אײניקע היסטאָריקער האָבן לעצטנס אויסגעדריקט ספֿקות, צי עס עקסיסטירט טאַקע אַ פֿעסטע נאַציאָנאַלע אידענטיטעט, בפֿרט אין מיזרח־אײראָפּע. זײ טענהן, אַז די פֿאַרשידענע נאַציאָנאַלע עדות האָבן געהאַט אַ סך בשותּפֿות און זײער גורל איז אָפֿט מאָל געװען ענג איבערגעפֿלאָכטן מיט אַנדערע גרופּעס. דער דאָזיקער טעזיס קלינגט פּראָװאָקאַטאָריש װען מען באַטראַכט ייִדן און דײַטשן. אָבער דאָס נײַע זאַמלבוך „ייִדן און דײַטשן אין מיזרח־אײראָפּע: בשותּפֿותדיקע און פֿאַרגלײַכיקע געשיכטעס‟ באַהאַנדלט דװקא יענע היסטאָרישע מאָמענטן װען ייִדן און דײַטשן האָבן געהאַט נאָענטע קעגנזײַטיקע קאָנטאַקטן.
די קאַפּיטלען אינעם בוך דעקן בערך זעקס הונדערט יאָר פֿון דער ייִדישער און דײַטשישער געשיכטע אין מיזרח־אײראָפּע. דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ נײַעם קריטישן קוק אױף דעם סאַמע אָנהײב פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ אין פּױלן. עד־היום האָבן דאָס רובֿ היסטאָריקער געהאַלטן, אַז ייִדן זײַנען געקומען קײן פּױלן פֿון די דײַטשישע לענדער, טײלװײַז װי פּליטים פֿון די פּאָגראָמען בעת די קרײצפֿאָרן, טײלװײַז װי סוחרים און אונטערנעמער װי אַ טײל פֿון דער גרעסערער דײַטשישער מיגראַציע קײן מיזרח. דער ירושלימער היסטאָריקער שאול סטאַמפּפֿער האַלט אָבער, אַז ייִדן זײַנען געקומען קײן פּױלן פֿון די בעמישע (טשעכישע) לענדער, און דאָס זײַנען געװען לרובֿ יונגע און אָרעמע לײַט אָן קײן קאַפּיטאַל. זײ האָבן געצױגן זײער חיונה פֿון כּלערלײ קלײנע געשעפֿטן און מעקלערײַ, צומאָל אַפֿילו פֿאַרקױפֿט בגנבֿה. עקאָנאָמיש זײַנען זײ אױפֿגעקומען צוליב אַרענדע, װאָס זײ האָבן באַקומען פֿון פּױלישע פּריצים.
סײַ דײַטשן סײַ ייִדן װערן באַהאַנדלט אין דער מיטל־עלטערישער פּױלישער קראָניק פֿון יאַן דלוגאָש. לױט זײַן דעה זײַנען סײַ די ייִדן סײַ די דײַטשן געפֿערלעך פֿאַר פּױלן, אָבער די סכּנות װאָס זײ ברענגען זײַנען פֿאַרשידנאַרטיק. די דײַטשן זײַנען געקומען קײן פּױלן װי פֿאָרשטײער פֿון דער פֿרעמדער מיליטערישער מאַכט, אָבער בהדרגה זײַנען זײ געװאָרן אײגענע. די ייִדן בלײַבן אָבער תּמיד פֿרעמד צוליב זײער אמונה, װאָס דלוגאָש האַלט פֿאַרן עיקר־שׂונא פֿון קריסטנטום. ער האַלט, אַז ייִדן קענען בשום־אופֿן ניט װערן קיין טײל פֿון דער פּױלישער געזעלשאַפֿט.
אין מיטל־עלטער זײַנען קאָנטאַקטן צװישן ייִדן און קריסטן געװען בלױז עקאָנאָמישע אָבער אין דער מאָדערנער תּקופֿה האָבן בײדע עדות בהדרגה אַנטװיקלט קולטורעלע באַציִונגען. די װיכטיקסטע השפּעה פֿונעם אײראָפּעיִשן געדאַנק אױף דער ייִדישער קולטור איז געװען די אױפֿקלערונג אין דער פֿאָרם פֿון דער השׂכּלה. רחל מאַנעקין, די פּראָמינענטע היסטאָריקערין פֿון ייִדן אין גאַליציע, מאַכט אַ װיכטיקן חידוש. זי באַװײַזט, אַז אין גאַליציע זײַנען די משׂכּילים באַװירקט געװאָרן ניט דורך דעם בערלינער קרײַז פֿון משה מענדלסאָּן, נאָר דורך עסטרײַכישע אַנטי־קאַטױלישע פּאָלעמישע קונטרסים. דאָס איז געװען אַ סאַטירישער זשאַנער װאָס יוסף פּערל האָט פֿאַרייִדישט אין זײַנע אַנטי־חסידישע סאַטירעס „מגלה טמירין‟ און „בוחן־צדיק‟.
