העלסינקי־לימוד װײַזט אינטערעס צו ייִדיש מצד אָרטיקע ייִדן 

Helsinki Limud Reveals Finnish Jews' Interest in Yiddish

דער עולם בײַ דער עפֿענונג פֿון דער לימוד־קאָנפֿערענץ אין העלסינקי
Laura Ben David
דער עולם בײַ דער עפֿענונג פֿון דער לימוד־קאָנפֿערענץ אין העלסינקי

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 08, 2019.

אַ טײל פֿון מײַן אַרבעט, װי די רעדאַקטאָרין פֿונעם פֿאָרװערטס, איז אויפֿצוטרעטן בײַ קאָנפֿערענצן, קהילה־צענטערס און סינאַגאָגעס מיט לעקציעס װעגן דעם פֿאָרװערטס אָדער װעגן דער ייִדישער קולטור בכלל. טאַקע דערפֿאַר האָב איך די פֿאַרגאַנגענע װאָך זיך געפֿונען אין דער פֿינלענדישער קרוינשטאָט העלסינקי, װוּ מע האָט מיך פֿאַרבעטן אויף דער יערלעכער אָרטיקער לימוד־קאָנפֿערענץ צו געבן דרײַ לעקציעס פֿאַרבונדן מיט ייִדיש. הגם מע האָט מיר געזאָגט אַז אַ טײל ייִדן אין העלסינקי קענען ייִדיש, האָבן זײ געבעטן איך זאָל רעדן אויף ענגליש װײַל אַ צאָל פֿינלענדישע ייִדן פֿילן אַ נאָענטקײט מיט ייִדיש, כאָטש זײ קענען עס נישט רעדן.

די ייִדישע קהילה אין פֿינלאַנד באַשטײט פֿון אַרום 1,500 ייִדן, װאָס 1,200 פֿון זײ װוינען אין העלסינקי. זי האָט דווקא אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע. בעת דעם 19טן יאָרהונדערט, װען די צאַרישע אַרמײ פֿלעגט פֿאַרכאַפּן ייִדישע ייִנגלעך פֿון דער גאַס (די קאַנטאָניסטן) און זײ שיקן אויף 25 יאָר אין מיליטערישע שולן און דערנאָך אין מיליטער, האָבן אַ טײל פֿון די יונגע סאָלדאַטן, נאָכן באַפֿרײַט װערן, זיך באַזעצט אין פֿינלאַנד און געשאַפֿן דאָרט אַן אײגענעם ייִשובֿ.

דערצו האָט די נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק פֿון פֿינלאַנד אַ גרויסע צאָל ייִדישע ביכער. פֿינלאַנד איז געװען אַ טײל פֿון דער רוסישער אימפּעריע, האָט מען אין דער ביבליאָטעקס “העבראַיִקאַ־זאַמלונג” געהאַלטן איבעריקע עקזעמפּלאַרן פֿון אַלע ביכער אַרויסגעגעבן אויף ייִדיש און העברעיִש פֿון 1828 ביז 1917.

אין די 1920ער און 30ער יאָרן האָט העלסינקי געהאַט אַן אַקטיװן ייִדישן טעאַטער. די לימוד־קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען מוצאי שבת־שבת, דעם 2טן פֿעברואַר און זונטיק, דעם 3טן. מיט אַ טאָג פֿריִער, פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, זענען מײַן מאַן לײבל מיט מיר צוגעגאַנגען אין דער אָרטיקער שיל, אַ גרויסער שײנער געבײַדע בלויז עטלעכע גאַסן פֿון אונדזער האָטעל. דער מנין איז געװען אַ באַשיידענער, אַרום 15 מענער און 8 פֿרויען, אַ טײל פֿון זײ – אויסלענדער װאָס זענען געקומען אויף „לימוד‟.

די שיל אין העלסינקי
Laura Ben David
די שיל אין העלסינקי

דעריבער האָט מען זיך געטראָפֿן אין אַ קלײנעם צימער אויפֿן צװײטן שטאָק. איבער דער טיר פֿונעם צימער איז געהאָנגען אַ טאָװל אויף ייִדיש מיט די װערטער:

דער פּלאַץ פֿאַר דער שיל און תּלמוד־תּורה געבײַדע האָט די שטאָט־פֿאַרװאַלטונג צו דער ייִדישער געמײנדע געשאָנקען אויף אייביק. די שול און תּלמוד־תּורה איז געבויט געװאָרן אין 1906. געקאָסט מיט אַלע אײַנריכטונגען 110,000 מאַרק.

