אין ראַם פֿון אַ סעריע אָװנטן װעגן ייִדישער פּאָעזיע האָט מען אינעם בערלינער „הױז פֿון פּאָעזיע‟ (װאָס דאָס אַלײן איז שױן אַ מחיה, עס זאָל עקזיסטירן אַזאַ מין אָרט!) לעצטנס דורכגעפֿירט אַן אונטערנעמונג געװידמעט פּאָעזיע אָנגעשריבן אױף ייִדיש.
דער אָװנט, װאָס איז פֿאָרגעקומען דעם 23סטן יאַנואַר, איז געװען אַן אױסערגעװײנטלעכער װײַל מע האָט געהערט אַ סך ייִדיש אױף דער בינע, אָבער ניט נאָר אויף דער בינע. דערצו האָט דער עולם דאָס מאָל ניט געהערט די װערק פֿון באַװוּסטע, קאַנאָנישע ייִדישע שרײַבער און דיכטער װי איציק מאַנגער, באַשעװיס אָדער די סאָװעטישע שרײַבער און פּאָעטן אומגעבראַכטע דעם 12טן אױגוסט 1952, נאָר הײַנטצײַטיקע דיכטער – גיטל שעכטער־װישװאַנאַט, באָריס סאַנדלער און דער קלאַסישער פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר, יעװגעני קיסין – װאָס האָבן אַלײן פֿאָרגעלײענט פֿון זײערע װערק פֿאַר אַן עולם בײַ װעמען ניט אַלע װײסן, אַ פּנים, אַז ייִדיש איז אַ לעבעדיקע שפּראַך.
דאָס לעצטע מאָל װאָס איך בין געװען אויף אַזאַ ליטעראַרישן אָװנט אויף ייִדיש אין בערלין איז געװען מיט יאָרן צוריק – דאַכט זיך, אין 2003 – װען עס האָבן אויפֿגעטראָטן גענאַדי עסטרײַך, באָריס סאַנדלער און יחיאל שרײַבמאַן.
אין קיסינס לידער האָבן מיר געהערט די דיאַלאָגן פֿון זײַנע באָבע־זײדע, מיט אַ װאָרט רוסיש דאָ און דאָרט, קאָמישע װערטערשפּילן פֿון קלאַנג און טײַטש װאָס ער האָט רעציטירט מיט אַ טאָן װאָס האָט דערמאָנט אין דער באַקאַנטער טראַדיציע פֿון דעקלאַמירן אויף רוסיש. ס’האָט טאַקע געמאַכט אַן אײַנדרוק װאָס ער האָט כּמעט אַלץ רעציטירט פֿון אױסנװײניק. שפּעטער, בעת דער דיסקוסיע, האָט קיסין געענטפֿערט קורץ און צו דער זאַך, מיט ציטאַטן פֿון זײַנע לידער. איך פּערזענלעך האָב געשעפּט נחת צו הערן פֿון זײַן קעמפֿערישער איבערגעגעבנקײט צו דער שפּראַך, פֿון זײַן פֿרעגן: װאָס װײַטער? צי איז גענוג אָנצושרײַבן אַ ליד און עס דעקלאַמירן? צי דאַרף מען ניט האָבן קינדער אַ טוץ, זײ אױפֿהאָדעװען אױף ייִדיש, כּדי ייִדיש זאָל װײַטער לעבן? זײַן איבערגעחזרטער „איך װיל!‟ אינעם ליד „ייִדישע װערטער‟ האָט מיך דערמאָנט אין אַ ליד פֿון בײלע שעכטער־גאָטעסמאַנען: „װײַל איך בין אַ צװײַג‟, װוּ זי זינגט בײַם סוף: „איך בין אַ צװײַג פֿון אַן אַלטן בױם / און כ’װיל, סע זאָל בליִען און צװיטען מײַן קרױן!‟
גיטל שעכטער־װישװאַנאַטס װערק זענען אַזױ פֿײַן, הײַנטצײַטיק, סענסיטיװ, ערלעך־דירעקט און אַ מאָל מיט הומאָר, װי מע הערט בײַם ליד „קאָמפּיוטער־לעבן‟, אינעם קונציקן װערטערשפּיל אין „מער־ניט־ליבע‟ צי אינעם פּאָרטרעט פֿון אַן איבערגעלאָזטן שוך־מת. דער אָפּרוף פֿונעם עולם, זײערע אַפּלאָדיסמענטן און זײער צוגעקומען צון איר נאָך די רעציטאַציעס, איז געװען אַ קלאָרער סימן אַז אירע לידער האָבן געמאַכט אַ גרױסן רושם. ספּעציעל שײן איז געװען װאָס איר מאַן מלך איז אױך געװען דערבײַ, בעת זי האָט געלײענט דאָס ליד אירס „דאָס פּאָרל‟ - געװידמעט איר מאַן, באַזינגענדיק די ליבשאַפֿט פֿון אַ קליאָן מיט אַ סאָסנע.
