ייִדיש־לערנביכער װי אַ שפּיגל פֿון דער קולטור־געשיכטע

Yiddish Textbooks as a Mirror of Jewish Cultural History

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 01, 2019.
עװיטאַ װיעצקי
Marina Maisel
עװיטאַ װיעצקי

לערנביכער פֿאַר קינדער קענען דערצײלן אַ סך װעגן דער געזעלשאַפֿט און קולטור פֿון זײער תּקופֿה. עס גײט דאָ ניט נאָר װעגן דער פּעדאַגאָגישער מעטאָדיק, נאָר אױך װעגן פּאָליטיק, אידעאָלאָגיע, רעליגיע, קולטור. אין דעם זינען איז ייִדיש ספּעציעל אינטערעסאַנט, װײַל די סאַמע אידעע פֿון נוצן ייִדיש װי אַ שפּראַך פֿאַר בילדונג איז כאָטש אין אָנהײב געװען גאַנץ ראַדיקאַל. די געשיכטע פֿון ייִדיש־לערנביכער, װאָס װערט פּרטימדיק אױסגעפֿאָרשט אין דער פּיאָנערישער שטודיע פֿון דער מינכענער ייִדיש־לערערין עװיטאַ װיעצקי, הײבט זיך אָן סוף נײַצנטן יאָרהונדערט אין די צװײ ייִדישע קולטור־צענטערס פֿון דער רוסישער אימפּעריע, װאַרשע און װילנע.

דעמאָלט האָט די רוסישע רעגירונג דערלױבט בלױז רוסיש װי אַ לערנשפּראַך אין שולן, און ייִדיש האָט מען געמעגט לערנען נאָר פּריװאַט. אײנער פֿון די פּאָפּולערסטע ייִדיש־לערנביכער פֿון יענער צײַט איז געװען „דער ייִדיש לערער‟ (1906) פֿון מאַגנוס קרינסקי. אין 1903 האָט קרינסקי געעפֿנט אַ האַנדלשול אין װאַרשע און דערנאָך געשאַפֿן די ערשטע ייִדישע גימנאַזיע, אָבער די לערנשפּראַך איז דאָרט געװען רוסיש. אינעם אומאָפּהענגיקן פּױלן איז די גימנאַזיע אַריבער אױף פּױליש, און האָט געשמט װי אײנע פֿון די בעסטע שולן אין װאַרשע. אין די 1930ער יאָרן האָט זיך דאָ געלערנט חנא שמערוק, שפּעטער דער גרעסטער מומחה אױף דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע.

אין אונטערשיד צו דעם אַנדערן ייִדיש־לערנבוך, יצחק פּיראָזשניקאָװס „ראשית מקרא‟, האָט קרינסקי ניט גערעכנט, אַז זײַנע תּלמידים זאָלן שױן קענען לײענען לשון־קודש. די צװײ פּאַראַלעלע פֿאָנעטישע סיסטעמען אין ייִדיש, די גערמאַנישע און די העבעריִשע, האָבן פֿאָרגעשטעלט אַ האַרבע פּעדאַגאָגישע פּראָבלעם. קרינסקי האָט טאַקע צוגעגעבן אַ ספּעציעלע סעקציע, װאָס האָט דערקלערט די גראַמאַטישע פּרינציפּן פֿון לשון־קודש.

אַנדערש איז די דאָזיקע פּראָבלעם באַהאַנדלט געװאָרן אין דוד האָכבערגס לערנבוך „די נײַע שול‟ (װילנע, 1913). האָכבערג האָט ניט געהאַלטן, אַז די תּלמידים מוזן פֿאַרשטײן די גראַמאַטישע יסודות פֿון העברעיִש. אַנשטאָט דעם קענען זײ פּשוט אױסלערנען װי צו לײענען און שרײַבן לשון־קודשדיקע װערטער אין ייִדיש. דערצו האָט ער אױסגעטראַכט גראַמען, װאָס זײַנען געװאָרן באַקאַנט כּמעט יעדן ייִידשן קינד אין פּױלן׃ „לילה איז נאַכט, שמונה איז אַכט / אַכט איז שמונה, אַ טױב הײסט יונה / יונה איז אַ טױב, מצנפֿת איז אַ הױב / אַ הױב איז מצנפֿת, אַ שטאָל איז אַ רפֿת…”

