ס’איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד: עס זענען פּשוט ניטאָ גענוג שטעלעס פֿאַר אַקאַדעמיקער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער הומאַניסטיק.
דאָס איז בפֿירוש שייך די וואָס לערנען קורסן פֿאַרבונדן מיט שפּראַכן אָדער ליטעראַטור. מע האָט לעצטנס איבערגעגעבן, למשל, אינעם Chronicle of Higher Education, אַז אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן האָבן במשך פֿון די לעצטע דרײַ יאָר אָפּגעשאַפֿן 651 שפּראַך־פּראָגראַמען. װען מע נעמט אין באַטראַכט אַז מע האָט עלימינירט 118 פּראָגראַמען פֿון שפּאַניש און 121 פֿון פֿראַנצייזיש, וואָס פֿאַר אַ האָפֿענונג האָבן יונגע ייִדישיסטן, וואָס זוכן הײַנט אַ שטעלע מיטן פּאָטענציאַל פֿאַר חזקה?
קיין ענטפֿערס האָב איך ניט, נאָר איך מיין אַז צוליבן דוחק אין פּאָסטנס, איז וויכטיק, אַז מע זאָל די דאָזיקע געלענגהייטן גוט פֿאַרפּירסומען. מיט דעם מיין איך ניט בלויז די בכּבֿודיקע אַקאַדעמישע פּאָזיציעס, נאָר אויך די צײַטווײַליקע קליינע שטעלעס (אין אַמעריקע רופֿט מען זײ „גיגס‟), וואָס באַווײַזן זיך אַ מאָל, בפֿרט זומער־צײַט.
לעצטנס האָט מען געלאָזט וויסן וועגן צוויי אַזוינע שטעלעס אויפֿן תּחום פֿון ייִדיש:
1) דער „שטאַט־אוניווערסיטעט פֿון אָהײַאָ‟ זוכט אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור, וואָס זאָל לערנען פֿיר קורסן אַ זמן. דער קאַנדידאַט דאַרף שוין האָבן אַ דאָקטאָראַט און קענען אָנפֿירן מיט קלאַסן סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף ענגליש. מע זוכט ספּעציעל קאַנדידאַטן וואָס פֿאַרנעמען זיך אויך מיט פֿילם, פֿאָלקלאָר, לינגוויסטיק, ליטעראַטור, איבערזעצונגען, מין־ אָדער מיגראַציע־שטודיעס.
2) דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס זוכט אַ געהילף־לערער צו אַרבעטן מיט סטודענטן אין דער אָרטיקער זומער־פּראָגראַם. דער לערער וועט דאַרפֿן קאָריגירן היימאַרבעט, דינען ווי אַ בימקום־לערער, וווינען מיט די סטודענטן אין אינטערנאַט און רעדן מיט זיי אויף ייִדיש. נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט די דירעקטאָרשע פֿון דער פּראָגראַם, ד׳׳ר אַסיע ווײַסמאַן־שולמאַן: aschulman@yiddishbookcenter.org.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.