דוד אומרו האָט געשריבן אויף ייִדיש — נאָר אָן נאָסטאַלגיע

David Umru Wrote in Yiddish, But Without Nostalgia

Yehuda Blum

פֿון מאַקס קאָהן

Published February 07, 2019.

ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ בוך דערציילונגען פֿונעם ייִדישן שרײַבער און דירעקטאָר פֿון ווילנער ייִדישן טעאַטער, דוד אומרו (1910־1941), פֿון דער היים: דוד ליאַצקאָװיטש. פֿאַר וואָס האָט ער זיך טאַקע אויסגעקליבן דווקא אַזאַ פּעננאָמען — אומרו?

ערשטנס, פֿלעגט ער קינדװײַז מיט זײַן ברודער זיך צוקוקן װי דער אומרו, דער פּאָמפּעדיקל פֿון זייגער אין שטוב, גײט הין־און־צוריק. (דער טאַטע איז געווען אַ זייגער־מאַכער װי אויך אַ יוּווילער.) לויטן ליטווישן ייִדישן שרײַבער יאַנקל יאָסאַדע (1910 - 1995), איז דער נאָמען אומרו פֿאַרבונדן מיטן געדאַנק פֿון קעגנערשאַפֿט. אויף רוסיש הייסט עס „כ’וועל שטאַרבן‟ אָבער אפֿשר איז דאָס בלויז אַ צופֿאַל. ווי אַ סך דעמאָלטיקע יונגעלײַט האָט אומרו אידעאָלאָגיש געהערט צו די קאָמוניסטן. ענדערן די וועלט האָט ער געוואָלט, אַז זי זאָל אַרײַנטרעטן אין אַ באַנײַטער, בעסערער תּקופֿה.

זײַן פּלימעניצע, אָדיל סיוגאַנאַס, וווינט הײַנט אין פּאַריז און טוט אַלץ וואָס ס’איז מיגלעך כּדי דער עולם זאָל זיך באַקענען מיט זײַן רײַכער שאַפֿונג. דערפֿאַר דאַרף מען טאַקע באַגריסן דעם ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאַרן אַרויסגעבן דאָס בוך, און טאַקע אויף ייִדיש.

אין זײַנע דערצײלונגען באַשרײַבט אומרו די ייִדישע וועלט פֿון די דרײַסיקער יאָרן; נישט נאָר די געשטאַלטן, נאָר אויך די גאַנצע אַרומיקע סבֿיבֿה און נאַטור. מע פֿילט די סיטואַציעס אין זײַנע דערציילונגען, ווי מע וואָלט דאָרט ממש געווען. ער דריקט אויס עמפּאַטיע צו דעם ייִדיש־רעדנדיקן ייִד. ייִדיש איז נאַטירלעך, אָן קיין שום נאָסטאַלגיע. מע רעדט ניט וועגן חורבן, וואָס וועט אין גיכן חרובֿ מאַכן גאַנץ אייראָפּע. זײַן שרײַבן איז געװאָנדן בלויז צו זײַנע מיטצײַטלערס. ער גיט עדות װי דאָס ייִדישע לעבן װאָלט זיך געקאָנט צעבליִען, װען דער חורבן וואָלט עס ניט פֿריצײַטיק פֿאַרשניטן. וואָלט ער לענגער געלעבט, וואָלט אומרו זיכער פֿאַררעכנט געװאָרן פֿאַר אַ גרויסן שרײַבער.

אומרו איז אויך געווען אַ מאָלער און אַ פֿאָטאָגראַף און מ’קאָן עס שפּירן אין זײַנע דערציילונגען. ער שרײַבט אויך װעגן די חלוצישע הכשרות, װי שווער און געשפּאַנט דאָס לעבן איז דאָרט געװען.

באַשטעטיקן חבֿרים פֿאַר ארץ־ישׂראל, דאָס איז געווען די טעמע פֿון טאָג. בײַ דער אַרבעט, בײַם אויפֿשטיין און זיך לייגן, בײַם עסן און אַפֿילו אין די חלומות בײַ נאַכט האָט עס ניט אויפֿגעהערט צו פֿאַרפֿאָלגן אַ האַלבן קיבוץ, וועלכער איז שוין מיד געווען פֿון הכשרה. פֿון די צוויי הונדערט חבֿרים האָט מען געדאַרפֿט באַשטעטיקן ניט מער ווי צוואַנציק… (פֿון דער דערציילונג, „צעשטורעמט‟, ז׳ 160)

אומרוס משפּחה איז טאַקע געפֿאָרן קיין פּאַלעסטינע אויף אַ קורצער תּקופֿה, נאָר זי געמוזט פֿאַרלאָזן צוליב געזונט־סיבות פון זײַן ייִנגערער שוועסטער דאָראַ.