די דײַטשיש־ייִדישע קולטורעלע באַציִונגען זײַנען געװאָרן מער אינטענסיװ און געשפּאַנט בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען די דײַטשישע אַרמײ האָט אָקופּירט פּױלן, ליטע און מערבֿ־װײַסרוסלאַנד. די דײַטשישע ייִדישע אָנפֿירער, סײַ רבנים און סײַ װעלטלעכע ציוניסטן, זײַנען געװען געטרײַע דײַטשישע פּאַטריאָטן. טאָביאַס גריל, דער רעדאַקטאָר פֿונעם זאַמלבוך, באַטראַכט די טעטיקײט פֿון די דײַטשיש־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס װאָסער ציל איז געװען צו באַװירקן די דײַטשישע פּאָליטיק אױף די אָקופּירטע מיזרחדיקע שטחים. דער מצבֿ דאָ איז געװען אַ טשיקאַװער: בעת די דײַטשישע מיליטערישע מאַכט האָט, צוליב פּראַקטישע טעמים, דערלױבט ייִדיש װי די שפּראַך פֿון דערציִונג אין ייִדישע שולן אין פּױלן און ליטע, האָבן די דײַטשיש־ייִדישע אָנפֿירער באַשטאַנען, אַז נאָר דײַטש קען זײַן די שפּראַך פֿון ייִדישער בילדונג. אײניקע פֿון זײ האָבן געטענהט, אַז פּױלישע, ליטװישע און רוסישע ייִדן זײַנען מער געטרײַע דײַטשן אײדער די אָרטיקע באַלטישע דײַטשן. די דאָזיקע פּראָפּאַגאַנדע האָט ניט איבערגעצײַגט דאָס דײַטשישע מיליטער, אָבער די רוסישע מאַכט האָט זי אױפֿגענומען ערנסט און געהײסן אַרױסטרײַבן ייִדן פֿון דער פֿראָנט־זאָנע אין קאָװנער און קורלענדער גובערניעס.
אַן אַנדער אינטערעסאַנטער ענין איז די באַציִונגען צװישן דער פֿילאָלאָגישער סעקציע פֿון ייִװאָ און דײַטשישע שפּראַך־פֿאָרשער. פֿון אײן זײַט איז מאַקס װײַנרײַך געװען אַ שטאַרקער קעגנער פֿון דײַטשמעריזמען און אַ קעמפֿער פֿאַר דער ייִדישער כּלל־שפּראַך. אָבער דערבײַ, װי עס שרײַבט מאַרטינאַ נידהאַמער, האָבן זיך די פֿילאָלאָגן פֿון ייִװאָ באַונצט מיט דײַטשישע לעקסיקאָנען בײַם שאַפֿן נײַע ייִדישע טערמינאָלאָגיעס ־ אין מעדיצין, למשל. זײ האָבן ניט נאָכגעמאַכט, נאָר אַדאַפּטירט דײַטשישע װערטער פֿאַר ייִדיש, באַמערקט נידהאַמער. װײַנרײַך האָט געהאַלטן, אַז די בױער פֿון דער נײַער ייִדישער שפּראַך דאַרפֿן ניט שעפּן דעם לינגװיסטישן רױשטאָף פֿון דער שפּראַך פֿונעם ייִדישן עמך. דער שליחות פֿון ייִװאָ איז געװען אַרײַנצוברענגען די קאָרעקטע „כּלל־שפּראַך‟ אינעם לשון פֿון די ייִדישע מאַסן. דער דאָזיקער צוגאַנג האָט נאָכגעמאַכט די שפּראַך־פּאָליטיק פֿון דעם „אַלגעמײנעם דײַטשישן שפּראַך־פֿאַראײן‟, װאָס האָט אינעם נײַנצטן יאָרהונדערט געקעמפֿט קעגן דער פֿראַנצױזישער השפּעה אױף דײַטשיש.
דאָס בוך ענדיקט זיך כראָנאָלאָגיש נאָך דער מלחמה מיט אַ קאַפּיטל װעגן דער פּאָלאָניזאַציע־פּאָליטיק אין נידער־שלעזיען, דער אַמאָליקער דײַטשישער טעריטאָריע, װאָס פּױלן האָט באַקומען נאָך 1945. דאָ האָט די פּױלישע רעגירונג באַזעצט אַ היפּשע צאָל ייִדן, װאָס האָבן זיך אומגעקערט פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. זײ האָבן אױפֿגעבױט קולטורעלע און רעליגיעזע אינסטיטוציעס, אָבער לרובֿ האָבן זײ אין עטלעכע יאָר אַרום פֿאַרלאָזט פּױלן. אױף דעם אָבער האָט זיך די געשיכטע פֿון קעגנזײַטיקע באַציִונגען צװישן מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן און דײַטשן ניט פֿאַרענדיקט. די מאַסן־עמיגראַציע פֿונעם געװעזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט געבראַכט מער װי אײן הונדערט טױזנט ייִדן און זײערע משפּחה־מיטגלידער קײן דײַטשלאַנד, און דאָס האָט אױפֿגעלעבט דאָס ייִדישע לעבן אין דײַטשלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.