פֿאַראַן עטלעכע באַרימטע ווענט אויף דער וועלט. די עלטסטע און לענגסטע איז די ריזיקע כינעזישע וואַנט וועלכע איז געבויט געוואָרן צו פֿאַרהיטן זיך פֿון אינוואַזיעס.
די באַרימטסטע וואַנט איז דער כּותל מערבי, וועלכע איז פֿאַרבליבן פֿון צווייטן בית־המקדש אין ירושלים, ווו ייִדן קומען אויסגיסן זייער ביטער האַרץ פֿאַרן רבונו־של־עולם. נאָך דער צווייטער ”אינטיפֿאַדע‟ אין יאָר 2000 האָט ישׂראל אויפֿגעבויט אַ וואַנט צו פֿאַרהיטן זיך פֿון טעראָריסטן פֿון עזה־פּאַס און פֿון אַנדערע שׂונאי־ישׂראל.
ווענט און באַריקאַדעס דינען צו פֿאַרהיטן זיך פֿון שׂונאים און אָנפֿאַלער, און נישט פֿון פּליטים וואָס אַנטלויפֿן פֿון טעראָר און הריגה אין זייערע אייגענע לענדער, מענטשן וואָס זוכן אַ מקום־מקלט, אַ זיכער ווינקל ווו אויסצולעבן זיך אין פֿריידן.
די שרײַבערין פֿון די שורות איז קינדווײַז אויך געווען איינע פֿון דער שארית־הפּליטה, נאָר מיר זענען אַנטלאָפֿן פֿון סאָוועטישן רעזשים, אײַנגעשטעלט זיך דאָס לעבן אָנצוקומען אויף אַ זיכער ווינקל ווי אַמעריקע און אויסלעבן זיך די יאָרן בשלום.
די וואַנט, וועלכע פֿאַרנעמט דעם גאַנצן חוש פֿון אונדזער – מ’שטיינס געזאָגט פּרעזידענט ־ איז נישט מער ווי אַן אויסרייד, אַ פּרעטענזיע, אַ תּירוץ פֿאַר די בענטשליכט, ווען אין דער אמתן וויל ער פּשוט אָפּהאַלטן די אויספֿאָרשונג וואָס האָט צו טאָן מיט אַ גרעסערן שׂונא.
דעם פּרעזידענטס וואַנט האָט צו טאָן מיט אַן עלעקטראָנישער וואַל־אינוואַזיע פֿון קאָמוניסטישן פֿליגל וועלכע פּרובירט צו פֿאַרניכטן די אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע, אַרײַנגערעכנט אַלע דעמאָקראַטישע לענדער. אַנשטאָט האַלטן אַ בלוטיקע מלחמה אויף לעבן און טויט, ווערט די קאָמפּיוטער־אינוואַזיע אויסגעאיבט אויף נײַע, עלעקטראָנישע מכשירים, וווּ מע קען בײַטן וואַלן, אויסמעקן וואַל־שטימען, צושטעלן שקר וועגן קאַנדידאַטן. דאָס רופֿט מען אַ מאָדערנע, עלעקטראָנישע אינוואַזיע פֿון די שׂונאים פֿון דעמאָקראַטיע.
און אַזוי ווי אונדזער – מ’שטײנס געזאָגט – פּרעזידענט האָט נישט קיין אַנונג וווּ אַ לאַנד געפֿינט זיך אויף דער מאַפּע, זײַענדיק אַליין אַן אַנאַלפֿאַבעט, וואָס קען זיך קוים אונטערשרײַבן אויף נישט־געלייענטע דאָקומענטן, איז ער אין דער אמתן אַ כיטרע פֿוקס, אַ זשוליק, ער קען די חכמה פֿון פֿאַרדרייען די יוצרות, ווי איינער זאָגט: ”עולם־גולם‟. „איר ווילט וויסן וואָס איך האָב זיך געשושקעט אין העלסינקי מיטן ‘קאַ־גע־בעניק’, דעם מאַרקסיסט, לעניניסט, סטאַליניסט פּוטיניסט? איז רעדט צו דער וואַנט!‟
די וואַנט איז אַן ערשטקלאַסיקער אָפּהאַלט פֿון רעדן תּכלית, פֿון רעדן וועגן די אומגליקלעכע קינדער וועלכע מ’האָט אויפֿס כּוח אַוועקגעריסן פֿון זייערע עלטערן, קינדער וואָס שמאַכטן הינטער אײַזערנע גראַטעס אין טעקסאַס, קינדער מיט נומערירטע הענטעלעך, שוין אָפּגערעדט פֿון צוויי קינדער וואָס זײַנען ניפֿטר געוואָרן.