איך אַלײן געהער צו אַ דור, אַ געבוירענער נאָך דער מלחמה, בײַ עלטערן ניצול־געוואָרענע, וועלכע זענען קיין פֿראַנקרײַך געקומען זיך צו פֿאַראייניקן מיט דער משפּחה. ייִדיש איז בײַ מיר טאַקע אַ מאַמע־לשון, ניט קיין טויטס נאָר אַ לעבעדיקס, און דעריבער געפֿעלט מיר דוד אומרוס שאַפֿונג. ער איז נישט אַרײַן אין פּאַנטעאָן פֿון די באַרימטע ייִדישע שרײַבער, פּשוט ווײַל דערווײַל איז זײַן שאַפֿונג נאָך אומבאַקאַנט. אַ דאַנק זײַן מאָדערניזם און אוניווערסאַליזם גלייב איך אָבער אַז ער וועט נאָך באַקומען ס’אָרט וואָס ס’קומט אים.

בײַ אומרוס שפּראַך איז דער יסוד ייִדיש, כאָטש מ’הערט אין איר שטענדיק דעם ווידערקול פֿון אַנדערע שפּראַכן. אין זײַן דערציילונג „פֿײַוועק־פֿײַפֿער‟ זעט מען װי פֿײַוועק, דער נײַנצן־יעריקער העלד, אַ פֿיפֿיקער בחור וואָס געהערט צו דער אָרגאַניזאַציע „החלוץ‟, קלײַבט צונויף געוויסע העברעיִשע ווערטער און מישט זיי צונויף מיט זײַנע קענטענישן אין רוסיש, פּויליש, דײַטש און ליטוויש. ס’איז בײַ אים אַזאַ מין שפּיל געווען.

אין „אייביקייט‟ שרײַבט אומרו וועגן דער טעאַטער־וועלט, װאָס איז אים געװען שטאַרק טײַער. צווישן אַנדערע באַשרײַבט ער דעם אָפּרוף פֿונעם עולם אויף אַ געװיסער פּיעסע: „דער שטורעמדיקער אויסברוך פֿון די אַפּלוידיסמענטן האָט צעטראָגן דעם זאַל. ס’איז די אייביקייט פֿון יענער רגע, וואָס צינדט אָן דעם גלויבן, מאַכט פון אַלעמען יונג און לאַכט אַפֿילו פֿון טויט‟. אין דער דערציילונג „די שיף סאַן זשאַק‟, וואָס מע לאָזט זי נישט אַרײַן אין פּאַלעסטינע, הערט מען אַ פֿרוי זאָגן: „די לעבן־געבליבענע טאָרן זיי דען אויפֿהערן צו האָפֿן?‟

זײַן איבערגעגעבנקײט צום ייִדישן טעאַטער האָט אָבער אויך דערפֿירט צו זײַן אומקום. װען ער, זײַן פֿרוי, שוועסטער און קינד האָבן געזאָלט עװאַקויִרן פֿון די אָנקומענדיקע דײַטשן, איז אים אין לעבן געגאַנגען צו ראַטעווען דעם אַרכיוו פֿון ווילנער ייִדישן טעאַטער. דעריבער האָט ער פֿאַרשפּעטיקט דעם אויטאָ און זײ זענען אַלע דערהרגעט געװאָרן.

דוד אומרו היילט מיך. זײַנע פּערסאָנאַזשן זענען ניט קיין גיבורים, ניט קיין הייליקע, נאָר פּשוטע בשׂר־ודמס. הגם דער מחבר געהערט צו אונדזער עבֿר, דאַכט זיך מיר אַז ער װאַרט, פּונקט ווי מיר, אויף אַ צוקונפֿט פֿאַר ייִדיש.

צו באַשטעלן דאָס בוך שרײַבט צו (Leyvikmail@gmail.com)