במשך פֿון די לעצטע זיבן יאָר פֿאַרנעמט זיך דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ מיטן אויסשולן איבערזעצער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און דערבײַ האָט דער צענטער באַקומען אַ גוטן שם אין דער וועלט פֿון ליטעראַרישער איבערזעצערײַ בכלל. לעצטנס האָט דער „לאָנדאָנדער ביכער־יריד‟ אָנערקענט זײַן פּראָגראַם ווי איינע פֿון די בעסטע איניציאַטיוון איבערצוזעצן ליטעראַטור אויף דער וועלט.
הײַנט אָנגעפֿירט דורך ד׳׳ר מינדל כּהן, ציט די פּראָגראַם צו סײַ די, וואָס הייבן ערשט אָן איבערצוזעצן פֿון ייִדיש אויף ענגליש, סײַ איבערזעצער, וואָס זענען שוין פֿריִער באַלוינט געוואָרן פֿאַר זייער אַרבעט. די וואָך האָט מען געמאָלדן די סטיפּענדיאַנטן פֿון 2019:
די שרײַבערין און אַקטריסע קעריד אָברײַען, אַ מומחה אויף דער ייִדישער דראַמאַטורגיע, וועט איבערזעצן פֿיר ווייניק באַקאַנטע פּיעסעס פֿון שלום אַש.
מאַטיו בריטינגהאַם, אַ דאָקטאָראַנט אין עמאָרי־אוניווערסיטעט, וואָס וועט איבערזעצן דעם הומאָריסטישן ראָמאַן „די פֿרײַדענקער‟ פֿון א. ד. אָגוז, וואָס איז לכתּחילה דערשינען אין המשכים אינעם „טאָג מאָרגן זשורנאַל‟ אין 1922 און איז קיינמאָל ניט אַרויס צווישן טאָוולען.
מיראַנדאַ קופּער, אַ שרײַבערין און רעדאַקטאָרשע, וועט איבערזעצן דערציילונגען פֿון דער אַמעריקאַנער און קאַנאַדער ייִדישער שרײַבערין שׂרה האַמער־דזשאַקלין.
מאַיאַ עווראָנאַ, אַ פּאָעטעסע, שרײַבערין און איבערזעצערין, וואָס איז ברייט באַקאַנט פֿאַר אירע איבערזעצונגען פֿונעם פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער, וועט איבערזעצן די לידער און פּאָעמעס פֿונעם פּאָעט און דיסידענט יוסף קערלער.
וויווי לאַקס, אַ זינגערין, עטנאָמוזיקאָלאָגין, היסטאָריקערין און מומחה אויפֿן אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין לאָנדאָן, וועט איבערזעצן די דערציילונגען פֿון י. א. ליסקי, א. מ. קייזער, און קאַטי בראַון, דרײַ לאָנדאָנדער ייִדישע שרײַבער פֿון ווײַטשעפּל.
זיק לעווין, אַ דאָקטאָראַנט אין מוזיקאָלאָגיע בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, וועט איבערזעצן די ווערק פֿונעם „ראַדיקאַלן הומאָריסט‟ סעם ליפּצין.
יוליאַ פֿערמענטאָ־צײַזלער, אַ באַקאַנטע ישׂראלדיקע ראָמאַניסטקע און דאָקטאָראַנטקע בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין סאַן־דיעגאָ, וועט איבערזעצן מאָריס ווינטשעווסקיס אַ פּיעסע וועגן אַ שטרײַק, וואָס איז פֿאָרגעקומען נאָך דעם וואָס מע האָט געהעכערט די פּרײַזן פֿון כּשר פֿלייש.
וויליאַם גערץ רוניאַן, אַ דאָקטאָראַנט אין פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור און אַ ייִדיש־דאָצענט בײַם מישיגאַן־ אוניווערסיטעט, וועט איבערזעצן [די לידער פֿונעם רומעניש־ייִדישן פּאָעט יעקבֿ שטערנבערג (https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc202890/shternberg-yakov-in-krayz-fun-yorn-geklibene-lider-1915-1970).
אַחרון אַחרון חבֿיבֿ וועט ד׳׳ר מרים יודעל, אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע אין עמאָרי־אוניווערסיטעט און מומחה אויף דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור, איבערזעצן צוויי פּאָפּולערע אַמעריקאַנער ייִדישע קינדערביכלעך וועגן „סאָציאַליסטישע‟ הינט: כאַווער־פּאַווערס וואָוויק און לאַבזיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.