באָריס סאַנדלער האָט אונדז געמאַכט אַ מתּנה אַ שײן בילד: צונױפֿגעזאַמלט די טעג פֿון לעבן אין די אײגענע קעשענעס; טײל פֿון זײ – שװערע טעג, װאָס זײ צערײַסן די קעשענעס און דריקן אױפֿן רוקן. זײַנע לידער בינדן צונױף עטלעכע טראַדיציעס, פֿון תּנ”ך און פֿון אַנדערע, פֿלעכטן אַרײַן אידיאָמען און נעמען פֿון פֿאַרשײדענע צײַטן און װעלטן; למשל, פֿון דער װעלט פֿון די קינדעריאָרן, װען מע געפֿינט זיך אין אַ צימער אין דער פֿינצטער און מיט דער הילף פֿונעם שײַן פֿון אַ דרױסנדיקן לאַמטערן שװימט פּלוצעם אױף אַן אָנגעשראָקענע זעברע…
אין דער דיסקוסיע נאָך זײַן רעציטאַציע איז באָריס סאַנדלער געװען דער, װאָס האָט זיך צום מערסטן באַטײליקט און װאָלט געקענט רעדן לאַנג און אינטערעסאַנט װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור. דער פֿאַקט װאָס די אונטערנעמונג איז, צוליב די פֿראַגעס פֿונעם עולם, אָנגעגאַנגען לענגער װי מען האָט פּלאַנירט – צװײ שעה אַנשטאָט אָנדערטהאַלב שעה – איז געװען אַ סימן, אַז די לידער האָבן צוגעצויגן אַ טיפֿן אינטערעס. איך האָב געהאַט דעם אײַנדרוק אַז דער עולם האָט זיך פּאָזיטיװ באַצױגן צו ייִדיש און צו דער ייִדישער פּאָעזיע, װאָס מען האָט פֿאָרגעשטעלט. דערצו האָבן די פּאָעטן זיך באַצויגן ערנסט צו די כּלומרשט פּשוטע פֿראַגעס װי, למשל, צי איז מעגלעך צו שרײַבן ייִדישע לידער אָן ייִדישע אותיות? סאַנדלער האָט דערויף געענטפֿערט אַז מען האָט טאַקע יאָ געפּרוּװט אַ מאָל אַזױנס, נאָר ער האָט קלאָר געגעבן צו פֿאַרשטײן װי װיכטיק די אותיות זענען אין דער טראַדיציע, אַז דורכן ייִדישן אַלף־בית איז דאָך באַשאַפֿן געװאָרן די װעלט און אַז פֿאַר שרײַבער זענען די אותיות אַוודאי און אַװדאי װיכטיק.
קיסין האָט אָנגעװיזן װי חשובֿ די אותיות זענען פֿאַר אים פּערזענלעך, ציטירנדיק אַ ליד זײַנס: „די שומרים מיט מיר תּמיד זײַנען די אותיות, פֿירקאַנטיקע מײַנע. װי אַ פֿײַערזײַל איז יעדער אות‟.
