאַנסקי האָט געהאַט זײַנע אייגענע דערציִערישע שיטות: ווען ער איז געוואָרן אין כּעס אויף אַ תּלמיד, פֿלעגט ער בנעימותדיק זיך ווענדן צו אים און בעטן בײַ אים: „זײַט אַזוי גוט, גייט אַרויס פֿון צימער און פֿאַרמאַכט די טיר פֿון דער צווייטער זײַט.‟
נישט שטענדיק האָבן די תּלמידים אין לערער־סעמינאַר פֿאַרשטאַנען שמואל ראָזשאַנסקיס הויכע פֿאָדערונגען פֿון זיי. געשען איז אַ מאָל אַז אַ לערער פֿון אַן אַנדער קלאַס איז געוואָרן קראַנק און פֿאַרפֿעלט אַ לעקציע. די תּלמידים פֿון יענעם קלאַס האָבן געמאַכט אַ שטאַרקן רעש, און דער לערער ראָזשאַנסקי איז אַרויס פֿון זײַן קלאַס, צוגעגאַנגען צום קלאַס מיטן גערודער, געעפֿנט די טיר און געבליבן שטיין פֿאַר די טומלענדיקע תּלמידים. אין יענעם קלאַס איז געוואָרן שטיל, און דער לערער ראָזשאַנסקי האָט מיט אַן ערנסטער מינע געגעבן אַ פֿרעג: „וואָס איז עס פֿאַר אַ גערודער, וואָס פֿאַר אַ גוואַלדן? און וווּ איז יושר?!‟ אַ תּלמידה האָט אים געענטפֿערט: „מיר האָבן דאָ קיין שום תּלמיד מיטן נאָמען יושר.‟ דאָס האָט מיר לעצטנס דערציילט זײַן טאָכטער, אסתּר ראָזשאַנסקי.
שמואל ראָזשאַנסקי, אַ ביז גאָר ערנסטער לערער און אַ קפּדן, האָט זוכה געווען צו דעם רעספּעקט און ליבע בײַ יענע תּלמידים וואָס זײַנען געווען מסוגל צו לערנען פֿון זײַן תּורה. עס זעט אויס אַז אונטער דער השפּעה פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן גורל, און איבער דעם אומקום, האָט ער אָנגעהויבן צוגרייטן אַן אַנטאָלאָגיע פֿון 100 בענד, „מוסטערווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟, וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן פֿון סוף 50ער יאָרן ביז אָנהייב 80ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט. יעדער איינער פֿון אָט די בענד, האָט ער געווידמעט די שריפֿטן פֿון אַ ייִדיש־שרײַבער אָדער אַ טעמע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. זיי זענען באַגלייט געוואָרן מיט אַן אַרײַנפֿיר, ביבליאָגראַפֿישע פּרטים און אַ ביז גאָר רײַכן אויסוואַל פֿון ליטעראַרישע טעקסטן. במשך פֿון צענדליקער יאָרן זײַנען זיי געוואָרן לערנטעקסטן אויף קורסן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אין לערן־אַנשטאַלטן אויף דער גאָרער וועלט.
די מוסטערווערק זענען געוואָרן במשך צענדליקער יאָרן אַן אויפֿטו וואָס האָט פֿאַראייביקט אַ ליטעראַרישע ירושה אויף ייִדיש געשאַפֿן במשך דורות. דאָס איז געווען אַן אונטערנעמונג פּלאַנירט און דורכגעפֿירט פֿון אַן איין און איינציקן מענטש, וועלכער האָט גענומען אויף זיך אַן אויפֿגאַבע פּאַסיק פֿאַר אַ גאַנצן אינסטיטוט, דאָס הייסט — צו באַשטימען אויף דורות אַן אָפּקלײַב פֿון 700 יאָר ייִדישע ליטעראַטור־שאַפֿונג.
בעת מײַן וויזיט אין אַרגענטינע אין יאָר 1993, מער ווי 40 יאָר נאָך דעם ווי איך האָב זיך געלערנט אין לערער־סעמינאַר, האָב איך באַזוכט מײַן לערער שמואל ראָזשאַנסקי, און בײַ אים אין שטוב זענען מיר אָפּגעזעסן מער ווי זעקס שעה, און זיך דורכגערעדט. אַ יאָר שפּעטער איז ער אַוועק אין דער אייביקייט.
שמואל ראָזשאַנסקיס קינדער, ראובֿן (רוּוועלע) ראָזשאַנסקי און אסתּר ראָזשאַנסקי, וווינען הײַנט אין מדינת־ישׂראל. זײַן זון איז געווען אַ באַקאַנטער אַדוואָקאַט און אַ שאַכטשאַמפּיאָן אין אַרגענטינע. אסתּר ראָזשאַנסקי איז ביז הײַנט אַ באַגאַבטע לערערין פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין תּל־אָבֿיבֿ.