דאָס איז געװען צום ערשטן מאָל װאָס איך זע אַ טאָװל לכּבֿוד אַ בנין, װוּ מע גיט איבער די הוצאָות פֿונעם בויען אים. זעענדיק אַז אינעם צװײטן טאָװל, אויף פֿינלענדיש, האָט מען די לעצטע שורה אַרויסגעלאָזט, איז קלאָר אַז יענער פּרט איז געװען נאָר פֿאַר די ייִדן, כּדי זײ זאָלן געבן אַ בײַשטײַער דער שיל, און אַז מע האָט בפֿירוש נישט געװאָלט אַז די גויים זאָלן עס זען.

דער טשיקאַװער טאָװל װאָס הענגט אין דער שיל
Boel Dondysh
דער טשיקאַװער טאָװל װאָס הענגט אין דער שיל

כאָטש דער עולם איז געװען אַ קלײנער, איז דאָס דאַװענען קבלת־שבת געװען אַ לעבעדיקער; די מתפּללים האָבן געקענט די װערטער, געזונגען מיט האַרמאָניעס, און ס’איז געװען קלאָר אַז דאָס זענען רעגולערע שיל־גײער װאָס האָבן געהאַט אַ ייִדישע רעליגיעזע בילדונג. ס’רובֿ פֿון זײ האָבן געזונגען מיט אַ ישׂראלדיקן אַקצענט, אָדער װײַל זײ זענען טאַקע געװען ישׂראלים אָדער פֿינלענדישע ייִדן װאָס האָבן זיך געלערנט ייִדישקײט בײַ ישׂראלדיקע אינסטיטוציעס. פֿינלאַנד איז דװקא זייער נאָענט צו ישׂראל - אַפֿילו אין דער זעלבער צײַטזאָנע - אַזוי אַז פֿינלענדישע ייִדן און ישׂראלים פֿאָרן אָפֿט הין און קריק.

נאָכן דאַװענען האָט מען בײַ געדעקטע טישן סערװירט אַ שבתדיקע װעטשערע, אַ װעגעטאַרישע, װײַל װי מע האָט מיר שפּעטער געזאָגט, האַלטן זיך אַ סך פֿינלענדישע ייִדן בײַ אַ װעגעטאַרישער אָדער װעגאַנישער דיעטע. אַ גרויסער עולם איז געקומען, אַרײַנגערעכנט משפּחות מיט קינדער, בסך־הכּל אַרום 50 מענטשן. אַ טייל מענטשן זענען צוגעקומען צו מיר, מיך צו באַגריסן. עטלעכע פֿון זײ, אַרײַנגערעכנט אַ יונגן הײַ־טעק עקספּערט און פֿאָטאָגראַף, יונה האַסאַן, האָבן אַפֿילו געקענט ייִדיש און געזאָגט אַז זײ לײענען און קענען גוט די װידעאָס פֿונעם פֿאָרװערטס!

די קאָנפֿערענץ גופֿא האָט זיך אָנגעהויבן גלײַך נאָך שבת, אויפֿן אָרט פֿון דער „דײַטשער שול‟ – אַ לערן־אַנשטאַלט פֿאַר פֿינלענדישע קינדער װוּ אַ טײל פֿונעם טאָג איז געװידמעט דער דײַטשער שפּראַך און קולטור. אַרײַנגײענדיק אינעם קלאַסצימער פֿון מײַן ערשטער לעקציע, האָב איך דערזען אויבן אָן די אַרטיקלען der, die און das, האָב איך זיך שוין געפֿילט אין דער הײם!

איך גיב מײַן לעקציע אין אַ צימער װוּ מע לערנט געװײנטלעך די דײַטשע שפּראַך
Joona Hasan
איך גיב מײַן לעקציע אין אַ צימער װוּ מע לערנט געװײנטלעך די דײַטשע שפּראַך

במשך פֿונעם צװײטן טאָג האָב איך געהאַט אַ געלעגנהײט צו גײן אויף סעסיעס אָנגעפֿירט פֿון אַנדערע לעקטאָרן. איינע איז געװען אַ גאָר אינטערעסאַנטער רעפֿעראַט װעגן טעריטאָריאַליזם, אָנגעפֿירט פֿון אַ באַקאַנטער פֿיגור פֿון דער ייִדישער קהילה אין אונגערן, טאָמאַס ביוכלער. ער האָט באַשריבן די פֿאַרשידענע ערטער װוּ ייִדן האָבן געפּרוּװט אויפֿשטעלן אַ ייִשובֿ (און אָפֿט מאָל טאַקע אויף ייִדיש); װאָס זענען געװען די מעלות און חסרונות פֿון די ערטער און פֿאַר װאָס זיי זענען אין לעצטן סך־הכּל, דורכגעפֿאַלן. ביוכלער האָט באַדויערט װאָס הײַנט װייסן ייִדן בלויז װעגן דעם געראָטענעם עקספּערימענט אויפֿצובויען אַ ייִשובֿ פֿאַר ייִדן (מדינת־ישׂראל) און כּמעט גאָרנישט װעגן די װיכטיקע איבערגעגעבענע העלדן פֿון דער ייִדישער געשיכטע װאָס האָבן זיך באַמיט מיט אַלע כּוחות צו ראַטעװען די ייִדן פֿון די פּאָגראָמען און רדיפֿות אין אייראָפּע. איך האָב הנאה געהאַט װאָס מע האָט װעגן דעם גערעדט װײַל אַזאַ מין רעפֿעראַט — װעגן די פּרוּװן צו שאַפֿן ייִדיש־רעדנדיקע ייִשובֿים זעט מען בדרך־כּלל נישט אויף אַ לימוד־קאָנפֿערענץ.