דער פֿאָרזיצער פֿונעם אָװנט, אַרמין אײדהער, אַן איבערזעצער פֿון זאַלזבורג, עסטרײַך, האָט זיך זײער גוט צוגעגרײט; ער האָט איבערגעזעצט אַלע געקליבענע לידער אױף דײַטש, זײ אויסגעקלאַפּט און אויסגעטײלט דעם עולם, אַזױ אַז יעדער אײנער האָט געקענט לײענען די איבערזעצונג בעתן הערן דאָס ליד אױף ייִדיש – און דערנאָך געקענט די בויגנס אַהײמנעמען.
געװען אָבער אַ שאָד, װאָס מע האָט ניט אויסגעטײלט די לידער אױף ייִדיש אויך, געשריבן מיט ייִדישע אותיות, אַז די צוהערער זאָלן דאָס אויך קענען אַהײמנעמען. ביכער האָט מען, צום גליק, יאָ געקענט קויפֿן.
אַ צװײטע פּראָבלעם איז געװען דער אופֿן אין װעלכן אײדהער האָט פֿאָרגעלײענט זײַנע דײַטשישע איבערזעצונגען. אפֿשר איז עס אַ פֿראַגע פֿון סטיל אָדער אַ בײַשפּיל פֿון דער אַלטער טראַדיציע פֿון דעקלאַמירן אָבער מיר האָבן זײַנע פֿאָרלײענונגען געקלונגען צו טעאַטראַליש און איבערגעטריבן; די ייִדישע װערטער ־ און נישט דאָס אויסשפּילן זײ אויף דײַטש – האָבן דאָך געדאַרפֿט פֿאַרנעמען דעם אויבן־אָן ־ בפֿרט, אַז די שרײַבער אַלײן זענען דאָרט געזעסן!
ס’איז אָבער גוט װאָס אַרמין איידהער האָט כאָטש באַטאָנט, אַז מע זאָל זיך קודם צוהערן צום ייִדישן אָריגינאַל, אײדער מע לײענט איבער די דײַטשישע איבערזעצונג, און אַזוי אַרום טאַקע הערן אַ ייִדיש װאָרט. בעת דער דיסקוסיע, װען באָריס סאַנדלער האָט אָנגעהױבן רעדן אַ ביסל לענגער און זיך פּלוצעם געװאָנדן צו אײדהערן: „איר װעט איבערזעצן?‟ האָבן עטלעכע אין עולם װאָס האָבן פֿאַרשטאַנען ייִדיש זיך צעלאַכט, און סאַנדלער האָט װײַטער גערעדט – אויף ייִדיש! ס’געװען אַ פֿאַרגעניגן זיך צוצוהערן, נאָר ס’רובֿ פֿון זײַנע רײד האָט מען ניט איבערגעזעצט.
אײדהערן איז, װײַזט אױס, געװען װיכטיקער „צוצוגעבן‟ זײַן מײנונג װעגן ייִדיש־רעדערס און װעגן די פֿאַרשײדענע ייִדיש־װעלטן: אַז, למשל, חסידים און ניט־חסידים זענען אין גאַנצן אָפּגעזינדערט אײנער פֿונעם צװײטן. סאַנדלער האָט געענטפֿערט אַז ער זעט דאָס אַ ביסל אַנדערש, און אַז װען מע קען בײדע װעלטן, אָדער אויב מע פֿאָרט אויף ערטער װי ייִדיש־פֿאַרם, װײסט מען אױכעט, אַז עס איז ניט אין גאַנצן אַזױ. װי בײַ אַ סך אונטערנעמונגען װעגן ייִדיש, איז איידהערן און געװיסע מענטשן אין עולם מער אָנגעגאַנגען די צוקונפֿט פֿון ייִדיש אײדער די װערק פֿון די פּאָעטן אַלײן.
פֿון דעסט װעגן איז דאָס געװען אַ בכּבֿודיקער אָװנט, און דערפֿאַר װינטש איך אַ יישר־כּוח אַלע באַטײליקטע. הלװאַי װאָלטן פֿאָרגעקומען נאָך אַזױנע אָװנטן אין בערלין און זאָל דאָרט װײַטער קלינגען מיט ייִדיש און ייִדישער פּאָעזיע!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.