עס טרעפֿט ניט אַזוי אָפֿט אַז עס שטעלן אַ חופּה צוויי פֿאַרברענטע ייִדישיסטן. און נאָך זעלטענער: אַז דאָס פּאָרל זאָל באַשליסן, אַז די גאַנצע חתונה זאָל פֿאָרקומען אויף ייִדיש.
פּונקט אַזוי האָבן אָבער געטאָן יאַנקל־פּרץ בלום און מירע־רבֿקה קאַן, צוויי ניו־יאָרקער ייִדיש־רעדער וואָס וווינען איצט אין ירושלים. דאָרט לערנט זיך רבֿקה אינעם יודאַיִקע־אינסטיטוט „פּרדס‟.
דאָס גליקלעכע פּאָרל האָט זיך באַקענט אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟, וווּ יאַנקל־פּרץ איז געווען אַ שפּראַכלערער און מירע־רבֿקה — אַ סטודענטקע. אַחוץ זייער בשותּפֿותדיקער איבערגעגעבנקײט צו מאַמע־לשון, זענען זײ ביידע ליבהאָבער פֿון שפּראַכן בכלל. יאַנקל־פּרץ רעדט פֿליסיק אַ טוץ שפּראַכן און מירע־רבֿקה, אַ דאַנק איר געװעזענער אַרבעט ווי אַ לינגוויסטישע אַנטראָפּאָלאָגין אין קירגיסטאַן, קען גוט קירגיזיש, אוזבעקיש און רוסיש. אַחוץ ייִדיש, װאָס איז זייער געוויינטלעכע שמועסשפּראַך, הערט מען ניט זעלטן װי זײ גײען פּלוצלינג אַריבער אויף שפּאַניש, רוסיש אָדער אַן אַנדער שפּראַך.
ביידע אַרבעטן אויך אין דער ייִדיש־וועלט. יאַנקל־פּרץ איז איינער פֿון די הויפּט־אַרבעטער אויף „ייִדישפּאָפּ‟ – אַ װעבזײַט װאָס לערנט די ייִדישע שפּראַך אויף אַ לעבעדיקן, שפּילעװדיקן אופֿן, און ער דינט אויף דער עקזעקוטיווע פֿון יוגנטרוף; מירע־רבֿקה אַרבעט ווי די קאָאָרדינאַטאָרין פֿון דער „ייִדיש־וואָך‟, וואָס ווערט אָרגאַניזירט דורך דער זעלביקער אָרגאַניזאַציע.
די יערלעכע „ייִדיש־וואָך‟ איז טאַקע געװען די אינספּיראַציע פֿאַר זײער באַשלוס חתונה צו האָבן אויף אַן אָרט וווּ אַלע רעדן אויסשליסלעך אויף ייִדיש. צופֿעליק האָט אַ גרופּע אייראָפּעיִשע ייִדישיסטן הײַיאָר דורכגעפֿירט זײער אײגענע ייִדיש־װאָך — דער „ייִדיש־מאַראַטאָן‟ — אין סוניואָן, גריכנלאַנד; האָבן יאַנקל־פּרץ און מירע־רבֿקה באַשלאָסן דאָרט צו שטעלן די חופּה.
וווּ געפֿינט מען אָבער אין גריכנלאַנד אַ ייִדיש־רעדנדיקן רבֿ, וואָס זאָל קענען דינען ווי דער מסדר־קידושין און בענטשן דאָס פּאָרפֿאָלק אויף מאַמע־לשון? װײַזט זיך אַרויס אַז דער רבֿ און רביצין װאָס פֿירן דאָס חב׳׳ד־הויז אין אַטען — הרבֿ מענדעל און נחמה הענדעל — רעדן בײדע ייִדיש. ר’ מענדל האָט טאַקע מסכּים געװען חתונה צו מאַכן דאָס פּאָרפֿאָלק, און אַלע האָבן זיך משׂמח געװען צו דער מוזיק פֿון דער New Old Klezmer Band — די אײנציקע קלעזמער־קאַפּעליע אין גריכנלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.