מאַרק האַלוּאַ (רעכטס) שמועסט מיט צװײ באַטײליקטע צװישן די קלאַסן
Laura Ben David
מאַרק האַלוּאַ (רעכטס) שמועסט מיט צװײ באַטײליקטע צװישן די קלאַסן

אַ צװײטע סעסיע װאָס איז געװען ממש פֿאַרכאַפּנדיק האָט אָנגעפֿירט אַ יונגערמאַן פֿון קוּװײט, מאַרק האַלוּאַ, אַ קינד פֿון אַ פּאַלעסטינער טאַטן און אַ ייִדישער מאַמען װאָס האָט אָנגענומען דעם מוסולמענישן גלויבן. האַלואַ האָט דערצײלט װעגן די שרעקלעכע זאַכן װאָס ער האָט במשך פֿון זײַנע קינדעריאָרן זיך אָנגעהערט װעגן די ייִדן ביז ער האָט באַשלאָסן אַלײן צו פֿאָרן קיין ישׂראל, אויספֿאָרשן די װאָרצלען פֿון דער מאַמען. בקיצור, ער האָט זיך פֿאַרשריבן אין אַ ישיבֿה, חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישער פֿרוי און װוינט איצט אין ירושלים. במשך פֿונעם סוף־װאָך האָב איך עטלעכע מאָל געשמועסט מיט אים און זיך דערװוּסט אַז ער איז נישט בלויז אַ מוטיקער מענטש, נאָר האָט אויך אַ פֿײַנעם חוש הומאָר.

זונטיק נאָך מיטאָג האָב איך געגעבן מײַן הויפּט־לעקציע: װעגן דער פֿאַרװאַנדלונג פֿונעם פֿאָרװערטס אין אַ דיגיטאַלישער צײַטשריפֿט. די באַטייליקטע האָבן אויסגעהערט די געשיכטע פֿונעם פֿאָרװערטס אָבער האָבן דער עיקר געשטעלט פֿראַגעס װעגן דער הײַנטיקער צײַטונג — װער זענען די הײַנטיקע לײענער און באַזוכער פֿון דער װעבזײַט און װאָס איז הײַנט די פּאָליטישע ליניע פֿונעם ייִדישן פֿאָרװערטס, בפֿרט אַז די ענגלישע אויסגאַבע איז, װי באַקאַנט, לינק־געשטימט. אַ לעבעדיקע דיסקוסיע איז דערפֿון אַרויסגעװאַקסן, מסתּמא װײַל אין עולם האָבן זיך געפֿונען סײַ רעכט־, סײַ לינק־געשטימטע.

די קאָנפֿערענץ האָט זיך געשלאָסן מיט אַ קאָנצערט פֿון צװײ זינגערינס פֿון עסטלאַנד, מאַריקע גוראַלניק און יעקאַטערינאַ ערליך, װאָס אַ גרויסער טײל פֿון די לידער זענען געװען טאַקע אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט טעאַטער־שלאַגערס װי „שײן װי די לבֿנה‟ און „בײַ מיר ביסטו שײן‟. זײער ייִדישער אַרויסרײד איז געװען אַ געראָטענער און זײ האָבן עס געזונגען מיט זיסע קולות, ענלעך אויפֿן סטיל װי די באַרי־שװעסטער.

די ייִדישע זינגער פֿון עסטלאַנד, מאַריקע גוראַלניק און יעקאַטערינאַ ערליך, זינגען „שיין ווי די לבֿנה‟
Maria Stalter
די ייִדישע זינגער פֿון עסטלאַנד, מאַריקע גוראַלניק און יעקאַטערינאַ ערליך, זינגען „שיין ווי די לבֿנה‟

נאָך אַ מאָל האָט מיך אימפּאָנירט װאָס אויף אַ לימוד־קאָנפֿערענץ נעמט מען אַרײַן אַקטיװיטעטן פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. צי דאָס זעט מען אויך בײַ אַנדערע לימוד־קאָנפֿערענצן אין אייראָפּע װײס איך נישט אָבער זיכער װאָלטן די לימוד־פֿירער אין אַמעריקע זיך געמעגט אָפּלערנען אַ משל דערפֿון.