פֿאַראַן אַן אַלטער וויץ וועגן צוויי יונגע מענער, וואָס האָבן נישט לאַנג חתונה געהאַט. אַז זיי באַגעגענען זיך, פֿרעגט איינער דעם צווייטן: „וואָס זאָגסטו צו דײַן ווײַב? ביסט צופֿרידן?“ ענטפֿערט ער: „צופֿרידן? מײַן ווײַב איז אַן אוצר, אַ מלאך!“ זאָגט דער ערשטער: „מײַן מעשׂה — מײַן ווײַב איז אויך נישט קיין מענטש…“
אָבער אָן וויצן: אַלע וואָס געדענקען ד״ר צמח שאַבאַד זאָגן עדות, אַז ער איז געווען ממש אַ מלאך.
ס׳וועט אײַך אפֿשר קלינגען מאָדנע, נאָר גבֿריאל ווײַנרײַכס זכרונות א״ט Confessions of a Jewish Priest איז זייער כּדאַי צו לייענען. ווי אַזוי גבֿריאל ווײַנרײַך, דער ברודער פֿון אוריאל ווײַנרײַך, זון פֿון מאַקס ווײַנרײַך און אייניקל פֿון צמח שאַבאַד, איז געוואָרן אַ פּראָטעסטאַנטישער גלח איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך. דעם שרײַבער פֿון די שורות אינטערעסירט דער הויפּט דאָס וואָס ד״ר ווײַנרײַך דערציילט וועגן זײַנע זיידע־באָבע, טאַטע־מאַמע און ברודער. (וועגן מאַקס ווײַנרײַכן האָט גבֿריאל דערציילט אויף אַ ייִוואָ־קאָנפֿערענץ אין 1994, צו זײַן טאַטנס 100סטן געבוירן־יאָר, און דערנאָכדעם עס אָפּגעדרוקט אינעם 3טן באַנד פֿון דער נײַער סעריע „ייִוואָ־בלעטער“.)
שאַבאַד – פּונקט אַזוי ווי אַ סך אַנדערע פֿון דער צווישנמלחמהדיקער ייִדישער סבֿיבֿה װי זײַן איידעם מאַקס ווײַנרײַך, נח פּרילוצקי, זלמן רייזען — האָט געפֿירט אַזאַ פֿאַרצווײַגט לעבן וואָס מע קען זיך הײַנט קוים אויסמאָלן. נאָר שאַבאַד איז געווען אַ יחיד במינו: אין אַ צײַט פֿול מיט קינאה־שׂינאה, ווען ייִדן האָבן זיך אַרומגעריסן אָן אַ שיעור, האָט קיינער, אַ פּנים, וועגן אים קיין מאָל קיין קרום וואָרט נישט געזאָגט! סײַ זײַן אייניקל, סײַ דער שרײַבער הירש אַבראַמאָוויטש (אין זײַן בוך, „פֿאַרשוווּנדענע געשטאַלטן“) לויבן אים אין הימל אַרײַן.
שאַבאַד איז געווען אַ דאָקטאָר מעדיצין, נישט קיין הומאַניסט, און האָט געאַרבעט בײַ מעדיצין. ער האָט גענוג גוט פֿאַרדינט, אַז אַ דאַנק אים האָט מאַקס ווײַנרײַך געקענט זײַן אַ בויער פֿונעם ייִוואָ אָן דאגות פּרנסה. לויט אַבראַמאָוויטשן האָט שאַבאַד געהיילט ממש טויזנטער פּאַציענטן. ער האָט נישט געהאַלטן פֿון דער „לאַטײַנישער קיך“, ד״ה, מעדיקאַמענטן לשם מעדיקאַמענטן. נאָר פֿון פּראָפֿילאַקטיק — preventive medicine בלע”ז. העלפֿן אַ קראַנקן מיט גײַסטיקע מיטלען, אַרויסרופֿן בײַ אים אָפּטימיזם, איז געווען פּונקט אַזוי וויכטיק ווי היילן אים פֿיזיש.
גבֿריאל דערציילט ווי שאַבאַד, אַליין אַן אָפּשטאַמיקער פֿון דער ווילנער אָרעמשאַפֿט, פֿלעג היילן ס׳רובֿ אָרעמע־לײַט; אויב זיי האָבן נישט געהאַט צו באַצאָלן, האָט ער געאַרבעט אויף קרעדיט, וואָס פּראַקטיש האָט דאָס געמיינט אומזיסט.
שאַבאַד האָט נישט מורא געהאַט אײַנצושטעלן זײַן לעבן לטובֿת אַ קראַנקן. ווען נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה איז אין ווילנע אויסגעבראָכן די כאָליערע, האָבן אַלע דאָקטוירים מורא געהאַט זיך צוצורירן. נאָר ד״ר שאַבאַד האָט זיך געדרייט אַרום די קראַנקע און געראַטעוועט וויפֿל ס׳האָט זיך געלאָזט. אָט האָט מיט צענדליקער יאָרן שפּעטער דערציילט גבֿריאלן איין פֿרוי ווי אַזוי, נאָך דעם וואָס איר טאַטע איז געשטאָרבן פֿון אָט דער קרענק, איז די מאַמע אויך קראַנק געוואָרן. האָט שאַבאַד זיך מיט איר אָפּגעגעבן אַ לענגערע צײַט ביז זי איז געוואָרן געזונט, זי אויסגעלערנט ווי צו פֿירן אַ היגיעניש באַלעבאַטישקייט און צום סוף זיך אָפּגעזאָגט צו לאָזן באַצאָלן.
דאָס וואָלט אפֿשר געווען די־והותר. איז שאַבאַד אויך געווען אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער, אַ מיטגרינדער פֿון דער „אָזע“ („אָרגאַניזאַציע צו שטיצן געזונט פֿון ייִדן“ אויף רוסיש); דער גרינדער פֿונעם פּאָפּולער־מעדיצינישן זשורנאַל „פֿאָלקס־געזונט“, זײַן רעדאַקטאָר און הויפּטמיטאַרבעטער — לויט אַבראַמאָוויטשן פֿלעג ער אָנפֿילן מער ווי אַ העלפֿט פֿון יעדן נומער. ער האָט זיך אויך געדרוקט אין וויסנשאַפֿטלעכע זשורנאַלן. ער איז געווען אַ מיטגרינדער פֿון דער ייִדישער פֿאָלקספּאַרטיי און אַ סענאַטאָר אינעם פּוילישן פּאַרלאַמענט; דער ערשטער פֿאָרזיצער פֿון דער ווילנער קהילה; אַ פֿירער פֿון דער חבֿרה מפֿיצי השׂכּלה, וואָס האָט פֿאַרשפּרייט מאָדערן וויסן צווישן דעם עולם; און נאָך און נאָך.
וויפֿל מאָל כ׳זאָל נישט לייענען וועגן דעם גרויסן געשטאַלט, בין איך נשתּומם: ווי האָט איין מענטש געקענט אַזוי פֿיל אויפֿטאָן און נאָך בלײַבן „אומבאַפֿלעקט, קרישטאָל ריין“? ווי ס׳האָט וועגן אים געשריבן אַבראַמאָוויטש באַלד נאָך שאַבאַדס טויט. קענטיק נישט קיין מענטש, נאָר ממש אַ מלאך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.