װי אַ טײל פֿון אײַך װײסן שוין, האָט די פֿאָרװערטס־אַסאָציאַציע לעצטנס געמאַכט אַ שװערן אָבער אומפֿאַרמײַדלעדן באַשלוס: שליסן דעם געדרוקטן נוסח סײַ פֿונעם ענגלישן סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרװערטס. אָנהייבנדיק פֿון אַפּריל װעלן בײדע צײַטשריפֿטן זיך אין גאַנצן אָפּגעבן מיט פֿאַרשפּרײטן זייערע אַרטיקלען און װידעאָס איבער דער אינטערנעץ.
דערצו האָט מען אָפּגעזאָגט ס׳רובֿ פֿון דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם Forward, אַרײַנגערעכנט דער שעף־רעדאַקטאָרשע, דזשיין אײַזנער, און דעם עקזעקוטיוו־דירעקטאָר, דאַן פֿרידמאַן — צוויי טאַלאַנטירטע זשורנאַליסטן מיט וועמען איך האָב נאָענט מיטגעאַרבעט זינט איך בין געוואָרן די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין אין 2016 און בײַ וועמען איך האָב זיך אַ סך אויסגעלערנט וועגן דעם פֿאַך פֿון אָנפֿירן אַ צײַטשריפֿט.
די סיבה פֿאַר די ריזיקע ענדערונגען איז אַ פֿאַרשטענדלעכע: די הוצאָות פֿון אויפֿהאַלטן אַ צײַטונג אויפֿן טראַדיציאָנעלן שטײגער זענען פּשוט צו הויך. ס’רובֿ מענטשן לײענען הײַנט די נײַעס אויף זײערע סמאַרטפֿאָנען, טעװעלעך און קאָמפּיוטערס — ערשטנס, װײַל מע באַקומט די ידיעות גלײַך נאָך דעם װי זיי געשעען (מע דאַרף נישט װאַרטן ביזן צװײטן טאָג) און צװײטנס װײַל עס קאָסט דעם לייענער נישט קיין געלט אָדער ס’קאָסט אים זײער װײניק. טוט אַ קוק אויף די פּאַסאַזשירן אין דער באַן אָדער אין אויטאָבוס, װעט איר אַלײן זען װיפֿל מער מענטשן לײענען פֿון עלעקטראָנישע מכשירים אײדער פֿון פּאַפּירענע צײַטונגען.
מיר ווייסן אָבער אַז בײַ געוויסע לייענער אונדזערע — בפֿרט די וואָס ניצן בכלל נישט קיין קאָמפּיוטער אָדער סמאַרטפֿאָנען — וועט נישט זײַן מעגלעך צו לייענען די אַרטיקלען אָנלײַן. קלערן מיר איצט צו שאַפֿן אַן איניציאַטיוו וווּ מע קען יענע לייענער, איין מאָל אַ חודש, איבערשיקן דורך דער פּאָסט קאָפּיעס פֿון די בעסטע אַרטיקלען פֿון דער וועבזײַט. דאָס וועט אָבער אויך קאָסטן געלט, האָפֿן מיר אַז עס וועלן זיך אָפּרופֿן מנדבֿים דערויף.
דאָס שליסן די געדרוקטע צײַטונג איז טאַקע דער סוף פֿון אַ תּקופֿה. ס׳איז אָבער אויך וויכטיק נישט איבערצוטרײַבן דעם טײַטש דערפֿון. זינט עס איז באַקאַנט געוואָרן אַז מע וועט שליסן די געדרוקטע אויסגאַבע האָבן אַ צאָל מענטשן שוין אָנגעקלונגען צו מיר אין ביוראָ אָדער אויסגעדריקט אויף פֿייסבוק אַזאַ פּעסימיזם וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס אַז ס׳האָט אויסגעזען ווי מענטשן מיינען אַז די ייִדישע צײַטונג גייט חלילה אונטער! האָב איך באַשלאָסן צו געבן אײַך, די לייענער און שטיצער, אַ ביסל מער אינפֿאָרמאַציע וועגן די גרויסע ענדערונגען.
ערשטנס, דער פֿאַקט וואָס דעם ייִדישן פֿאָרווערטס האָט מען בכלל נישט געשניטן איז אַליין אַ גוטער סימן. במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָב איך געהערט פֿון געוויסע קוואַלן אַז די פֿאַרוואַלטונג איז זייער אימפּאָנירט פֿון דעם וואָס דער ייִדישער פֿאָרווערטס האָט לעצטנס אויפֿגעטאָן און געוויסע פֿאַרוואַלטער האַלטן שטאַרק אַז דער ייִדישער פֿאָרווערטס מוז בלײַבן ווײַל ס׳איז „דאָס האַרץ און די נשמה פֿון דער אָרגאַניזאַציע‟. ביז איצט האָט זיך מיר געדאַכט אַז דאָס איז בלויז גערעדט. איצט, צום ערשטן מאָל, פֿיל איך אַן אמתע האָפֿענונג.
צווייטנס, איז די דיגיטאַלישע ווערסיע פֿונעם פֿאָרווערטס דווקא אַ גרויסע מעלה פֿאַר אונדז ווײַל דורך איר קענען מיר פֿאַרשפּרייטן דאָס ייִדישע וואָרט אויך צו מענטשן וואָס לערנען זיך ערשט ייִדיש אָדער די וואָס קענען זי אין גאַנצן נישט. װי אַ סך פֿון אײַך ווייסן, קען דער לייענער תּיכּף באַקומען די ענגלישע איבערזעצונג פֿון יעדן וואָרט אָדער אויסדרוק בלויז דורכן געבן אַ קוועטש דערויף. ייִדיש־סטודענטן זאָגן אונדז אַז דער מכשיר קומט זײ שטאַרק צו נוץ.
