מיט גרויס צער שרײַב איך וועגן דער פּטירה פֿון אַנקאַ שמיר ז״ל, וועלכע האָט יאָרן לאַנג אָנגעפֿירט מיטן ייִדיש־אָפּטייל פֿון דער ראַדיאָ־סטאַנציע „קול־ישׂראל‟.
איך האָב אַליין מיטגעאַרבעט מיט אַנקאַן. מײַן שטעלע דאָרט האָט זיך אָנגעהויבן צופֿעליק, אַ דאַנק אַנקאַס פּראָפֿעסיאָנעלן חוש אויסצוזוכן פּערזאָנען, וואָס וועלן קאָנען הייבן דעם ניוואָ פֿון דער ייִדיש־אוידיציע און פֿאַראינטערעסירן די צוהערער. אַזוי אַרום האָט זי צונויפֿגעזאַמלט אַן אַנסאַמבל מענטשן, וואָס האָבן בײַגעטראָגן צו דער אוידיציע דעם כאַראַקטער פֿון די ערטער פֿון וואַנען זיי שטאַמען; אַ געזעלשאַפֿט פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע דיאַלעקטן, זכרונות, מחשבֿות און קענטענישן — אַן אָפּשפּיגלונג פֿון די אימיגראַנטן, וואָס האָבן זיך צוגעהערט צו די פּראָגראַמען.
ס׳איז בײַ אונדז געווען אַ לעבעדיקע קינסטלערישע אַטמאָספֿער: מיכאל ווײַנאַפּעל (פֿון פּוילן), אַבֿי נאַדראָ (אַרגענטינע), חיה ליפּשיץ (ליטע), שושנה נחמה (אַרגענטינע), אָדם גרוזמאַן (אַרגענטינע), אריה לאָנדאָן (ליטע), איך (פּוילן), נחמן ראַפּ, יאַנאַס און אַנקאַ אַליין (רומעניע). ווען דער נישט־ייִדישער אַלכּסנדר ביעלאָוסאָוו (אָדער ווי באָריס סאַנדלער האָט אים אָנגערופֿן — „דער באַפֿליגלטער ייִדישער פּאָעט‟) איז אָנגעקומען פֿון רוסלאַנד, האָט אַנקאַ אים אויך אַרײַנגעצויגן. דאָס זײַנען געווען די פּערמאַנענטע מיטאַרבעטער. אַחוץ דעם זײַנען אויך געווען שרײַבער, קינסטלער, זשורנאַליסטן און אַ סאַברע — ציפּי מאַנדעל. קיין איין זינגער, אַקטיאָר, דיכטער, שרײַבער אָדער ייִדישער טוער איז נישט פֿאַרנאַכלעסיקט געוואָרן; אַלע זײַנען געקומען צום אויסדרוק אין דער ייִדיש־אוידיציע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אַנקאַ שמיר.
מע פֿלעגט זיך אַמפּערן, דיסקוטירן. נישט שטענדיק איז דער אָדער יענער געווען מסכּים מיט דער אָנפֿירערין, אָבער דער וויכּוח פֿלעגט זיך ענדיקן מיט אַ שנאַפּס. אַנקאַ האָט געהאַט די מעלה אָננעמען אַנדערע מיינונגען, נישט געגעבן צו פֿילן איר מאַכט. זי האָט פֿאַרגינען יענעם, קיין מאָל נישט געווען מקנא, ווען עמעצער האָט דערגרייכט אַן אינטערוויו מיט אַ באַרימטער פּערזענלעכקייט, וואָס איר איז נישט געלונגען. אַזוי, למשל, ווען איך האָב איר געזאָגט, אַז איך וועל מאַכן אַן אינטערוויו מיט דעם גרויסן געלערנטן פֿילאָסאָף, פּראָפֿ׳ ישעיהו לייבאָוויטש, אַ פֿרומער ייִד, האָט זי מיר געזאָגט, „אַ שאָד מײַנע באַמיִונגען, איך האָב פּרובירט עטלעכע מאָל און נישט באַקומען.‟ אַנקאַ איז אויך אין אַ געוויסער מאָס געווען אַ רעליגיעזע. ווען איך האָב געבראַכט דעם אינטערוויו איז אַנקאַ געווען זייער צופֿרידן.
מיר טאָרן נישט פֿאַרגעסן, אַז אַנקאַ האָט איבערגענומען די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פֿון אפֿרים שידלעצקי, וועלכער האָט די אָפּטיילונג, קאָן מען זאָגן, געשטעלט אויף אַ ריכטיקן וועג. יעדן טאָג — נײַעס, פּראָגראַמען פֿאַרן לאַנד און אויסלאַנד. אַנקאַ האָט געהאַט אַ גוטן וועגווײַזער.
אַנקאַ איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ, רומעניע אין 1928. אונטער דער סאָוועטישער מאַכט האָט זי זיך געלערנט ייִדיש אין דער גימנאַזיע. אין 1948 האָט זי עולה געווען קיין ישׂראל און אַרײַן אין צה״ל און אין 1950 אָנגעהויבן שטודירן געשיכטע, פֿילאָסאָפֿיע און פֿראַנצייזישע קולטור אין העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. נאָך די לימודים האָט זי באַקומען אַ שטעלע בײַ „קול ישׂראל‟ ווי אַ רעדאַקטאָרשע פֿון די נײַעס. פֿון 1982 ביז 1993 האָט זי דאָרט אָנגעפֿירט מיטן ייִדיש־אָפּטייל און אין 1984 האָט זי באַקומען דעם פּריז פֿונעם „פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן‟. נאָכן אַרויסגיין אויף פּענסיע האָט זי געאַרבעט אַ צײַט אין יד־ושם, אויפֿנעמענדיק גבֿית־עדות פֿון די ניצול־געוואָרענע.
זי האָט געקענט העברעיִש, ייִדיש, דײַטש, ענגליש, פֿראַנצייזיש און רוסיש און איז געווען טעטיק אינעם „פֿאַראיין פֿאַר ייִדישער קולטור‟ אין ירושלים. אין 2010 האָט זי באַקומען אַ פּריז פֿאַר לעבן־טעטיקייט לטובֿת ייִדיש, פֿון דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון יעקבֿ גרופּער‟.
אַנקאַ האָט פֿאַראָבֿלט איר מאַן, פּראָפֿ’ יעקבֿ שמיר; דרײַ קינדער – חגי, טידה און אַדה, און 4 אייניקלעך.
כּבֿוד איר אָנדענק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.