אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן דער מנורה, וואָס האָט געברענט אינעם משכּן, ווי אויך וועגן די ספּעציעלע בגדים, וואָס די כּהנים פֿלעגן טראָגן בעת זייער עבֿודה.
דער באַשעפֿער האָט אָנגעזאָגט אָנצוצינדן אינעם משכּן אַ נר תּמיד – אַ שטענדיקע ליכט, וועלכע האָט געמוזט ברענען טאָג און נאַכט. פֿון דער ספּעציעלער ליכט פֿלעגן די כּהנים אָנצינדן די מנורה. אינעם ערגסטן פֿאַל, אויב אַלע ליכט האָבן זיך אויסגעלאָשן, האָט מען געמעגט זיי אָנצינדן פֿונעם פֿײַער, וואָס האָט געברענט אויפֿן מזבח־העולה, וווּ מע האָט תּמיד פֿאַרברענט די קרבנות.
אין די הײַנטיקע שילן זענען אויך פֿאַראַן נר תּמידן, וואָס ברענען איבערן אָרון־קודש. ווי באַלד ס׳איז בלויז אַן אַלטער שיינער מינהג, הענגען שוין אַפֿילו אין טראַדיציאָנעלע חסידישע שילן עלעקטרישע נר תּמידן, אָנגעפֿילט מיט נעאָן־גאַז. אין פֿאַרגלײַך מיט די קלאַסישע לעמפּלעך, וואָס אַנטהאַלטן אַ מעטאַלענעם פֿאָדעם, וואָס דערגרייכט אינעווייניק זייער אַ הויכע טעמפּעראַטור, איז דאָס „ברענעניש‟ פֿון אַ נעאָן־לעמפּל בלויז אַ קאַלטע ליכטיקייט. הגם די נעאָן־פּלאַזמע זעט אויס ווי אַ פֿלאַם, בלײַבט זי קאַלט און ממילא קאָן נישט גורם זײַן קיין שׂריפֿה. דערצו, פֿאָדערן די נעאָן־לעמפּלעך זייער אַ קליינעם עלעקטרישן כּוח און קאָנען פֿונקציאָנירן צענדליקער יאָר נאָכאַנאַנד. למשל, אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט מען בעת אַ רעמאָנט אין אַ רעסטאָראַן אַנטדעקט מיט עטלעכע יאָר צוריק אַ נעאָן־לאָמפּ, וואָס ברענט אָן אַן אויפֿהער שוין 77 יאָר. אָט דאָס איז טאַקע אַ נר תּמיד!
אַנטקעגן וואָס דערצייל איך דאָס? פֿאַר אַ הײַנטיקן ייִד ווערט די פֿראַזע נר תּמיד, מסתּמא, בעיקר אַסאָציִיִרט טאַקע מיט אָט־די שיל־לעמפּלעך, וואָס ברענען אָן קיין מענטשלעכער טירחה. להיפּוך, האָבן די ליכט אינעם משכּן און דעם בית־המקדש געפֿאָדערט אַ שווערע טאָג־טעגלעכע מי. די כּהנים האָבן געמוזט כּסדר אויסרייניקן די ליכט, צוגרייטן דאָס ברענוואַרג, איילבערט־אייל פֿון דער העכסטער קוואַליטעט. דער נר תּמיד און די מנורה האָבן רעפּרעזענטירט נישט אַן אייביקע רו, נאָר גיכער אַן אָנגייענדיקע עבֿודת־השם; ס׳איז דאָך געווען גאָר אַן אַנדער וועלט.
עס טרעפֿן זיך אַזעלכע סיטואַציעס, ווען ס׳איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, ווי אַזוי דאָס לעבן האָט זיך געביטן במשך פֿון טויזנטער יאָרן און אַפֿילו אַ פּאָר דורות. נישט געקוקט אויף די אילוסטראַציעס אין די הײַנטיקע חסידישע ביכלעך פֿאַר קינדער, האָט משה רבינו זיכער נישט געטראָגן קיין שטרײַמל און נישט אינסטאַלירט אינעם משכּן קיין עלעקטרע.
דינסטיק, דעם 19טן פֿעברואַר, פּראַווען מיר דעם פּורים־קטן. בײַ אַ סך פֿרומע ייִדן איז עס בלויז אַ פֿאָרמעלער טאָג, ווען מע זאָגט נישט קיין תּחנון און מע דערמאָנט זיך וועגן דעם עכטן פּורים, וואָס קומט אַ חודש שפּעטער.
צוליב דער ספּעציפֿישער סטרוקטור פֿונעם ייִדישן לוח, ווי באַקאַנט, באַקומט זיך דער חודש אָדר צומאָל אַ טאָפּלטער. הגם דעם עכטן פּורים פּראַוועט מען אינעם צווייטן אָדר, גיט מען אויך אָפּ אַ געוויסן סימבאָלישן כּבֿוד דעם 14טן טאָג אין אָדר ראשון.
איז עס אָבער שטענדיק געווען בלויז אַ סימבאָלישער טאָג? לאַוו־דווקא. די קראָים – די באַקאַנטע אַלטע סעקטע, וואָס גלייבט נישט אין תּורה־שבעל־פּה, פּראַווען פּורים טאַקע די וואָך!
די חז״ל האָבן במשך פֿון אַ סך דורות „געשליפֿן‟ דעם הײַנטיקן ייִדישן לוח; אין דער תּקופֿה פֿונעם בית־המיקדש און אַפֿילו מיט דורות שפּעטער האָבן אַ טייל ייִדן נאָך באַשטימט דעם אָנהייב פֿון חדשים דורך דער דירעקטער אָבסערוואַציע פֿון דער לבֿנה – מעגלעך, מיטן טראָפּ דווקא אויף אָדר ראשון.
אינעם יאָר 921 האָט סעדיה גאָון געלייגט אין חרם זײַן חשובֿן קאָלעגע, רבי אַהרן בן מאיר, וועלכער האָט געהייסן זײַן קהילה אין ארץ־ישׂראל פּראַווען פּסח מיט צוויי טעג פֿריִער, ווי אין בבֿל. הײַנט האָט יעדע ייִדישע משפּחה דעם סטאַנדאַרטן לוח, אָבער דעמאָלט איז אַזאַ ווילדער מחלוקת געווען מעגלעך.
אַוודאי זענען די קראָים פֿאַרקראָכן צו ווײַט מיט זייערע אַנטי־רבנישע דעות. פֿון דעסט וועגן, האָבן זיי אָפּגעהיט געוויסע גאָר אַלטע טראַדיציעס. מע קאָן זיך משער זײַן, אַז אַ טייל „נאָרמאַטיווע‟ ייִדן וואָלטן אויך געפּראַוועט פּורים די וואָך, און אַז די הײַנטיקע סימבאָלישע דאַטע איז אַן עכאָ פֿון אַ פֿאַרגעסענער ערנסטער שיטה.
די ייִדישע ציוויליזאַציע שטייט דאָך נישט אויפֿן אָרט. אויב פֿאַר אונדז מיינט אַ נר תּמיד אַן עלעקטריש לעמפּל, האָט פּורים־קטן געקאָנט – אין טעאָריע – מיינען גאָר עפּעס וויכטיקס מיט 1,000 יאָר צוריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.