איז צו וואָס רעדן וועגן שליסן די רעגירונג ווען אַכט הונדערט טויזנט אַרבעטער ווערן פֿאַרווערט פֿון אַרבעט און שׂכירות, מעדיקאַמענטן פֿאַר קראַנקע עלטערע לײַט און קינדער? ווי זאָגט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט: ”רעד צו דער וואַנט!‟
די מעשׂה איז אַז דער פֿויגל אין ווײַסן־הויז איז אַ קלוגער. מען רעדט ”רוסלאַנד‟, האַקט ער אַ טשײַניק מיט אַ וואַנט, מען רעדט וועגן דעם ”טראָמפּ־טורעם‟ אין מאָסקווע? רעדט ער וועגן בוידעם קלאָץ, מען רעדט אַז ער האָט געשלאָסן יד אחת מיטן ווײַסן בער, וועט ער רעדן וועגן אַ קו װאָס איז געפֿלויגן איבערן דאַך און געלייגט אַן איי.
”איר ווילט פּאָליטיק?‟ פֿרעגט ער. ”איך וויל זעקס ביליאָן פֿאַר דער וואַנט. איר ווילט ברויט? עסט טאָרט.‟
ווי אַ זשוליק דרייט ער זיך אַרויס פֿון רעדן וועגן רעכטן געדעכטן. אַנשטאָט דעם וועט ער אויפֿבלעטערן אַ קאַפּיטל קאַראַוואַנטשיקעס „וואָס ברענגען אַרײַן אָנשטעקנדיקע קרענק און נאַרקאָטיק.‟ ליבע מענטשן, ער פֿירט נישט, ער פֿאַרפֿירט, ער טוט פּוטינס שוואַרצע אַרבעט, און ווער ווייסט וואָסערע סודות פּוטין האָט אין זײַן קרעמל, פֿאַר וועלכע טראַמפּ ציטערט און פֿלאַטערט ווי אַ פֿיש.
ווי עס זאָל נישט זײַן, אויב טרומפּף (זײַן אמתער נאָמען) וועט אָנווערן די וואַנט וועט ער גלײַך אויסקלײַבן אַ נײַעם תּירוץ פֿאַר די בענטשליכט, ווי בוידעם קלאָץ, גראַם־שטראַם מאַך מיר אַ לעטניק, אָדער יונה פֿערולקעס האָט גראָבע פּולקעס, און ”פּאָקעהאַנטעס‟ עליזאַבעט וואָרענס אָפּשטאַם פֿון הי־געבוירענע אינדיאַנער. דער עיקר: זי וויל ווערן פּרעזידענט, איז אַנשטאָט עפֿענען אַ מויל און באַזינגען דעם פֿויגל מיט זײַן גאָרנישט אַזאַ בכּבֿודיקן אָפּשטאַם, באַהאַלט זי זיך אין אַ קטן טעפּעלע, אַבי אויסצומײַדן דאָס רעכטע־געדעכטע.
אָבער נישט געזאָרגט, נישט ווײַט איז שוין דער פֿרילינג, עס וועלן שמעטערלינגען זינגען, און מיר וועלן אויסגעלײזט ווערן פֿון משיח בן מאַלער, וועלכער וועט אונדז ראַטעווען פֿון וויסטע ווענט, ברודיקע הענט, פֿון זעקס ביליאָן מיט פּראָצענט, ער וועט אונדז אַרויספֿירן פֿון מצרים, שפּאַלטן דעם ים און זאָגן:
”קינדערלעך! דאָס מאָל וועט עס נישט נעמען פֿערציק יאָר צו וואַנדערן אין מדבר־אַמעריקע, האָט אַ טראָפּיטשקע געדולד און ס’וועט אויף אײַך קומען די ישועה, הללויה.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.