װיעצקי באַמערקט, אַז דער אונטערשיד אין די טיטלען פֿון די לערנביכער, צװישן „מײַן ייִדיש לערער‟ און „די נײַע שול‟, זאָגט עדות װעגן די טיפֿערע ענדערונגען אין דער ייִדישער דערציִונג. פֿון אַ יחידישן ענין, לערנען ייִדיש פֿאַר זיך אָדער מיט אַ פּריװאַטן לערער, איז דאָס געװאָרן אַ כּלל־ענין פֿון דער עפֿנטלעכער דערציִונג. פֿריִער איז דער עיקר־ציל געװען זיך אױסצולערנען װי אַזױ צו שרײַבן בריװ אױף ייִדיש, און פֿאַר דעם האָבן די ערשטע לערנביכער געהאַט אַ טראַדיציאָנעלן בריװן־שטעלער װי אַ צוגאָב. אַנשטאָט דעם האָבן די נײַערע לערנביכער געהאַט אַן אױסקלײַב פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור װי אַ לײענשטאָף פֿאַר תּלמידים, װאָס זאָלן זײַן באַהאַװנט ניט נאָר אין דער שפּראַך נאָר אױך אין דער קולטור.

דער מצבֿ מיט דער ייִדישער דערציִונג האָט זיך שטאַרק געביטן בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון פּױלן און ליטע אין 1915. די דײַטשן האָבן תּיכּף פֿאַרװערט רוסיש, און דאָס האָט געשטעלט זײ פֿאַר אַ פּראָבלעם: װאָס פֿאַר אַ שפּראַך זאָל מען נוצן אין ייִדישע שולן? די באַשלוסן זײַנען געװען פֿאַרשידענע. אין װילנע האָבן די דײַטשן דערלױבט צו נוצן ייִדיש, אָבער אין לאָדזש האָבן זי לכתּחילה געהײסן ייִדישע שולן צו נוצן דײַטשיש, כּדי אָפּצורײַסן ייִדן קולטורעל פֿון פּאָליאַקן און צו פֿאַרשטאַרקן די דײַטשישע שליטה. אָבער נאָך די פּראָטעסטן מצד ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן די דײַטשן דערקלערט ייִדיש פֿאַר אַ „דײַטשישן דיאַלעקט‟ און דערלױבט צו לערנען אױף ייִדיש. אין װאַרשע האָבן די דײַטשן באַשלאָסן זיך בכּלל ניט אַרײַנצומישן אין דעם דאָזיקן ענין. אַזאַ ליבעראַלע שפּראַך־פּאָליטיק האָט קודם־כּל געדינט די דײַטשישע פּאָליטישע און מיליטערישע צװעקן, אָבער זי האָט פֿאַרלײגט דעם יסוד פֿאַרן אױפֿבלי פֿון ייִדיש אין פּױלן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה.

װען פּױלן איז װידער געװאָרן אומאָפּהענגיק אין 1918, איז דאָרט שױן געװען אַ גרויסע נעץ פֿון ייִדישע קולטורעלע און דערציִערישע אָרגאַניזאַציעס, װאָס האָבן אָפּערירט אױף ייִדיש, העברעיִש און פּױליש. די מלוכה האָט געשאַפֿן ספּעציעלע פּױלישע שולן פֿאַר ייִדישע קינדער, אַזױ־גערופֿענע „שאַבאַסוּװקעס‟, װוּ מען האָט ניט געהאַט קײן לימודים אום שבת און יום־טובֿ. די רעגירונג האָט דערלױבט ייִדישע און העברעיִשע שולן, אָבער זײ האָבן ניט באַקומען קײן מלוכישע שטיצע. די לינקע „צענטראַלע ייִדישע שול־אָרגאַניזאַציע‟ (ציש”אָ) האָט אויך געהאַט אַ באַלעבאַטישע נעץ פֿון װעלטלעכע ייִדישע שולן, און זײער פּראָגראַם האָט אָפּגעשפּיגלט דעם סאָציאַליסטישן װעלטבאַנעם פֿונעם „ייִדישן אַרבעטער־בונד‟. דער ענין פֿון לערנביכער איז געװאָרן אַ טעמע פֿון הײסע װיכּוחים אין דער ייִדישער פּרעסע. די בלי־תּקופֿה פֿון דער ייִדישער דערציִונג ציט איר געשיכטע װײַטער, צו די פּרוּװן מחיה־מתים צו זײַן די ייִדישע קולטור אין פּױלן נאָך דער מלחמה. זי באַשרײַבט די דאָזיקע פּרוּװן װי אַ באַגער צו שאַפֿן אַן „עמאָציאָנעל הײמלאַנד‟ פֿאַר די קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה.

מיט דעם װאָס „אַ ייִד רעדט ייִדיש‟ אַנאַליזירט די ייִדישע קולטור־געשיכטע אין פּױלן דורכן שפּאַקטיװ פֿון ייִדישע לערנביכער איז דאָס אַ װאָגיקער בײַטראָג צו דעם װאַקסנדיקן קאָרפּוס פֿון דײַטשישע ייִדיש־פֿאָרשונגען.