אין לעצטן יאָר פֿון מײַנע לימודים אין לערער־סעמינאַר, אין יאָר 1957, האָט שמואל ראָזשאַנסקי פֿאָרגעלייגט די תּלמידים פֿון אונדזער קלאַס צו גרינדן אַ ייִדישן טעאַטער און אים אַ נאָמען געגעבן „טעס‟ (טעאַטער־סעמינאַר). ער האָט אונדז פֿאָרגעלייגט אויפֿצופֿירן ייִדישע דראַמעס פֿון קלאַסישן רעפּערטואַר אין דער ייִדישער ליטעראַטור אין 19טן יאָרהונדערט. געוואָלט האָט ער אָנהייבן מיט שלמה עטינגערס „סערקעלע‟. אין יענער צײַט בין איך צוזאַמען מיט נאָך אַ פּאָר תּלמידים פֿון אונדזער קלאַס געווען זייער פֿאַרנומען ווי אינסטרוקטאָרן אין דער חלוצישער באַוועגונג „איחוד הנוער החלוצי‟, וווּ איך בין געווען אַ מיטגליד זינט דעם יאָר 1955. דערפֿאַר האָבן מיר נישט געקענט ליידער אָננעמען זײַן פֿאָרשלאָג, און קיין אַקטיאָרן זײַנען מיר נישט געוואָרן. דער טעאַטער־סעמינאַר, אָנגעפֿירט פֿון שמואל ראָזשאַנסקי, האָט אָנגעהויבן זײַן טעטיקייט אַ יאָר שפּעטער, מיט אַ גרופּע ייִנגערע תּלמידים. וועגן דעם איז דאָ וואָס צו דערציילן. האָפֿנטלעך וועלן דאָס טאָן אַנדערע.
דער לערער שמואל ראָזשאַנסקי איז נישט געווען פֿון יענע לערער וואָס דערמעגלעכן אַ נאָענטן קאָנטאַקט מיט די תּלמידים. דאָס אָפּהיטן אַ דיסטאַנץ איז ניט שטענדיק געווען אַ פּאָזיטיווער שטריך אין די באַציִונגען מיט אים. יאָרן שפּעטער, ווען איך האָב אָנגעשריבן מײַן מאַגיסטער־טעזע אין אינסטיטוט פֿאַר הײַנטצײַטיקן־ייִדנטום אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, אויף דער טעמע: „דאָס לעבן פֿון אַרגענטינער ייִדן אין שפּיגל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור געשאַפֿן דאָרט צווישן ביידע וועלט־מלחמות‟, האָב איך צוגעשיקט אַן אַרטיקל וועגן דעם, האָפֿנדיק אַז שמואל ראָזשאַנסקי וועט אים אָפּדרוקן אין „די אַרגענטינער ייִוואָ־בלעטער‟, אַ זשורנאַל וואָס ער איז געווען זײַן רעדאַקטאָר. זענען אַריבער מאָנאַטן און אַפֿילו יאָרן, און שמואל ראָזשאַנסקי האָט נישט געענטפֿערט.
אַנומלט, טרעף איך אים אין קאַמפּוס פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, בעת זײַנעם אַ באַזוך. גייען מיר אַזוי צוזאַמען אין דער ריכטונג פֿון דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, און איך גיב אַ פֿרעג בײַ אים: וואָס איז מיט מײַן אַרטיקל וואָס איך האָב צוגעשיקט, צי האָט ער אים באַקומען? דער לערער שמואל ראָזשאַנסקי האָט גלײַך געענטפֿערט: „יאָ… יאָ… צי איז אײַער אַרבעט פֿון עמעצן אָנערקענט? יאָ… יאָ…?‟ אין יענער צײַט איז שמואל ראָזשאַנסקי געווען די העכסטע אויטאָריטעט און מומחה צו אָנערקענען מײַן אַרטיקל וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור געשאַפֿן אין אַרגענטינע צווישן ביידע וועלט־מלחמות.
דער בײַטראָג פֿון שמואל ראָזשאַנסקי ווי אַ פֿאָרשער פֿון דער קולטור־געשיכטע בײַ ייִדן אין 20סטן יאָרהונדערט, אויף אַלע געביטן פֿון זײַן טעטיקייט: ווי אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און פּרעסע, ווי אַ זשורנאַליסט, ווי אַ דערציִער, ווי דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿון „אַרגענטינער ייִוואָ־בלעטער‟, ווי דער אָנפֿירער פֿון דער ייִוואָ־ביבליאָטעק בײַ דער ייִדישער קהילה אין בוענאָס־אײַרעס און ווי דער וויכטיקסטער אַנטאָלאָגיסט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און גרינדער פֿון די „מוסטערווערק‟ — דאָס אַלץ וואַרט נאָך אויפֿן פֿאָרשער פֿון אַרגענטינער ייִדישן קולטור־צענטער, וואָס זאָל אָנשרײַבן אַ מאָנאָגראַפֿיע וועגן שמואל ראָזשאַנסקיס אויפֿטוען. דאָ וויל איך פֿאַרענדיקן מיט אַ פּאָר ווערטער וועגן שמואל ראָזשאַנסקיס אָנגעהעריקייט צו ארץ־ישׂראל און מדינת־ישׂראל.
עס איז פֿאַראַן אַ מיספֿאַרשטענדעניש אַז די ייִדישע ליטעראַטור און ארץ־ישׂראל זײַנען נישט קיין פּאָר. דאָס איז אָבער אַ פֿאָראורטייל. די ייִדישע ליטעראַטור זינט חיבֿת־ציון פֿון 19טן יאָרהונדערט מיט שלום־עליכם בראָש, און ביז דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל אין 1948, האָט נישט אויפֿגעהערט צו גאַרן, חלומען, באַשרײַבן און זיך באַציִען צו ארץ־ישׂראל, צו אַ וויזיע פֿון אַ ייִדישער מדינה, און צו דעם לעבן אין מדינת־ישׂראל.
שמואל ראָזשאַנסקי האָט אָפּגעגעבן אַ סך מי און אַרבעט צונויפֿצוקלײַבן די מקורים פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אין וועלכע ארץ־ישׂראל און די ייִדישע מדינה זענען די הויפּטטעמע. פֿינף בענד פֿון זײַנע „מוסטערווערק‟ האָט ער געווידמעט אָט דעם אַספּעקט אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.