קורס וועגן אָפּערע בײַ ייִדן אין ייִוואָ

Course on Jewish Opera at YIVO

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 07, 2019.
די הילע פֿון גאָלדפֿאַדנס אַ ליברעטאָ
די הילע פֿון גאָלדפֿאַדנס אַ ליברעטאָ

אַז מע גיט אַ טראַכט וועגן די טיפּישע ייִדישע זשאַנערס פֿון קונסט, פֿאַלט זעלטן־ווען אײַן אָפּערע.

אָפּערע האָט אָבער אַ לאַנגע געשיכטע בײַ ייִדן, סײַ אויף ייִדיש און העברעיִש, סײַ אויף אַ ריי אייראָפּעיִשע שפּראַכן. עס זענען אויך פֿאַראַן אַ סך אָפּערעס אויף ייִדישע טעמעס וואָס זענען געשאַפֿן געוואָרן דווקא דורך קריסטן.

אין די לעצטע יאָרן איז ממשותדיק געוואַקסן דער אינטערעס צו אָפּערעס אויף ייִדישע טעמעס. ווערק פֿון באַשעוויסן און בערנאַרד מלמד זענען לעצטנס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אָפּערעס און מע געפֿינט אויך אַ סך ליברעטאָס מיט ייִדישע מאָטיוון ווי דיבוקים און גולמס, ווי אויך היסטאָרישע ייִדישע טראַגעדיעס ווי דער אויפשטאַנד אין מצדה.

די געשיכטע פֿון ייִדישע אָפּערעס וועט אַרומגערעדט ווערן אין אַ קורס בײַם ייִוואָ. ד׳׳ר ניל לעווין, אַ באַקאַנטער עקספּערט פֿון ייִדישער מוזיק וואָס פֿירט אָן מיטן „מילקן־אַרכיוו פֿון ייִדישער מוזיק‟ און דינט איצט ווי אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר בײַם ייִוואָ, וועט זיך טיילן מיט זעלטענע רעקאָרדירונגען פֿון אַ ריי אָפּערעטעס און לערנען דעם עולם וועגן דער ייִדישער טעמאַטיק פֿון געוויסע ליברעטאָס.

דער קלאַס וועט זיך טרעפֿן במשך פֿון פֿינף וואָכן, פֿון מיטוואָך דעם 27סטן פֿעברואַר ביז מיטוואָך דעם 3טן אַפּריל, פֿון 6:00 ביז 8:00 אַ זייגער אין אָוונט. דער פּרײַז איז 30$ פֿאַר סטודענטן, 150$ פֿאַר ייִוואָ־מיטגלידער און 225$ פֿאַרן ברייטן עולם.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, באַזוכט: https://yivo.org/Jewish-Opera?fbclid=IwAR1FVdypfMpvaUpsZU8QOLfFpO4j1w7MBrwP8DESstI4_R4grhKgLy0pxsk.