און אַוודאי ציִען אונדזערע ווידעאָס מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך צו אַ סך מער מענטשן ווי די אַרטיקלען ווײַל מע דאַרף נישט קענען קיין ייִדיש הנאה צו האָבן דערפֿון; ווידעאָס ווי, למשל, „עסט געזונטערהייט‟; „ייִדישע װיצן מיט ליאַנאַ‟ און אונדזערע מוזיק־ווידעאָס ווי די ייִדישע ווערסיע פֿון לענאַרד כּהנס „הללויה‟ וואָס מע האָט שוין געזען מער ווי אַ מיליאָן מאָל.
איינער פֿון אונדזערע גרעסטע „באַהעלפֿערס‟ אויף דער אינטערנעץ איז פֿייסבוק. במשך פֿון די לעצטע פֿינעף יאָר איז די צאָל פֿײסבוק־באַניצער וואָס האָבן געשטעלט אַ לײַק בײַם פֿאָרווערטס געשטיגן פֿון 500 ביז 8,000. און דאָ רעדט זיך נישט בלויז וועגן דעם ייִנגערן דור. כאָטש מיר האָבן נאָך נישט אויסגעפֿאָרשט דעם עלטער פֿון אונדזערע פֿייסבוק־באַזוכער ווײַזט אונדז די אַלגעמיינע סטאַטיסטיק אַז אַ היפּשע צאָל מענטשן וואָס ניצן הײַנט פֿייסבוק זענען איבער 45 יאָר אַלט. אמת, די גרעסטע צאָל פֿײסבוק־באַנוצער (58 מיליאָן) זענען צװישן 25 און 34 יאָר אַלט, אָבער 35 מיליאָן מענטשן וואָס ניצן פֿייסבוק זענען צװישן 45 און 55 יאָר אַלט, און 27 מיליאָן — צװישן 55 און 64 יאָר.
יעדעס מאָל וואָס מיר שטעלן פֿאָרווערטס־אַרטיקלען אָדער ווידעאָס אויף פֿייסבוק, ציִען מיר גלײַך צו מענטשן פֿון פֿאַרשידענע גרופּעס: ייִדיש־פֿאָרשער און סטודענטן; דערוואַקסענע קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה; חסידישע באַזוכער; אָנהענגער פֿון קלעזמער־מוזיק; ליבהאָבער פֿון ייִדישן הומאָר, און דער גרעסטער חידוש — אַ וואַקסנדיקע צאָל ישׂראלים, סײַ יונג סײַ אַלט, וואָס האָבן זיך לעצטנס פֿאַראינטערעסירט אין דער ייִדישער קולטור־ירושה. ווען די אַלע מענטשן „טיילן זיך‟ די ווידעאָס אָדער אַרטיקלען מיט זייערע פֿרײַנד, ווערט די צאָל באַזוכער צו אונדזער װעבזײַט פֿאַרכּפֿלט.
אַ דאַנק פֿייסבוק און טוויטער, ווייסן הײַנט אַ סך מער מענטשן וועגן דעם פֿאָרווערטס ווי פֿריִער און מע פֿאַרבעט מיך איבער דער וועלט צו רעדן סײַ וועגן דעם פֿאָרווערטס סײַ וועגן ייִדיש בכלל. אין פֿעברואַר, למשל, פֿאָר איך אויף דער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אין העלסינקי, פֿינלאַנד, וווּ מע האָט מיך געבעטן גיבן דרײַ לעקציעס. ווען איך האָב געפֿרעגט דעם אָרגאַניזירער, צי וויל דער עולם (וואָס קען נישט קיין ייִדיש) טאַקע הערן דרײַ לעקציעס וועגן דער ייִדיש־וועלט און קולטור, האָט ער געענטפֿערט: „יאָ. יעדעס מאָל וואָס מיר אָרגאַניזירן רעפֿעראַטן וועגן ייִדיש, איז דער זאַל אַ געפּאַקטער.‟
במשך פֿון די קומעדיקע וואָכן און חדשים האָפֿן מיר ווײַטער צו פֿאַרשפּרייטן אונדזערע מאַטעריאַלן אויף דער אינטערנעץ און אַזוי אַרום צוציִען טויזנטער אַנדערע לײענער און באַזוכער פֿונעם פֿאָרװערטס.
דערבײַ האָף איך אַז איר, ליבע לײענער, װעלן אונדז אויך צוהעלפֿן. אויב דער פֿאָרװערטס איז אײַך טײַער, גיט אַ בײַשטײַער. אויב איר װילט אַז דאָס געלט זאָל אָנקומען דירעקט צום פֿאָרװערטס, בלעטערט אַראָפּ צום טײל װוּ סע שטײט Gift Preferences און גיט אַ קװעטש אויף Yiddish Forverts.
און טאָמער באַקומט איר נישט דעם טעגלעכן פֿאָרװערטס־בולעטין פֿאַרשרײַבט זיך דאָ
אין איינעם װעלן מיר, אם־ירצה־השם, קענען פֿאַרזיכערן אַ צוקונפֿט פֿאַרן פֿאָרווערטס!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.