שוין עטלעכע מאָל האָב איך באַשריבן דעם פֿענאָמען פֿון די אינטערנעץ־קורסן אויף ייִדיש, דורכגעפֿירט פֿונעם „אַרבעטער־רינג.‟ אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2014 ווען די פּראָגראַם איז באַשטאַנען פֿון בלויז פֿון צוויי קורסן איז זי איצט, מיט פֿינף יאָר שפּעטער, אַ גאַנצע פֿאָלקס־אוניווערסיטעט פֿאַר זיך.
דעם איצטיקן פֿרילינג־זמן וועט דער „אַרבעטער־רינג‟ דורכפֿירן 37 קלאַסן, אַרײַנגערעכנט 14 פֿאַר די וואָס קענען שוין גוט ייִדיש. פֿון די אַוואַנסירטע קלאַסן וועט מען לערנען 11 פֿון זיי דורך דער אינטערנעץ. די 20 לערער — אַרײַנגערעכנט באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, היסטאָריקער, שרײַבער און לינגוויסטן — וווינען אויף פֿיר קאָנטינענטן. פֿאַראַיאָרן האָבן די קלאַסן צוגעצויגן מענטשן פֿון 18 לענדער און 23 אַמעריקאַנער שטאַטן, בסך־הכּל — מער ווי 700 סטודענטן.
פֿאַרשטייט זיך, קען מען דאָ ניט אויסרעכענען אַלע קלאַסן מיט זייערע באַשרײַבונגען. אָט זענען פֿינף פֿון זײ. (אויב איר ווילט זען די גאַנצע רשימה באַזוכט די וועבזײַט פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ ).
ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער וועט האַלטן פֿינף רעפֿעראַטן וועגן דער געשיכטע, פֿאָלקלאָר און דיאַלעקטאָלאָגיע פֿון דער ייִדישער שפּראַך, און זיך טיילן מיט זעלטענע אינטערנעץ־רעסורסן פֿאַרבונדן מיט די טעמעס.
דער שרײַבער און געוועזענער פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער וועט לערנען אַ מיני־קורס וועגן דעם מיניאַטור אין דער ייִדישער ליטעראַטור. מע וועט לייענען מיניאַטורן פֿון שירה גאָרשמאַן, יחיאל שרײַבמאַן און יאָסל בירשטיין.
ד׳׳ר דוד פֿישמאַן וועט האַלטן פֿיר רעפֿעראַטן פֿאַרבונדן מיט דער קולטור־געשיכטע פֿון ווילנע אויף די ווײַטערדיקע טעמעס: דער ווילנער גאון; די השׂכלה און דער ייִדישער אַרבעטער־בונד; ייִדיש אין ווילנע, און די ייִדישע קולטור אין ווילנער געטאָ.
ד׳׳ר מרים טרין וועט לערנען אַ קורס וועגן די ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווער און מסביר זײַן די אונטערשיידן צווישן זײַנע פּראָזע־ווערק און זײַנע לידער.
ד׳׳ר מײַקל וועקס וועט לערנען אַ מיני־קורס וועגן דעם ווי אַזוי ייִדישע שרײַבער האָבן זיך באַנוצט מיט יעזוסן ווי אַ סימבאָל אין זייערע ווערק. צווישן אַנדערע וועט מען לייענען אויסצוגן פֿון די ווערק פֿון שלום אַש, אורי־צבֿי גרינבערג, משה־לייב האַלפּערן, דער נסתּר, ל. שאַפּיראָ און איציק מאַנגער.
די קלאַסן הייבן זיך אָן די ערשטע וואָך מאַרץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.